פֿאַרשײדנס
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דרײַ טעכטער פֿון ד״ר יעקבֿ און בלומע פֿײַגענבערג. פֿון רעכטס אויף לינקס: אלישבֿע כּהן־צדק, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס (די עלטסטע, געשטאָרבן אין 2009) און שושנה העלצער — אין די 50ער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין ווילנע.

געשען איז דאָס מיט צוויי חדשים צוריק. געשען אַזוי שנעל און אומדערוואַרט, אַז דער געדאַנק וועגן איר קראַנקייט און פּטירה רײַסט זיך יעדעס מאָל אַרײַן אין מײַן באַוווּסטזײַן ווי אַ ווילדער, אומגלייבלעכער אומזין. זי, שושנה העלצער, איז געווען ייִנגער פֿון מיר אויף צען יאָר.

דרײַ טעכטער זײַנען מיר געווען בײַ אונדזערע עלטערן — דעם באַקאַנטן און באַליבטן אין ווילנע קינדער־דאָקטער, יעקבֿ פֿײַגענבערג און זײַן פֿרוי בלומע. זיי האָבן זיך געהאַט באַגעגנט און פֿאַראייניקט זייער לעבן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין יאָר 1916.

קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַליין-פּאָרטרעט, מיט אַ ייִדישן פּאַס, 1943

אין ייִדישן מוזיי פֿון קונסט אין פּאַריז קומט פֿאָר ביז סוף יאַנואַר 2011 אַן אויסשטעלונג פֿון דעם קרבן־החורבן פֿעליקס נוסבאַום. מיט אַ 12—13 יאָר צוריק איז אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון 80 רירנדיקע בילדער פֿאָרגעקומען אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. הקיצור, וועגן דעם דאָזיקן גרויסן קינסטלער קומט צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער — ס׳איז כּדאַי!

איין מאָל אַ טאָג, אָנפֿאַנגס 20סטן יאָרהונדערט, האָט דער שׂר־הקונסט אין די הימלען, באַשלאָסן — דאָס שטעטל אָסנאַבריק אין צפֿון־מערבֿ־דײַטשלאַנד וועט שענקען דער דײַטשער קונסט אַ מתּנה — אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ. דער גורל האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן דער זון פֿון דאָרטיקן ייִדישן סוחר בשם נוסבאַום.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ אהוד נצר

איך בין ניט זיכער צי די מאַסן הילולא־פֿײַערונגען בײַם קבֿר רחל אימנו, נעבן בית־לחם (זע: מײַן "בריוו פֿון ירושלים" אין "פֿאָרווערטס", אָקטאָבער 29 — נאָוועמבער 4, זײַט 12), האָט ווידער אויפֿגערייצט די אַלטע אַנטי־ייִדישע, אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע אין דער אַראַבישער וועלט, אײַנשליסנדיק אויך "אונעסקאָ", דעם אָרגאַן פֿאַר דערציִונג, וויסנשאַפֿט און קולטור בײַ דער "יו־ען", וועמענס קוואַרטיר איז אין פּאַריז, אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט, מיט אַ חוצפּהדיקער דעקלאַראַציע, אַז דער קבֿר רחל איז גאָר אַ הייליקער, מוסולמענישער מעטשעט!

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַנטיקע וואָך איז די נאַכט פֿון מאָנטיק אויף דינסטיק געווען די נאַכט פֿון געשפּאַנטער זאָרג און פֿון אומרויִקער אויסוואַרטונג — סײַ פֿאַר די אַמעריקאַנער און סײַ פֿאַר די ישׂראלים. די אַמעריקאַנער האָבן געוואַרט — ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די מיטל־וואַלן צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס; די ישׂראלים, דאַקעגן, האָבן געוואַרט — אויך ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער הסתּדרותּ און דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, כּדי צו וויסן ביז זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, צי וועלן זיי דאַרפֿן זיך אויפֿהייבן און גיין צו דער אַרבעט, אָדער נישט; ווײַל אויף דינסטיק, זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, איז דורך דער הסתּדרותּ פּראָקלאַמירט געוואָרן דער אַלגעמיינער שטרײַק אין דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט.

