די רעקלאַמע פֿון דער בונדיסטישער "פֿאָלקס־צײַטונג" |
אפֿשר ווייסט איר וואָס איז עס דער מאָדנער אַנאָנס אויף ייִדיש און אויף העברעיִש דערשינען לעצטנס אין דער העברעיִשער פּרעסע? האָבן מענטשן זיך געפֿרעגט, קוקנדיק אויף דעם קאַרטל מיט דער אילוסטראַציע וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ייִדישן אַרבעטער האַלטנדיק אין דער הייך אַ רעקלאַמע מיטן אויפֿשריפֿט: "אַרבעטער — דײַן צײַטונג איז די פֿאָלקס־צײַטונג".
ווי ס׳איז שפּעטער קלאָר געוואָרן, האָט דער דאָזיקער עפֿעקטיווער אַנאָנס, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם לייענער, זיך אינספּירירט אין דער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר דער בונדיסטישער טאָגצײַטונג אין פּוילן, אילוסטרירט דורך הערשל צינאָ, אין וואַרשע, 1936. אויפֿגעהיט אין "בונד"־אַרכיוו אין ניו־יאָרק, האָט די דערמאָנטע רעקלאַמע איצט געדינט ווי אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אין דער פֿײַערונג אין תּל־אָבֿיבֿ לכּבֿוד דעם 7טן נומער פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט אויף העברעיִש "דווקא". דער דאָזיקער "דווקא"־נומער, שטייט בפֿירוש, איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון מאַרק עדעלמאַן, (ניפֿטר געוואָרן אין אָקטאָבער 2009), איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
זאָל עס זײַן די היסטאָרישע גערעכטיקייט צי אַ מין נאָסטאַלגישער דראַנג וואָס האָט באַוועגט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער צײַטשריפֿט צו פֿײַערן אָט דעם זיבעטן נומער — געווידמעט כּמעט אין גאַנצן דעם בונד, דעם ייִדישן אַרבעטער אד״גל — מיט אַן אימפּאָזאַנטער קינסטלערישער אונטערנעמונג, אונטער דער רעזשי פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער רעזשיסאָרין דאָראָנאַ בן־דוד.
געווען אַ גרויסע צאָל יונגע מענטשן אין דעם "צוותּא"־זאַל אין תּל־אָבֿיבֿ; "דווקא" איז דאָך געשאַפֿן געוואָרן איבערהויפּט פֿאַר זיי, אָבער פֿאַר דעם עלטערן עולם האָט דער ספּעקטאַקל געשאַפֿן דעם אײַנדרוק, אַז ער האָט אַרויפֿגעבראַכט אויף דער בינע גײַסטער פֿון אַמאָל, פֿון אַן אַנדער וועלט. די אויפֿפֿירונג כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט די רעזשיסאָרין צוזאַמעגעשטעלט מיט לידער, איינאַקטערס, דערציילונגען, כאָרגעזאַנג, וווּ ס׳האָט אויך נישט געפֿעלט "די שבֿועה", דער הימען פֿון "בונד" און דער דערשטוינענדיקער ראָק־אַנסאַמבל — "אוי דיוויזשיאָן", אַן אַנסאַמבל פֿון יונגע מוזיקערס וואָס זינגט אויסשליסלעך לידער אויף ייִדיש.
אָנגעפֿירט מיטן אָוונט האָט דער אַקטיאָר אַלעקס אַנסקי, וועמען ס׳איז בײַגעשטאַנען זײַן טעאַטראַלע דערפֿאַרונג אין דער פֿאַרמעסטונג מיטן גאַנץ פֿרעמדן מאַטעריאַל פֿאַר אים. דאַקעגן דער אַקטיאָר דאָרי אַנזשעל האָט זיך געפֿילט ווי אַ פֿיש אין וואַסער אין זײַן אויפֿטריט מיט רעציטאַציעס פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, דעם צום מיינסטן דערמאָנטן דיכטער יענעם אָוונט; אָט דער דאָזיקער פּאָעט, מיט זײַן שטאַרקן סאָציאַלןטישן באַוווּסטזײַן, איז זוכה געווען מ׳זאָל זינגען און אויך רעציטירן זײַן באַקאַנט ליד: "ניט זוך מיך וווּ די מירטן גרינען / געפֿינסט מיך דאָרטן ניט, מײַן שאַץ, / וווּ מענטשן שמאַכן בײַ מאַשינען / דאָרטן איז מײַן רוע פּלאַץ..."
אויך פּרצעס ליד "די דרײַ נייטאָרינס", ווי אויפֿגעוועקט פֿון אַ לאַנג־דורותדיקן שלאָף, האָט דאָ באַקומען, איבער דעם טעאַטראַלן כאַראַקטער פֿון דעם ליד — אַ בולטע דערמאָנונג: מ׳האָט עס געזונגען און עס אויך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ דראַמאַטישע סצענע. די פּראָפֿעסאָרין אַניטאַ שפּיראָ, די מחברין, צווישן אַנדערע, פֿון "בערל", וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון בערל קאַצענעלסאָן, דעם מיטגרינדער פֿון סאָציאַליסטישן אַרבעטנדיקן ציוניזם, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר וועגן דער היסטאָרישער ראָלע פֿון "בונד" און די באַציִונגען מיטן ציוניזם, וואָס ביידע קעגנערישע פּאָליטישע באַוועגונגען זײַנען, צום חידושן זיך, אויפֿגעשטאַנען אין דער זעלבער היסטאָרישער תּקופֿה.
* * *
ס׳איז נייטיק צוצוגעבן עטלעכע ווערטער וועגן דעם אינהאַלט פֿון "דווקא" נ׳ 7: ער איז באַלערנדיק, אינטערעסאַנט געשריבן און פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ צאַפּלדיקער מאַטעריאַל פֿאַר די יעניקע וואָס די פֿאַרגאַנגענהייט — נאָר מיט אַ הײַנטצײַטיקן בליק — איז פֿאַר זיי ליב און טײַער.