|
אַ סצענע פֿון דעם ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן" |
|
אַן עמאָציאָנעל־געלונגענעם אימאַזש פֿון דער פֿאַרשוווּנדענער טעאַטער־וועלט שטעלט מיט זיך פֿאָר דער ספּעקטאַקל, וואָס פֿירט איצט אויף דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ. און טאַקע ווער נאָך איז הײַנט צו טאָג גערופֿן אָפּצוגעבן דעם געהעריקן כּבֿוד יענע ייִדישע קינסטלער וואָס האָבן אַמאָל געהערשט אויף דער בינע און זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק? האָט "ייִדישפּיל" זיך בפֿירוש אונטערגענומען אויפֿצופֿירן דעם ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן" אין גײַסט און אין די פֿוסטריט פֿון יענע אומפֿאַרגעסלעכע קינסטלער אין ניו־יאָרק, די בעסטע פֿאָרשטייער פֿון לײַכטן פֿאַרווײַלנדיקן טעאַטער.
אַפֿילו פֿאַר די יעניקע וואָס זײַנען קיין מאָל אין ניו־יאָרק נישט געווען, איז אויך באַקאַנט, אַז אויף דער ניו־יאָרקער "סעקאָנד־עוועניו" האָט אין משך פֿון כּמעט הונדערט יאָר געשוויבלט און געווירבלט מיט ייִדיש טעאַטער; גוטע און ווייניקער גוטע טעאַטער־אונטערנעמונגען זײַנען דאָרט אויפֿגעפֿירט געוואָרן און דאָס פּובליקום, וואָס האָט פּערמאַנענט באַזוכט יענעם טעאַטער־צענטער, האָט אַקוראַט געוווּסט, וועלכער פֿון די אַלע פֿאָרגעשלאָגענע ספּעקטאַקלען איז זיי מער צום האַרצן.
אויפֿן יסוד פֿון שמואל עצמון־ווירצערס אידעע און מיט דער מיטאַרבעט פֿון אַבֿי קאָרן, הייבט זיך אָן דער ספּעקטאַקל "ליכטיק ווי די שטערן" אין אַלטן בנין פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. ס׳הערן זיך פֿון דער ווײַטנס די אַפּלאָדיסמענטן פֿון דער לעצטער פֿאָרשטעלונג; אויף דער בינע באַווײַזט זיך דער יונגער דירעקטאָר פֿון דער טרופּע און זאָגט אָן דעם פּובליקום, אַז די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג איז די לעצטע; שוין, מאָרגן אין דער פֿרי וועלן קומען די בולדאָזערס און צעשטערן דעם היסטאָרישן טעאַטער־בנין, וואָס אויף זײַן אָרט וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אַ מאָדערנער בנין — אַ גרויסאַרטיקער פֿאַרקויף־צענטער, ביוראָען און אַ ברייט־פֿאַרנעמיקער "פּאַרקינג" פֿאַר אויטאָס. אַזוי וועט זיך פֿאַרענדיקן די תּקופֿה פֿון דער הונדערט־יאָריקער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק.
און פּלוצעם באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט פֿונעם אַלטן ייִדישן טעאַטער די געשטאַלט פֿון אַן אַלטן אימפּרעסאַריאָ, וואָס האָט באַגלייט דעם ייִדישן טעאַטער זינט זײַן גרינדונג. דורך די זכרונות פֿון אָט דעם דערפֿאַרענעם טעאַטער־מענטש וואַכן אויף צום לעבן די באַוווּסטע "סטאַרן" פֿון יענער תּקופֿה — הײַנט פֿאַרוואַנדלט אין אַ לעגענדע — ווי מאָלי פּיקאָן, מאַקס פּערלמאַן, בן־ציון וויטלער און פֿיל אַנדערע אַקטיאָרן וואָס מיט זייערע אויסנעמלעכע קינסטלערישע פֿעיִקייטן האָבן זיי פֿאַרשריבן אַ פּרעכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטראַלן פֿאַרווײַלונגס־זשאַנער.
באַנוצנדיק זיך מיט פֿאָרגעשריטענע טעכנישע ווידעאָ־מיטלען, שאַפֿט דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער מיט זײַן טאַלאַנטירטן אַנסאַמבל אַ צוציִענדיקן מולטי־מעדיאַ־ספּעקטאַקל און דערגרייכט דעם געוווּנטשענעם ציל — צו פֿאַרשאַפֿן דעם פּובליקום גרויס פֿאַרגעניגן דורך דער אויפֿפֿירונג פֿון אַ געשמאַקפֿולן קינסטלערישן ספּעקטאַקל.
צוליב זייער ממשותדיקן בײַטראָג צום דערפֿאָלג פֿון דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג, איז וויכטיק צו דערמאָנען — אויסער די אַרטיסטישע כּוחות — אויך די קינסטלעריש־טעכנישע מיטאַרבעטער: דעם רעזשיסאָר יצחק שאולי און שמואל עצמון־ווירצער; מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען פֿון רוני ווײַס; דעם דיריגענט מישע בלעכאָראָוויטש; דעקאָראַציע און קאָסטיומען פֿון מאַיאַ פּעלעג; באַוועגונג — עלדאַד גרויסמאַן; באַלויכטונג — מישע טשערניאַווסקי; מולטימעדיאַ־פּראָיעקציע — מיכאַל חומש; סימולטאַנע איבערזעצונג — לאָראַ סהר.
"ליכטיק ווי די שטערן" ווערט טאַקע אינספּירירט דורך די אַמאָליקע קינסטלער, דער רעזולטאַט אָבער איז — אַ פֿרישע אומאָפּהענגיקע פֿאָרשטעלונג, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די קינסטלער פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט און באַשטעטיקט די טעאַטראַלע פֿעיִקייטן פֿונעם "ייִדישפּיל"־אַנסאַמבל, אין באַשטאַנד פֿון: ענט עצמון, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אַנאַבעלאַ, דורי אַנזשעל, רונית אושרי, סמדר בן־דוד, ישׂראל טרייסטמאַן, מירי מאיר, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, געראַ סאַנדלער, אַנדריי קאַשקער, יהונתן ראָזען, יובֿל ראַפּאָפּאָרט, ניבֿ שפּיר.