פֿאַרשײדנס
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די הילע פֿונעם זאַמלבוך (אויף רוסיש)

"פֿאַר די לעצטע וואָכן איז די גלובאָקער געטאָ פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געפֿערלעכן צינדשײַטער, וועלכן מען האָט ניט געטאָרט ניט דערשאַצן".

(פֿון אַן אָפֿיציעלער דײַטשישער מיטטיילונג, אויגוסט 1943)


"אין גלובאָקער געטאָ איז פֿאַרניכטע געוואָרן אַ גרויסע פּאַרטיזאַנער־נעסט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טויזנט מענטשן".

(פֿון דער דעמאָלטיקער נאַציסטישער פּרעסע)


געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער טשילעער שאַכטיאָר, קאַרלאָס באַריאָס (אין מיטן), קומט אַרויס פֿון גרוב,
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין סאַן־כאָסע

אין פּאָליטישן לעבן פֿון דער וועלט — און ווער דען דיקטירט עס מיטן לעבן פֿון דער מענטשהייט, אויב נישט די פּאָליטיק? — זענען רגעס פֿון מענטשלעכקייט אַ זעלטענע דערשײַנונג. "מענטשהייט" און "מענטשלעכקייט" זענען נישט אַלע מאָל אַ פֿרידלעכער זיווג. פֿאַראַן מענטשן וואָס טענהן, אַז דווקא דאָס רישעות, די באַהויפּטונג, אַז "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף", שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם מאָטאָר, די נאַטירלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ. לויט דאַרווינען איז דער עצם געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן דער טרײַב־מאָטאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון די מיליאָנען לעבעדיקע מינים און וועזנס, און צווישן זיי — די אַנטוויקלונג פֿון דעם מין מענטש, וועלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם "האַר פֿון דער וועלט", דער סאַמע אינטעליגענטסטער פֿון אַלע בעלי־חיים אויף דער וועלט.

געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אָנהייב פֿונעם קיבוץ דגניה, 1911

יעדעס מאָל, ווען איך פֿאָר באַזוכן מײַן זון און זײַן משפּחה אין צפֿון פֿון לאַנד, קיין ראָש־פּינה, שטעל איך זיך אָפּ אין איינעם פֿון די קיבוצים אויפֿן וועג.

דאָס מאָל האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קיבוץ דגניה א׳ — דעם ערשטן קיבוץ אין לאַנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 100 יאָר צוריק. נאָך אים זענען אויפֿגעקומען איבערן לאַנד נאָך 273 קיבוצים מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 126 טויזנט חבֿרים.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעלענאַ איוואַנאָוואַ

לעצטנס, עלטער איך זיך מיט דער שנעלקייט פֿון אַ קוריער־צוג און אפֿשר נאָך גיכער. ס’הייסט, נאָך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן בענק איך ניט. גיכער פֿאַרקערט. וואָלט, לאָמיר זאָגן, געווען אַ מעגלעכקייט אָנהייבן אַלץ פֿון אָנהייב, וואָלט איך, ניט פֿאַרקלערנדיק זיך, אָפּגעזאָגט. נאָר... פֿיל שווערער ווערט אַריבערצוטראָגן די אומדערטרעגלעכע ישׂראלדיקע היצן, ווי אויך די קעלטן; די ראיה און געהער ווערן אָפּגעשוואַכט, דער קאָפּ דרייט זיך אויף ניט אָפּצושטעלן; די פֿיס בריקעווען זיך און ווילן ניט פֿאָלגן; און, אָפֿן גערעדט, ווערן שוין פֿאַרגעסן נעמען, אַפֿילו פֿון נאָענטע באַקאַנטע.

