"השירים אשר לשלמה", 1623 |
אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 16טן יאָרהונדערט דערשײַנט אין מאַנטאָוואַ (צפֿון־איטאַליע) אַ ייִדישער גאָון פֿון מוזיק מיטן נאָמען סאַלאָמאָנע ראָססי (די איטאַליענער האָבן אים "צוגעטשעפּעט" דעם "אַיִל־העברעאָ" — דער ייִד. בײַ ייִדן איז זײַן נאָמען — שלמה מן האדומים. סאַלאָמאָנע ראָססי איז ווײַט נישט געווען אַבי ווער: זײַן נאָמען דערשײַנט אין אַלע מוזיק־ענציקלאָפּעדיעס. די דײַטשישע ענציקלאָפּעדיע — "די מוזיק" — ווידמעט אונדזער ראָססי אַ גאַנץ גרויסן דף מיט שפּאָרע אויפֿקלערונגען. די מוזיק פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן איבערגאַנגס־פּעריאָד פֿון רענעסאַנס צו באַראָק. דער פֿירשט פֿון מאַנטאָוואַ, גאַנזאַגאַ און זײַן ווײַב איזאַבעלאַ ד’עסטע, צוויי וויכטיקע גײַסטיקע געשטאַלטן פֿונעם רענעסאַנס, האָבן פֿון דעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר געהאַלטן אַ וועלט. זיי האָבן אים אַוועקגעשטעלט פֿאַר אַ הויף מוזיקער אין זייער שלאָס, און ער האָט מיט זײַן שפּיל און מיט זײַן אָרקעסטער פֿון ריין ייִדישע מוזיקער מהנה געווען די הערשער און זייערע געסט בעת בעלער.
מען דאַרף זאָגן, אַז די תּקופֿה פֿון רענעסאַנס איז עפּעס אַ מאָדנע צײַט. דאָס איז אַ צײַט פֿון אַכזריות, מלחמות, פֿון רויב און פֿאַרניכטונג; פֿאַרברענטע שטעט און דערפֿער... וויי און ווינד איז געווען צום פּשוטן אָרעמען מענטש... און דאָך... בעת דער־אָ ווילד־ברוטאַלער צײַט דערשײַנט אַ קאָלאָסאַלע קולטור און קונסט. גרויסע גײַסטער גראָבן אין די טיפֿענישן פֿון דער אַלטערטימלעכער קולטור און ברענגען אַרויס אַ פֿרישן בליק אויף מענטש־און־וועלט. דער רענעסאַנס האָט דער מענטשהייט געשענקט אַ וועלט מיט אַ נײַ פּנים. מילא, אַ קונסט, אַ פּלאַסטישע, מיט מײַסטער־ריזן, האָט דער רענעסאַנס דערלאַנגט דער מענטשהייט, אַז די אייביקייט וועט זיי ניט פֿאַרגעסן. די פֿאַרדאָרבענע פֿירער פֿון קירכע און לענדער בויען גראַנדיעזע שלעסער און פּאַלאַצן; און אַז צוליב זייערע זינד זאָלן זיי נישט גיין גלײַך אין גיהנום, שטעלן זיי פּראַכטפֿולע קירכעס מיט קאַטעדראַלן, און די קינסטלער טוען דאָס אַלץ מײַסטערהאַפֿט באַפּוצן און באַשיינען. צו דער צײַט בליט טעאַטער און באַלעט, און דער עיקר — בליט מוזיק; ס’דערשײַנט די אָפּערע. מען מוז מודה זײַן, אַז די ברוטאַלע מאַכטהאָבער זענען גרויסע מעצענאַטן און פּראָטעקטאָרן פֿון קולטור און קונסט.
