- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען די פֿאַראייניקטע פֿעלקער־אַרגאַניזאַציע האָט דעם 2טן נאָוועמבער 1947 געגעבן איר צושטימונג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, איז דאָס געוואָרן אַ נס פֿאַר די לעבן־געבליבענע רעשטלעך פֿון דעם חורבן צוזאַמען מיט די שישים ריבוא — די 600,000 ייִדן, וואָס האָבן דעמאָלט באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד. דאָס איז געשען גענוי פֿופֿציק יאָר נאָך הערצלס נבֿואה וועגן דער מדינה, וואָס האָט אין זײַן צײַט נאָך אויסגעזען נישט מער ווי אַ חלום. אַז מען שיקט מיר צו אַן אויסצוג פֿונעם ווילנער אָוונטבלאַט "וואַקאַראָ זשיניאָס" ווייס איך, אַז דאָרטן וועט זײַן שמוץ אויף ייִדן. נאָר אַזאַ אַנטיסעמיטישע בילערײַ ווי הײַיאָר, אין מערץ חודש, איז נאָך ניט געווען. אין ריגע איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ חורבן־קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט דער וועלט־קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די הויפּט־רעדנער זײַנען געווען דער דירעקטאָר פֿון ש. וויזענטאַל־צענטער אפֿרים זוראָף, דער אָנפֿירער פֿון דעם קאָנגרעס באָריס שפּיגל און דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל לעאָן גרינבערג. אין וואַרשע איז פֿאַראַן אַ פֿעסטונג — רופֿט מען זי די ציטאַדעל. אין די צאַרישע צײַטן איז די ציטאַדעל געווען אַ תּפֿיסה, דער עיקר, פֿאַר פּוילישע קעמפֿער פֿאַר זעלבשטענדיקייט. הײַנט צו טאָג איז אין דער־אָ אַמאָליקער תּפֿיסה פֿאַראַן אַ נאַציאָנאַלער מוזיי. די קרוין פֿון די דאָרטיקע עקספּאָנאַטן איז די גרויסע קאָלעקציע בילדער פֿון ייִדישן קינסטלער אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי — דעם מאָלער פֿון דער סיבירער קאַטאָרגע אין 19טן יאָרהונדערט. "אין דער פּיעסע 'די מגילה’, אויף דער 'ייִדישפּיל’־בינע, גיי איך אַרום נישט נאָר אין גרויסע שיך, נאָר אין שיך פֿון אַ ריז". אַזוי דריקט זיך אויס דער שוישפּילער און זינגער יהונתן ראָזען, וועלכער טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה", מוזיק פֿון דובי זעלצער. אין די 1960ער יאָרן האָט די מיטאָלאָגישע ראָלע געשפּילט מײַק בורשטיין. "ווען מ׳האָט מיר פֿאַרטרויט די ראָלע, האָב איך עס אָנגענומען ווי אַ קאָמפּלימענט. גלײַך נאָך דעם ווי איך בין מסכּים געווען, האָב איך זיך גוט צוגעהערט צו דער פּלאַטע פֿון דער דעמאָלטיקער 'די מגילה’. איך בין געווען באַגײַסטערט, ווי אַזוי מײַק אינטערפּרעטירט דאָרט די לידער — אַזוי שיין, מיט אַ צוגעפּאַסטער האַרמאָניע, און מיט אַזוי פֿיל געפֿיל. ייִדיש גיסט זיך פֿון אים מיט אַ וווּנדערלעכער נאַטירלעכקייט". "אונדזער פֿאָלק אין ישׂראל איז געבענטשט — אָדער געשטראָפֿט, טײַטשט עס אויס ווי איר ווילט — מיט אַ קורצן זכּרון. דאָס איז שלעכט פֿאַר די לעקציעס פֿון דער געשיכטע און פֿאַר די האַנדלונגען אין דער צוקונפֿט, אָבער ס’איז גוט פֿאַר די נערוון. שולדיק אין דעם איז די אומגעוויינטלעכע קאָלעקטיווע שפּאַנונג, אין וועלכער מיר לעבן און צו וועלכער מיר האָבן זיך שוין היפּשלעך צוגעוווינט; ווי מיר וואָלטן שוין נישט געקענט אויסקומען אָן איר. ווען איז עס געווען? נעכטן דאַכט זיך, ווי איך האָב דאָ אויסגעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט די פּראָגראַם פֿון פֿאַראַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל. יאָ, שוין אַוועק אַ יאָר און אָט קום איך ווידער אַ מאָל צו פֿאַרבעטן אײַך אַרײַנצוקוקן אין דעם גאַנצן האָב־און־גוטס ווי דאָס וועט, וואַרשײַנדלעך, פֿאָרקומען אויפֿן ישׂראל־פֿעסטיוואַל 2010. ווי קאָן עס דען זײַן אַנדערש, אַז די עיקרדיקע מלוכישע קולטור־אינסטיטוציעס זײַנען די הויפּט־מחותּנים פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג, "געטאָ" איז שוין געווען בײַ אונדז אויפֿגעפֿירט פֿריִער מיט 26 יאָר צוריק; נאָך יענער פּרעמיערע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין חיפֿה, אונטער דער רעזשי פֿון גדליה בעסער, האָט מען אָנגעהויבן אויפֿצופֿירן "געטאָ" איבער דער גאָרער וועלט. די פּרעסטיזשפֿולסטע רעזשיסאָרן פֿון באַוווּסטע אייראָפּעיִשע טעאַטערס האָבן געשטעלט "געטאָ" אויף זייערע בינעס; יעדע פֿאָרשטעלונג מיט איר באַזונדערער אויפֿפֿאַסונג לויטן רעזשיסאָרס פֿאַרשטאַנד און צוגאַנג, איז בדרך־כּלל געווען אַ געשעעניש אינעם טעאַטער־לעבן. די היסטאָריע ווערט קיינמאָל נישט געשריבן פֿון פֿאָרויס און עס זײַנען נישטאָ הײַנט די נבֿיאים וואָס זאָלן קענען פֿאָרויסזאָגן, וועלכן אָרט ס׳וועלן פֿאַרנעמען די הײַנטיקע פּאַסירונגען אין אונדזער וועלטל אין די געשיכטע־ביכער פֿון מאָרגן. עס זײַנען שוין געווען מער דראַמאַטישע, מער שטורמישע און מער "היסטאָרישע" געשעענישן אין דער תּקופֿה פֿון אונדזער דור און אין אונדזער געשיכטע. דעם 14טן מײַ 1948, מיטן פּראָקלאַמירן מדינת־ישׂראל, איז די עגיפּטישע אַרמיי אַרײַנגעדרונגען אין דרום־ישׂראל, ווי אַ טייל פֿון אַ קאָאָרדינירטן אַטאַק פֿון די שכנותדיקע אַראַבישע מדינות. אָבער די קרעפֿטן פֿון צה"ל האָבן מצליח געווען צו אָקופּירן דעם סיני־האַלבאינדזל ביז על־אַריש און די מלחמה האָט זיך געענדיקט דעם 24סטן פֿעברואַר 1949 מיט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן אויף דעם ראָדאָס־אינדזל. פּלוצעם, אָן שום צוגרייטונג איז אַראָפּגעפֿאַלן אויף אונדז אַ גאַנצע וואָך פֿון פּאָעזיע. איך זאָג אויף אונדז, און כ׳בין אויסן — אויף תּל־אָבֿיבֿ. ס׳איז אַזוי אויסגעקומען, אַז אין דער זעלבער וואָך האָט מען אָפּגעמערקט די שלושים פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וווּ באַוווּסטע ייִדיש־שאַפֿער אין איינעם מיט יונגע ישׂראלדיקע קינסטלער, האָבן דורכגעפֿירט אַן אייגנאַרטיקן טרויער־צערעמאָניאַל אויף ייִדיש און אויף העברעיִש. נישט ווײַט פֿון דאָרט, אין מוזיי ארץ־ישׂראל אין תּל־אָבֿיבֿ, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ ברייט־פֿאַרנעמיקע אויסשטעלונג "נתן אַלטערמאַן — דער דיכטער אין זײַן שטאָט — 100 יאָר פֿון זײַן געבורט". ער, כאַצקל, איז געווען איינער פֿון דער אַמאָליקער קאָהאָרטע ליטוואַקעס, געבוירענע אַרום אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס האָבן געהאַט דאָס גליק אויסצולעבן זייער קינדהייט אין דער ייִדישער ווילנע, זיך צו לערנען אין ייִדיש־וועלטלעכע שולן און דערשפּירן די איבערגעגעבנקייט פֿון די לערער צו זייער פֿאַך (ניין, צו זייער זעלטענער שליחות!) — דערציִען ווערדיקע מענטשן. יעדערער פֿון אונדז, די אַמאָליקע שילער זייערע, וואָס זײַנען געבליבן לעבן נאָכן חורבן און זיך צעשאָטן איבער גאָר דער וועלט, זוכן איינע די אַנדערע און זײַנען גליקלעך, ווען זיי דערזעען נאָך אַ באַקאַנט פּנים. די גרויסע וועלט איז אַ דאַנק עראָפּלאַנען, טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס געוואָרן אַ קליין און צוטריטלעך. ווער עס איז הײַנט מקנא ביבי נתניהון, דעם בין איך נישט מקנא. נישט ווײַל איך האָב אויף אים רחמנות, נאָר ווײַל ער האָט זיך גאָר שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַנע אייגענע סתּירות און קאָמבינאַציעס, און קיינער ווייסט נישט, ווי אַזוי ער וועט זיך אַרויספּלאָנטערן פֿון דעם שווערן עסק. ווי זינגט זיך אין דעם ייִדישן לידל פֿון די וואַרשעווער גאַסן־זינגערס: "איך האָב זיך אַרײַנגעדרייט, ווי דרייט מען זיך אַרויס?", און אין אַ צווייט לידל: "עס האָט דיך קיינער נישט גענייט, האָסט זיך אַליין דעם קאָפּ פֿאַרדרייט..." |