פּאָליטיק, ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענעראַל אַריאל שרון (אין מיטן) מיטן שוץ־מיניסטער משה דיין (לינקס), בעת דער
יום־כּיפּור־מלחמה, אָקטאָבער 1973, אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿונעם סועץ־קאַנאַל אין עגיפּטן

איך מיין נישט דאָ צו פֿאַרגלײַכן די צוויי ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, וואָס יעדער איינער פֿון זיי איז פֿון אַן אַנדערן "שניט" און אויך פֿון אַן אַנדערן אָפּשניט אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; און אין דער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע פֿון דעם ישׂראלדיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.

אָבער ביידע האָבן זיי אַרויפֿגעלייגט זייער שטעמפּל אויף דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישקייט. משה דיין, ווי דער גיבור פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון פֿון דער יונגער מדינה, און דער פֿאָטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָנצעפּציע";

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאל בן־אַבֿרהם

די מעלאַנכאָלישע קלאַנגען פֿון דער באַך־מעלאָדיע וואָס וולאַדימיר גייסמאַן האָט געשפּילט אויף זײַן טשעלאָ בײַם דערעפֿענען דעם אָנדענק־פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג" האָט אויך געדינט ווי די פּאַסיקע ראַם צו רבֿקה באַסמאַן בן־חיימס ליד: "לזכר מיכאל":

"אין שטומען קרײַז פֿון פֿאַרגעס

דאָרט איז דײַן נאָמען נישטאָ.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


קורץ פֿאַרן סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט דערשײַנט רחל, די טאָכטער פֿון ייִדישן עושר, אין צענטער פֿון גײַסטיקן בערלין. ווער איז געווען רחל לעווין? אָט שרײַבט זי: אַ "ייִדישקע אָן פֿיזישן רייץ, אַ פֿרוי מיט גײַסטיקע צרות"; מיט ליידן, מחמת איר לעבן אין אַ לאַנד פֿון אומגלײַכהייט און שׂינאה. מענטשן פֿון איר צײַט האָבן זי באַוווּנדערט; זי באַטראַכט, פֿאַר אַ פֿרויען־זשעני.
הײַנריך הײַנע האָט פּראָקלאַמירט, אַז זי איז "די גײַסטרײַכסטע פֿרוי פֿון אוניווערס!"
רחל האָט געקעמפֿט פֿאַר עמאַנציפּאַציע פֿון דער פֿרוי, פֿאַר פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿון מענטשן אָן אונטערשייד פֿון אָפּשטאַם, "אָן טוישן דעם רעליגיעזן שילד, אָן זיך צו ‘לעגיטימירן’ און ‘צופּאַסן’ זיך צום כּלל" (אירע רייד).

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע מתפּללים בענטשן דעם לולבֿ פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, לעבן דעם כּותל־המערבֿי

ניטאָ נאָך אַ שטאָט אין גאָר דער וועלט, וואָס קען זיך גרויסן מיט אַזוי פֿיל פּראַכט, ווי עס זעט אויס אין די סוכּות־טעג די שטאָט ירושלים. אויף די באַלקאָנען פֿון די הײַזער אין די הייף און גערטנער אַרום, שטייען די שיין־אויסגעפּוצטע סוכּות פֿון וועלכע עס טראָגן זיך די פֿריילעכע קלאַנגען פֿון דעם אָנזאָג "נשׂמחתּם בחגיכם והיִיתם אַך שׂמח!"
די צוגרייטונגען צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ הייבן זיך אָן נאָך פֿאַר יום־כּיפּור, כאָטש דער אָנגענומענער מינהג איז, ווען מען קומט אַהיים נאָך נעילה, נאָך דעם ווי מען כאַפּט אַ לײַכטן ביס און טרונק, נעמט מען זיך גלײַך צו דער הייליקער אַרבעט, אַוועקצושטעלן די ערשטע, הוילע ווענט פֿון דער סוכּה.