כּדאַי צו באַמערקן, אַז בזמן הרענעסאַנס אין איטאַליע נעמט מען אויף דעם ייִד מיט מער סימפּאַטישע געפֿילן (אַגבֿ, בײַם דראַנג צו גראָבן אין די אוצרות פֿונעם אַלטערטום האָבן געוויסע רענעסאַנס־גײַסטער געלערנט אונדזער לשון־קודש). בזמן ייִדן־רדיפֿות אין אייראָפּע איז איטאַליע געווען אַ שטיקל מקום־מיקלט. אויף אַזאַ אופֿן איז דאָרט די ייִדישע קהילה באַשטאַנען פֿון דײַטשישע ייִדן, ייִדן פֿון גירוש־פֿראַנקרײַך, שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, פֿון טערקישע ייִדן באַזעסענע אין איטאַליע צוליב מיסחר און פֿינאַנצן, ווי אויך ייִדן, אָפּשטאַמיקע פֿון די אַלט־אַלטע צײַטן.
די פּרינצן פֿון די קליינע איטאַליענישע מדינות האָבן גאַנץ שיין אָפּגעשאַצט די ווערטן פֿון ייִד. אָט ווי, למשל אין מאַנטאָוואַ, אינעם וווינאָרט פֿון סאַלאָמאָנע ראָססי, זענען ייִדן געווען רופֿאים, סוחרים, פֿינאַנץ־לײַט, און אויך מוזיקער און טעאַטער־לײַט. און כּמעט אַלע זײַנען זיי געווען אין דינסט פֿון די הערשער. בזכות מיט דער, מער־ווייניקער, סימפּאַטישער באַציִונג צום ייִד אין איטאַליע, האָט דער רענעסאַנס געהאַט אַן השפּעה אויף דער קולטורעלער אַנטוויקלונג פֿון די אַחינו־בני־ישׂראל. ייִדן טוען זיך דאָרט באַשעפֿטיקן מיט מוזיק, טעאַטער און באַלעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די די דאָרטיקע פּרינצן מיט די רײַכע סוחרים האָבן נישקשהדיק באַנוצט דעם טאַלאַנט פֿון ייִדישע קינסטלער בעת די פֿאַרגעניגנס זייערע אין די שלעסער און פּאַלאַצן. אין פֿלאָרענץ, למשל, פֿרי אין 15טן יאָרהונדערט באַנוצט מען אַ ייִדישן לערער פֿון טאַנץ (אַ כאָרעאָגראַף).
ביז גאָר פּאָפּולער איז בײַ די איטאַליענישע ייִדן מוזיק. סאַלאָמאָנע ראָססי איז נישט געווען דער איינציקער ייִדישער מוזיקער דאָרט. פֿאָרשער דערציילן, אַז אין ווענעציע איז אין געטאָ געווען אַ ייִדישע מוזיק־אַקאַדעמיע אָנגעפֿירט פֿון אַ באַרימטן רבֿ — אַ קאָמפּאָזיטאָר. ביז סוף 18טן יאָרהונדערט איז די־אָ קולטור־דערשײַנונג פֿון איטאַליע איינציק בײַ ייִדן. לויט פֿאָרשער, פֿלעגן ייִדן זיך אויך פֿאַרנעמען מיט מוזיק אין די פֿיר שטעט פֿון דרום־פֿראַנקרײַך אונטער דער ממשלה פֿון פֿאַרטריבענע פּויפּסטן. אין די תּפֿוצות האָבן רבנים זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו נגינה: "דאָס מאַכט פֿאַרגעסן", האָבן זיי געזאָגט, "דעם טרויער נאָכן חורבן בית־המיקדש... נגינה פֿירט אַוועק דעם ייִד צו זינד, צו אַסימילאַציע; מילא, אויף חתונות מעג מען געבן אַ שפּיל..."
אין איטאַליע, זעט איר, האָבן ייִדישע גײַסטמענטשן, און אַפֿילו רבנים, געהאַלטן, אַז מוזיק קרעפֿטיקט דעם גײַסט און דערהייבט דעם ייִד צו די הויכע הימלען. אָט אַזוי האָט די פֿלעגע פֿון מוזיק בײַ די איטאַליענישע ייִדן בזמן הרענעסאַנס געבראַכט צום דערשײַנען פֿון גרויסן קאָמפּאָזיטאָר שלמה מן האדומים — דעם "אַיִל־העברעאָ" — סאַלאָמאָנע ראָססי!
