- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(מחשבֿות נאָך דער לוויה פֿון דעם גרויסן דיכטער)
"ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן?
עס איז מיר שווער זיך צו באַפֿרײַען פון די געמישטע געפֿילן, צוריקקערנדיק זיך נעכטן פֿון דער לוויה, איבער וועלכער עס האָט געשוועבט אין מײַן דמיון די אויבנדיקע פֿראַגע פֿון דעם ניפֿטר — דעם אומרויִקן פּאָעט — ווען מיר האָבן אים, צוזאַמען מיט די הונדערטער אבֿלים, באַגלייט אויף זײַן לעצטן וועג אין דעם זוניק־ווינטיקן וועטער צו דער אייביקער רו. יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס. שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם נאָגנדיקן געפֿיל, וואָס באַווײַזט זיך עקשנותדיק יעדעס מאָל אויף ס’נײַ ווען מען דערמאָנט זיך אינעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. אַזוי איז געווען אויך איצט בײַם אָפּמערקן אין "אַרבעטער־רינג", אין תּל־אָבֿיבֿ, 110 יאָר פֿון זײַן געבוירן־טאָג. זאָל עס זײַן דער קאָלעקטיווער געוויסנסביסן, אַז מיר, ווי טיכטיקע ייִדיש־טוערס, האָבן נישט געטאָן גענוג צו פֿאַרלײַכטערן זײַן פּײַנלעכע עלנטקייט און זײַן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, די אויסגיי־ווייען פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטס־פּאַרטיי "עבֿודה" — און אייגנטלעך, פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג אין ישׂראל בכלל — מאַכן איצט אַדורך זייער ערבֿ־לעצטע פֿאַזע. ווי די סיבה פֿון זײַן אַוועקגיין פֿון דער כּנסת וואָלט געווען פֿאַר אים איר לאַנגווײַליקייט, האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט אופֿיר פּינס (פּינעס) דערקלערט, אַז ער האָט דאָרט שוין מער נישט וואָס צו טאָן — ער האָט נישט קיין פּאַרטיי און ער האָט נישט קיין מנהיג; נישטאָ פֿאַר אים מער די פּאַרטיי, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן, נישטאָ דער מנהיג, אַ מאָדנער מענטש איז ער עפּעס געווען, דער מלך פֿרידריך דער צווייטער פֿון פּרײַסן (1712—1786). שיינגײַסט, איז ער פֿון די ייִנגסטע יאָרן געווען פֿאַרקאָכט אין מוזיק, געשפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן, געשאַפֿן אייגענע מוזיק, און דערצו געדיכט לידער אויף פֿראַנצויזיש. מילא — פֿרידריך גיִאַם, זײַן טאַטע — ער האָט זיך אויפֿגעגעסן... אַ וויסט אָנשיקעניש מיט מוזיק איז עפּעס זײַן קרוינפּרינץ באַפֿאַלן! ווי אַזוי וועט ער אַמאָל אָנפֿירן מיט דער מדינה — ווי אַזוי?! אָבער נישקשה. דעם 17טן יאַנואַר 2010 וועט ווערן 24 יאָר זינט שפּאַניע האָט באַשלאָסן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך 38 יאָר פֿון קווענקלענישן. אָבער ערשט אינעם לעצטן יאָר, אין 2009, האָבן די באַציִונגען באַקומען אַן ערנסטע אַנטוויקלונג. דעם 18טן יאַנואַר 2009, 3 וואָכן נאָך ישׂראלס אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" אין עזה, זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך זעקס אייראָפּעיִשע פֿירער, צווישן זיי דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער, כאָזע לויִס ראָדריגעס סאַפּאַטעראָ, כּדי אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט. "אַ גרויסע מוזיקאַלישע פֿײַערונג צום נײַעם סעזאָן" — די דאָזיקע מעלדונג האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער און האָט דערבײַ צוגעגעבן: "דער אָרקעסטער באַנײַט זיך צום סעזאָן 2009—2010 — דער 74סטער סעזאָן פֿון זײַן עקזיסטענץ און 40 יאָר אונטער דער מוזיקאַלישער לייטונג פֿון זובין מעטאַ". יצחק ראַבין, עליו השלום, פֿלעגט באַצייכענען די אינטריגעס און דעם "פֿערד־מאַרק" אין די פּאַרטיייִשע אינסטאַנצן, אָדער אין די צווישן־פּאַרטיייִשע "קאָמבינעס", מיטן חוזק־"ווערטל": גועליציה. פֿון דעם וואָרט "גועל"־נפֿש, וואָס מיינט פּשוט: עקל. באַזונדערס אין די פּאַרטייען פֿון דער הערשנדיקער קאָאַליציע, אָדער אין די דינגענישן בײַם צוזאַמענשטעלן די קאָאַליציע. דער יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדיש־רומענישן דיכטער יעקבֿ גראָפּער, פֿאַרטיילט יעדעס יאָר פּרעמיעס פֿאַר ייִדישע דיכטער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום, כּדי זיי צו דערמעגלעכן אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וועלכע צייכענען זיך אויס בײַ זייערע לימודים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור און דער געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום. מדינת־ישׂראל איז געבוירן געוואָרן מיטן חלום פֿון שלום — אין די הערצער און אויף די ליפּן פֿון אירע טרוימער און באַשאַפֿער, פֿון אירע בירגער און אירע פֿרײַנד. דער שלום איז ביז איצט, איין און זעכציק און אַ האַלב יאָר, געווען איינער פֿון אירע ערשטע און פֿון די העכסטע פּריאָריטעטן. יעדע פּרינציפּן־דעקלאַראַציע און יעדע טעטיקייט־פּלאַטפֿאָרם פֿון יעדער איינער פֿון די ביז איצטיקע רעגירונגען פֿלעגט זיך יעדעס מאָל אָנהייבן מיט דער פֿאַרפֿליכטונג צו גיין אויפֿן וועג וואָס זאָל פֿירן צו אַ שלום, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון דער אויפֿגעקומענער מדינה; יעדע באַוועגונג, לויט אירע השׂגות, יעדע רעגירונג לויט אירע כּוונות. "דער פּאָליציסט אַזולאַי", דער פֿילם געשאַפֿן דורך אפֿרים קישון אין 1971, איז אַ יאָר שפּעטער געווען אַ קאַנדידאַט צו באַקומען דעם געגאַרטן פּרײַז "אָסקאַר", וואָס די קינאָ־אַקאַדעמיע פֿון האָליוווּד טיילט צו, צווישן אַנדערן, אויך פֿאַרן בעסטן נישט־אַמעריקאַנער פֿילם. דעם "אָסקאַר" האָט ער נישט באַקומען, (ער האָט באַקומען אַנדערע נישט ווייניק וויכטיקע פּרײַזן), נאָר "דער פּאָליציסט אַזולאַי" וואָס דערציילט וועגן דעם נאַיִוון גוטהאַרציקן מענטש מיט דעם אומפֿאַרגעסלעכן פֿאַרשטאָרבענעם אַקטיאָר און קאָמיקער שײַקע אופֿיר אין דער הויפּט־ראָלע, פֿאַרנעמט שוין פֿון לאַנג דעם אויבנאָן אויף דער פּאָליצע פֿון די קלאַסישע ישׂראלדיקע פֿילמען. אַ נע־ונדישע דוינע
איציק מאַנגערן מיט בענקשאַפֿט
|