קולטור
ערשטער פּרײַז פֿון דער סעריע "דאָס בילד פֿון יאָר" פֿון דניאל באַראָן, אַראָפּגענומען בײַ דער טערקישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ
ערשטער פּרײַז פֿון דער סעריע "דאָס בילד פֿון יאָר" פֿון דניאל באַראָן, אַראָפּגענומען בײַ דער טערקישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ

ווער עס זאָגט, אַז בײַ אונדז אין ישׂראל קומט ווייניק וואָס פֿאָר אין געביט פֿון קונסט, ווייסט נישט וואָס ער רעדט. ווען מיר וואָלטן עס ענערגיש אָפּגעלייקנט און געזאָגט אַז ס׳איז נישט אַזוי, נאָר דווקא פֿאַרקערט, וואָלט מען אונדז אויך געגלייבט, מיר האָבן אָבער דאָ אונטער דער האַנט אַ מער באַגלייבטן עדות וואָס רעדט פֿון זיך אַליין — דאָס בילד, ווי דאָס קומט צום אויסדרוק דורך דער אויסשטעלונג וואָס איז דערעפֿנט געוואָרן אין ארץ־ישׂראל־מוזיי, אין תּל־אָבֿיבֿ מיטן נאָמען "נאָענטע עדות".

גלײַכצײַטיק קומט אויך פֿאָר, שוין צום נײַנטן מאָל, די אויסשטעלונג "בילדער פֿון דער וועלט־פּרעסע". אַזוי באַקומט זיך אַ שפּאַנענדיקער קאָלאַזש פֿון דעם אַלץ וואָס געשעט סײַ איבער דער וועלט און סײַ אין אונדזער געאָגראַפֿישן אַרום, אָריגינעל און אין אַן אינספּירירינדיקער פֿאָרעם אויפֿגענומען מיטן אויג פֿון די בעסטע פֿאָטאָגראַפֿן אין לאַנד און אויף דער וועלט.

אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג "די פֿאָטאָגראַפֿיע ווי אַן עדות" איז אויסגעוויילט געוואָרן דניאל באַראָן, דער פֿאָטאָגראַפֿיסט פֿון דער ישׂראלדיקער טאָגצײַטונג "הארץ", אין דער קאַטעגאָריע "דאָס בילד פֿון יאָר" וואָס ער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט בעת דער מאַניפֿעסטאַציע קעגן איבער דער טערקישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ נאָך דעם טראַגישן אינצידענט מיט דער שיף קיין עזה.

די זשורי־פֿאָרשטייערין ורדי (וואַרדי) כּהנא האָט באַשטעטיקט, אַז דאָס בילד וואָס באַראָן האָט אַראָפּגענומען בײַ דער טערקישער אַמבאַסאַדע, האָט מער ווי אַלע אַנדערע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק נישט בלויז איבער דער אויפֿפֿאַסונג פֿון יענעם באַזונדערן מאָמענט, נאָר אויך איבער אַ ריי סימבאָלן וואָס זי אַנטהאַלט: די ישׂראל־פֿאָן, דער מגן־דוד אײַנגעקריצט אין דעם אָרעם פֿון אַ מאַניפֿעסטאַנט און די אויפֿגעהויבענע הענט — דאָס אַלץ באַקומט אַ וועזנטלעכע צוגאָב־דימענסיע.

אַנאַ מיט איר ברודער אַנאַטאָלי אין זייער וווינונג אין יפֿו, 
דאָס דריטע אָרט פֿון דער סעריע פּאָרטרעטן
אַנאַ מיט איר ברודער אַנאַטאָלי אין זייער וווינונג אין יפֿו, דאָס דריטע אָרט פֿון דער סעריע פּאָרטרעטן

אין אַ מין פּערמאַנענטער עקשנותדיקער צערעמאָניע, — באַצייכנט גליה (גאַליאַ) גור־זאבֿ, די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, לאָזן זיך אַרויס די פֿאָטאָגראַפֿן זוכן דאָס געגאַרטע קומענדיקע בילד וואָס וועט אַלעמען איבערראַשן. די טויזנטער פֿאָטאָגראַפֿן, וועלכע האָבן אנטייל גענומען אין דעם הײַיאָריקן פֿאַרמעסט, באַווײַזן נאָך אַ מאָל, אַז זיי ווערן גאָרנישט מיד זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין עדות פֿון די ערטער און די געשעענישן וואָס פֿאַרנעמען זייער אומאויסשעפּיקע נײַגעריקייט".

די אויסשטעלונג "דאָס בילד ווי אַ נאָענטער עדות 2010" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סאָרט רעטראָספּעקטיוו פֿון די געשעענישן, פֿאָרגעקומען אין לויף פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר: דער פֿאַרשטאַרקטער קאַמף אַרום דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט; די שיף קיין עזה; די עוואַקואַציע פֿון אַ בעדויִנער דאָרף; די קינדער־דעפּאָרטאַציע פֿון די פֿרעמד־אַרבעטער; די דעמאָנסטראַציעס פֿון די לינקע אין דעם דאָרף בילעין קעגן דעם אָפּצאַמונגס־פּלויט; די פֿאַרמעסטן פֿון עסטאַבלישמענט מיט די חרדישע פֿראַקציעס א״אַנד.

אַרום 8,000 בילדער וואָס זײַנען פֿאָטאָגראַפֿירט געוואָרן אין ישׂראל און אין דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ זײַנען צוגעשטעלט געוואָרן דורך 450 פֿאָטאָגראַפֿן; פֿון זיי זײַנען אויסגעקליבן געוואָרן 250 בילדער פֿון 45 פֿאָטאָגראַפֿן; די אויסגעקליבענע בילדער זײַנען קאַטאַלאָגירט געוואָרן אין צען קאַטעגאָריעס ווי: נײַעס, פּאָליטיק, רעליגיע און גלויבן, קולטור און קונסט, אורבאַניזם, נאַטור און סבֿיבֿה, ספּאָרט, טאָג־טעגלעך לעבן און פּאָרטרעטן.

"דאָס בילד ווי אַ נאָענטער עדות 2010"
"דאָס בילד ווי אַ נאָענטער עדות 2010"