הכּלל, ווער־זשע איז געווען שלמה מן האדומים, און וואָס האָט ער געשאַפֿן? שלמה מן האדומים איז פֿון דור־דורות אַן איטאַליענישער ייִד. זײַנע ווײַט־ווײַטע אָבֿות זאָלן שטאַמען, זאָגט מען, פֿון די פֿאַרטריבענע ייִדן קיין רוים נאָכן חורבן בית־שני. לויט די לעצטע פֿאָרשונגען זאָל שלמה, דער מוזיקער, זײַן אַ נאָענטער קרובֿ פֿון ייִדישן פֿילאָסאָף פֿון מאַנטאָוואַ עזריה ראָססי. סאַלאָמאָנע ראָססי שטאַמט זיכער פֿון אַ היים מיט אַ גרויסן אינטערעס פֿאַר נגינה, ווײַל אויך די שוועסטער זײַנע איז געווען אַ באַרימטע זינגערין. זי האָט מען גערופֿן — "מאַדאַם אייראָפּאַ". פֿאַר איר האָט דער גרויסער מאָנטעווערדי (1567—1643) געשאַפֿן אַן אָפּערע. אין אַרכיוו פֿון דער שטאָט־ביבליאָטעק פֿון מאַנטאָוואַ איז פֿאַראַן אַ פּאָליפֿאָניש ווערק אויף זיבן שטימען פֿון אַנסעלמאַ (אָשר) מן אדומים — אַ קרובֿ פֿון סאַלאָמאָנע ראָססי.
תּורת־מוזיק האָט שלמה מן האדומים גענומען לערנען זייער פֿרי, ווײַל ווי אַ יונגער בחור האָט ער שוין געשמט ווי אַ מײַסטער פֿון פֿידלשפּיל. מיט דער צײַט האָט ער אײַנגעשטעלט אַ שול פֿון שפּילן פֿידל. גאַנץ פֿרי האָט ער, שלמה, אָרגאַניזירט אַן אָרקעסטער פֿון סאַמע ייִדישע מוזיקער, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט זײַנע אַרויסטריטן פֿאַר ייִדן און קריסטן. איז ווי נאָר ראָססי, דער "העברעאָ", האָט באַקומען אַ שם האָט אים די הערשערין פֿון מאַנטאָוואַ, אַנדזשעלאַ ד’עסטע — אַ פֿיגור פֿון רענעסאַנס — באַשטימט פֿאַר איר הויף־מוזיקער. און דער "העברעאָ" האָט גענומען פֿאַרווײַלן די פּריצישע משפּחה און זייערע הויכגעשטלעטע געסט.
סאַלאָמאָנע ראָססי איז געווען אַ ביז פֿרוכטבאַרער קאָמפּאָזיטאָר: אָנגעהויבן האָט ער מיט מוזיק־פֿאָרמען אין פּאָליפֿאָנישן נוסח פֿון זײַן צײַט. שוין בײַ 19 יאָר האָט ער פּובליקירט אַ באַנד אַ"ג "קאַנצענעטאָס" — קורץ־וואָקאַלע דרײַ־שטימיקע ווערק פֿון אַ פֿאָלקס־כאַראַקטער. עטוואָס שפּעטער האָט ער שוין מצליח געווען מיט די "מאַדריגאַלן" זײַנע (אַ וואָקאַל־אינסטרומענטאַלע פּאָליפֿאָנישע פֿאָרעם) צו פּאָעמעס פֿון גרויסע צײַט־דיכטער.
