געשיכטע, קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאַרל עפֿרוסי (1849—1903)

ווי באַקאַנט, האָבן די גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע בירגער, וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט די ייִדן דערלאַנגט, דערהויבן די אַחינו־בני־ישׂראל עקאָנאָמיש און סאָציאַל. דאָס ייִדישע יונגוואַרג האָט גענומען שטודירן אין די אוניווערסיטעטן; גענומען אַרבעטן אין דער אַדמיניסטראַציע, זאָגן אַ וואָרט אין האַנדל, אינדוסטריע און פֿינאַנצן; די ייִדישע נעמען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון פֿראַנקרײַך. די צאָל ייִדישע עשירים, מחוץ די רײַכע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע ייִדן, האָט זיך באַטײַטיק פֿאַרגרעסערט.

ווי דער שטייגער איז, אַן אויפֿגעקומענער, ווען ער קריגט אַרײַן אַ מטבע אין דער האַנט אַרײַן, וויל ער שוין די וועלט זאָל דאָס באַמערקן. טוט מען קאָפּירן דעם אײַנגעזעסענעם עושר. מען בויט אַ רײַכע היים מיט לוקסוס־מעבל, מען באַהענגט די ווענט מיט בילדער, וואָס נישט שטענדיק טוט מען זיי פֿאַרשטיין; מען שטעלט אײַן אַ ביבליאָטעק מיט ביכער, וועלכע מען וועט זעלטן זיי לייענען; מען פֿירט אײַן בײַ זיך אַ סאַלאָן און מען נעמט אויף מענטשן מיט אַ "קלינגענדיקן" נאָמען; קורץ — מען פֿירט אַ לעבן ווי די אַלע אַלטע עשירים, די אַריסטאָקראַטן. די מעשׂה איז נאָר, וואָס, בדרך־כּלל, פֿעלט דעם אויפֿגעקומענעם אַ ביסל קולטור, אַ קאַפּיטשקע עסטעטישן געשמאַק.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער נתניהו באַזוכט די באַזע אין ירושלים פֿונעם "פּיקוד העורף",
אַן אַרמיי־גרופּע וואָס פֿאַרטיידיקט די גרעסערע צענטערס פֿון דער
ישׂראל־באַפֿעלקערונג, דעם 8טן פֿעברואַר 2011

נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען זײַנען שוין פֿון לאַנג געוואָרן בײַ אונדז אַ רוטין, און אַזוי געשעט עס אויך מיט דעם אַלעם, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן און טוט זיך ווײַטער אָפּ אין אונדזערע טעג.

דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע לעבן אין ישׂראל און אין מיטעלן מיזרח איז אין די ערשטע פֿינף וואָכן פֿון דעם נײַעם יאָר — נישט באַווײַזנדיק נאָך זיך אָפּצוקילן פֿון דער גרויסער שׂריפֿה אויפֿן כּרמל — געשטאַנען אונטערן צייכן פֿון פֿיר משמעותדיקע ברענפּונקטן. יעדער איינער פֿון זיי האָט געקענט — און איז שיִער נישט געוואָרן — אַ היסטאָרישער ווענד־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון דעם לאַנד. עס איז נאָר אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע ברען־פּונקטן אָדער ווענד־פּונקטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און ווי אַזוי זיי ווערן קאָמענטירט.

פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מדריך אליהו יאָנאַס (אין צענטער), בערלין, 1947—1948

דעם 3טן יאַנואַר איז אַוועק אין דער אייביקייט אליהו (עלקע) יאָנעס, איינער פֿון די פֿאַרדינסטפֿולע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַלגעמיינער און ייִדישער קולטור. אליהו יאָנעס איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און ווי אַ קינד איז ער פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן מוטער. ער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אָרעמע קרובֿים און צווישן די ווילנער "גאַסן־ייִנגלעך". אַ דאַנק זײַנע פֿעיִקייטן איז ער, מיט דער צײַט, געוואָרן זייער לערער און האָט פֿאַרפֿאַסט זייערע איבערלעבונגען, לידער און דערציילונגען.

בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון פּעדאַגאָגן אין וואַרשע אין יאָר 1936 האָט אליהו יאָנעס געהאַלטן אַן אײַנדרוקספֿולן רעפֿעראַט וועגן דער דערציִונג פֿון די גאַסן־קינדער און איז פֿאַרבעטן געוואָרן אין "ייִוואָ", וווּ ער האָט געהאַט די מעגלעכקיייט צו לערנען און דערגאַנצן זײַן בילדונג.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון דעם ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן"

אַן עמאָציאָנעל־געלונגענעם אימאַזש פֿון דער פֿאַרשוווּנדענער טעאַטער־וועלט שטעלט מיט זיך פֿאָר דער ספּעקטאַקל, וואָס פֿירט איצט אויף דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ. און טאַקע ווער נאָך איז הײַנט צו טאָג גערופֿן אָפּצוגעבן דעם געהעריקן כּבֿוד יענע ייִדישע קינסטלער וואָס האָבן אַמאָל געהערשט אויף דער בינע און זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק? האָט "ייִדישפּיל" זיך בפֿירוש אונטערגענומען אויפֿצופֿירן דעם ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן" אין גײַסט און אין די פֿוסטריט פֿון יענע אומפֿאַרגעסלעכע קינסטלער אין ניו־יאָרק, די בעסטע פֿאָרשטייער פֿון לײַכטן פֿאַרווײַלנדיקן טעאַטער.

יענעם טאָג האָבן מיר, איך און שבֿע, געגעבן אַ שבֿועה. איך האָב געבראַכט אַ מעסערל און יעדער האָט זיך געמאַכט אַ קליינטשיקן שניט אונטער דעם געלענק. מיר האָבן צוגעדריקט די אָרעמס אַזוי, אַז אונדזער בלוט האָט זיך אויסגעמישט. אויף אַזאַ אופֿן זײַנען מיר געוואָרן חבֿרים.

איבער אַ יאָר, אינעם דריטן קלאַס, וועלן מיר מירצעשעם חתונה האָבן. איך האָב פֿאָרגעשלאָגן באַגלייטן זי אַהיים. שבֿע האָט געצויגן מיט די אַקסלען — "גוט".

אויפֿן וועג אַהיים איז מרים די משוגענע אויסגעוואַקסן ממש פֿאַר אונדזערע אויגן. למעשׂה, האָב איך קיינמאָל ניט געהערט עמעצן רעדן מיט איר אָדער רופֿן זי בײַם נאָמען. די קינדער אין די אַרומיקע גאַסן האָבן זי גערופֿן צווישן זיך — מרים די משוגענע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אהוד ברק

דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל.

אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג.

פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַראַן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ גאַסן, וואָס טראָגן דעם נאָמען "קרעמיע". דעם כּבֿוד האָט דער ייִד, דער "שׂר־הגדול ליהודים", ווי ייִדן האָבן אים באַקרוינט, כּשר פֿאַרדינט: אַ לעבן לאַנג האָט ער פֿאַרטיידיקט דעם ייִדישן כּבֿוד אין פֿראַנקרײַך און מחוץ פֿראַנקרײַך. קרעמיע איז אויך געווען אַ גרויסער מלוכה־מאַן — ער האָט אומדערמידלעך געאַרבעט פֿאַר אַ ליבעראַל פֿראַנקרײַך.

הקיצור, צו די 130 יאָר פֿון זײַן טויט איז כּדאַי וועגן אים צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. לאָמיר גיין מיט אַ סדר און אָנווײַזן אייניקע וויכטיקע מעשׂים פֿון דעם גרויסן ייִדישן מענטש.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רעקלאַמע פֿון דער בונדיסטישער "פֿאָלקס־צײַטונג"

אפֿשר ווייסט איר וואָס איז עס דער מאָדנער אַנאָנס אויף ייִדיש און אויף העברעיִש דערשינען לעצטנס אין דער העברעיִשער פּרעסע? האָבן מענטשן זיך געפֿרעגט, קוקנדיק אויף דעם קאַרטל מיט דער אילוסטראַציע וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ייִדישן אַרבעטער האַלטנדיק אין דער הייך אַ רעקלאַמע מיטן אויפֿשריפֿט: "אַרבעטער — דײַן צײַטונג איז די פֿאָלקס־צײַטונג".