שלמה מן האדומים איז געווען פֿון די ערשטע אין זײַן צײַט צו באַנעמען, אַז דער מוזיק־נוסח פֿון זײַן צײַט, מיט די פֿאָרמעס, זענען פֿאַרעלטערט און אָפּגעלעבט; ס’פֿאַרלאַנגט זיך אַ באַנײַונג. ובֿכן, איז ער אַריבער צו אַ נײַעם מין מוזיק — אַ מוזיק, אַ ריין־אינסטרומענטאַלע, געפֿורעמט אין דרײַ טיילן. דער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר איז אַזוי אַרום געוואָרן דער "טאַטע" פֿון דער אַ״ג סאָנאַטע־פֿאָרעם: ער איז פֿון די גרונטלייגער פֿון אַ נײַעם וועג וואָס פֿירט אַוועק צו דער מאָדערנער קלאַסישער מוזיק!
ס’איז כּדאַי צו באַטאָנען, אַז אונדזער ראָססי איז געווען אַ שטאָלצער ייִדישער מענטש. ער פֿלעגט חתמענען זײַנע שאַפֿונגען — "אַיִל־העברעאָ — סאַלאָמאָנע ראָססי". זאָל די וועלט וויסן, אַז דער שעפֿער איז אַ ייִד! ראָססי האָט אויך געשאַפֿן ייִדישע ליטורגישע מוזיק — אַ באַנד פֿון דרײַ און דרײַסיק ווערק פֿאַר שבת־יום־טובֿדיקע תּפֿילות אין שיל בשם "שירי אשר לשלמה". די פּאַרטיטורעס — טעקסט און נאָטן — זענען ייִדישלעך געשריבן פֿון רעכטס צו לינקס. אַרויס אין דרוק זענען די "שירים" אין ווענעציע אין 1623.
די "שירים", געשאַפֿן בנוסח הפּאָליפֿאָניע, האָבן געמאַכט אַ רעש אין די שטרענג פֿרומע ייִדישע קרײַזן. רבנים האָבן געטענהט, אַז באַגלייטן תּפֿילות מיט פּאָליפֿאָנישער מוזיק איז אַ חילול־השם! דאָס איז קירכע־מוזיק... איבעריקנס צו זאָגן, אַז די נגינה האָבן די רבנים נישט געלאָזט איבערטרעטן די שוועל פֿון דער שיל... און דאָך, זענען אין איטאַליע, בעתן רענעסאַנס, געווען גרויסע ייִדן, אַפֿילו רבנים, וועלכע האָבן נישט מסכּים געווען מיט די שטרענג פֿרומע ייִדישע קרײַזן. אָט, נעמט דעם רבֿ פֿון ווענעציע, הרבֿ יהודה־אַריה ממאָדענע (1571—1648), ער האָט געשפּילט פֿידל און געשאַפֿן מוזיק; ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער מוזיק־אַקאַדעמיע אין ווענעציע. ער האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטורגישער מוזיק פֿון סאַלאָמאָנע ראָססי. ער האָט אַפֿילו מחבר געווען אַן הקדמה צו דער פּובליקאַציע פֿון די "שירים" און געמאַכט אַ גרויסן אָנשטרענג זיי זאָלן אויסגעפֿירט ווערן אין די שילן. די "שירים" זענען נאָכן טויט פֿון קאָמפּאָזיטאָר פֿאַרגעסן געוואָרן...
250 יאָר נאָכן טויט פֿון איטאַליענישן קאָמפּאָזיטאָר האָט דער פּאַריזער עדמונד ראָטשילד, בעת אַ באַזוך אין איטאַליע, אַנטדעקט אַן אַלטע זאַמלונג נאָטן מיטן נאָמען "אַיִל־העברעאָ — סאַלאָמאָנע ראָססי". ער האָט געקויפֿט דעם באַנד נאָטן און אים דערלאַנגט דעם חזן נאָמבערג פֿון דער פּאַריזער סינאַגאָגע. די "שירים" האָט מען מיט דער הילף פֿון פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר ווענסען ד׳ענדי גענומען פּובליקירן, פֿאָרשן און אויספֿירן.