ווי ס׳איז שפּעטער קלאָר געוואָרן, האָט דער דאָזיקער עפֿעקטיווער אַנאָנס, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם לייענער, זיך אינספּירירט אין דער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר דער בונדיסטישער טאָגצײַטונג אין פּוילן, אילוסטרירט דורך הערשל צינאָ, אין וואַרשע, 1936. אויפֿגעהיט אין "בונד"־אַרכיוו אין ניו־יאָרק, האָט די דערמאָנטע רעקלאַמע איצט געדינט ווי אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אין דער פֿײַערונג אין תּל־אָבֿיבֿ לכּבֿוד דעם 7טן נומער פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט אויף העברעיִש "דווקא". דער דאָזיקער "דווקא"־נומער, שטייט בפֿירוש, איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון מאַרק עדעלמאַן, (ניפֿטר געוואָרן אין אָקטאָבער 2009), איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ערשטער פּרײַז פֿון דער סעריע "דאָס בילד פֿון יאָר" פֿון דניאל באַראָן, אַראָפּגענומען בײַ דער טערקישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ

ווער עס זאָגט, אַז בײַ אונדז אין ישׂראל קומט ווייניק וואָס פֿאָר אין געביט פֿון קונסט, ווייסט נישט וואָס ער רעדט. ווען מיר וואָלטן עס ענערגיש אָפּגעלייקנט און געזאָגט אַז ס׳איז נישט אַזוי, נאָר דווקא פֿאַרקערט, וואָלט מען אונדז אויך געגלייבט, מיר האָבן אָבער דאָ אונטער דער האַנט אַ מער באַגלייבטן עדות וואָס רעדט פֿון זיך אַליין — דאָס בילד, ווי דאָס קומט צום אויסדרוק דורך דער אויסשטעלונג וואָס איז דערעפֿנט געוואָרן אין ארץ־ישׂראל־מוזיי, אין תּל־אָבֿיבֿ מיטן נאָמען "נאָענטע עדות".

גלײַכצײַטיק קומט אויך פֿאָר, שוין צום נײַנטן מאָל, די אויסשטעלונג "בילדער פֿון דער וועלט־פּרעסע". אַזוי באַקומט זיך אַ שפּאַנענדיקער קאָלאַזש פֿון דעם אַלץ וואָס געשעט סײַ איבער דער וועלט און סײַ אין אונדזער געאָגראַפֿישן אַרום, אָריגינעל און אין אַן אינספּירירינדיקער פֿאָרעם אויפֿגענומען מיטן אויג פֿון די בעסטע פֿאָטאָגראַפֿן אין לאַנד און אויף דער וועלט.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה קצבֿ

מיר דאַכט זיך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן אין דעם לעקסיקאָן, אין דער שפּראַך גופֿא, קיין אויסדרוק, קיין וואָרט, וואָס זײַן מעמד און באַטײַט זאָל זײַן נידעריקער פֿון דעם וואָרט "שאַנד". אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", וואָס איז צוליב זײַן תּכליתלאָזן געברויך געוואָרן אַן אָפּגעריבענע ווערטלאָזע מטבע, אַ קרבן פֿון דער סעמאַנטישער אינפֿלאַציע — אַזוי האָט אויך די "שאַנד" פֿאַרלוירן אין די לעצטע יאָרן איר "סטאַטוס", וועלכן זי האָט זיך געהאַט דערוואָרבן אויף דעם נידעריקסטן שטאַפּל אין דער היעראַרכיע פֿון דער "בכּבֿודיקער" הויכער געזעלשאַפֿט פֿון "די פֿאַרברעכערס אין ווײַסן קאָלנער". דער דאָזיקער פּראָצעס גייט אָן זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן — און האָט נישט אויפֿגעהערט — דער אויפֿמאַרש פֿון דער ישׂראלדיקער "וויערכושקע", די קרוין פֿון דער מלוכישער אָנפֿירונג, צום געריכט, צו דער באַשולדיקונגס־באַנק.

אין קעגנזאַץ אָבער צו די אַנדערע באַגריפֿן, וואָס זײַנען געוואָרן דעוואַלויִרט און האָבן פֿאַרלוירן זייער ווערט, האָט די שאַנד אויך פֿאַרלוירן די בושה... און דאָס — זינט צו דער רשימה פֿון די עבֿירות, פֿאַר וועלכע דער מענטש איז געוואָרן געמישפּט, זײַנען צוגעקומען די פֿאַרברעכנס אויפֿן שטח פֿון סעקס, ביז צום שענדלעכסטן פֿון זיי — דאָס אויפֿצווינגען סעקס מיט פֿיזישן כּוח און מיטן כּוח פֿון הויכן מלוכישן סטאַטוס, דאָס פֿאַרגוואַלדיקן אומבאַשיצטע פֿרויען, אויסנוצנדיק זייער אָפּהענגיקייט צום פֿאַרגוואַלדיקער, אדג"ל.

פּערזענלעכקײטן
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די הילע פֿון אַ. באָווינס בוך

עס דערנענטערט זיך דער צוואַנציקסטער יאָרטאָג פֿון באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל. די אינפֿאָרמאַציע־מיטלען דערמאָנען הײַנט גענוי ווי אין יאָר 1967, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איינזײַטיק איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אונדזער לאַנד און אין משך פֿון אַלע יאָרן, ביז 1991, געפֿירט אַ גרויל־פּראָפּאַגאַנדע קעגן ישׂראל. מיר, די געוועזענע אײַנוווינער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿלעגן קוים קענען דערהערן דורכן ראַדיאָ די ידיעות פֿון די ישׂראל־אוידיציעס. ס׳איז קלאָר, ווי אַזאַ אידעאָלאָגישע אַטאַקע האָט געווירקט אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אויף דער באַציִונג צו ייִדן און צו זייער שטרעבונג עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

אין יענע יאָרן איז דער נאָמען פֿון אַלעקסאַנדער באָווין געווען גוט באַקאַנט יעדן פֿון אונדז, וואָס האָט דאָרט געוווינט: ער איז געווען אַ פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, פֿלעגט אָפֿט אַרויסטרעטן אין טעלעוויזיע און אויך, זײַענדיק אַ וויכטיקע פּערזאָן אין די העכסטע פּאַרטיי־אָרגאַנען, פֿאָרשטעלן אויף זײַן אייגנאַרטיקן אופֿן, זייער קלוג און אָביעקטיווער פֿון אַנדערע, די פּאָליטישע לאַגע אין דער וועלט און אויפֿן נאָענטן מיזרח.

װעלט פֿון ייִדיש

די יערלעכע פֿאַרטיילונג פֿונעם "גראָפּער־פּרײַז" איז אין חודש דעצעבמער, ווי יעדעס יאָר, פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון "בעלגישן הויז" בײַם העברעיִשן אוניוועריסטעט אין ירושלים.

דער "גראָפּער־פֿאָנד" איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון יעקבֿ גראָפּער, איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע דיכטער אין רומעניע, מיטן ציל צו דערמוטיקן ייִדישע דיכטער, שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און דערמעגלעכן זיי אַרויסצוגעבן און פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר 4 סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וועלכע שטודירן די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

דער פֿאָרזיצער פֿון "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד", ד"ר יאַנקו שעכטער, האָט אין זײַן וואָרט בעת א פֿײַערלעכער אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון יעקבֿ גראָפּער אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים באַטאָנט, אַז יעקבֿ גראָפּער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ יתום — ייִדיש געהערט נישט צו קיין שום מדינה און דעריבער דאַרף מען שטיצן און דערמוטיקן ייִדישע שאַפֿערס.