געשיכטע
אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער אין ווײַסרוסלאַנד, 1943
אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער אין ווײַסרוסלאַנד, 1943

דאָס מאָל קלײַב איך זיך פֿאַרפֿירן אַ געשפּרעך וועגן ייִדן — ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער בעת דער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה" (1941—1945), ווי מ׳האָט עס גערופֿן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ טעמע וואָס וועט לאַנג נאָך ניט פֿאַרלירן איר אַקטועלקייט. מיט נחת־רוח פֿון אַזאַ אַרבעט שמעקט ניט, ווײַל אַ רייד וועט אויך גיין וועגן באַוווּסטזיניקער רכילות־שרײַבערײַ. וועל איך זיך דערלויבן אַ ביסעלע פֿאַרציִען דאָס צוטרעטן צום עיקר.

שוין אַ לענגערע צײַט ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אַלטע בריוו. דאָס מאָל ניט פֿון פּענקאָלעגעס. אייניקע פֿון זיי זײַנען אָנגעשריבן נאָך מיט 65 יאָר צוריק און מער, אָבער די אַלטמאָדישע פּען און טינט האָבן זייערס אויסגעהאַלטן און זיך ניט אונטערגעגעבן דער צײַט. אין דער אַרבעט האָב איך זיך אַזוי אַרײַנגעטאָן, אַז מיט אומגעדולד קוק איך אַרויס, אַז דער אָוונט זאָל וואָס גיכער אַראָפּ אויף דער ישׂראל־ערד, די היץ זאָל פֿאַלן, און זיך זעצן צום טיש.

אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג, ווען אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן קען מען רעדן און שרײַבן כּמעט אַלץ, טאָר מען ניט פֿאַרגעסן, אַז פֿאַר אַ שטיקל אמת האָט מען פֿריִער מורא געהאַט אימת־מוות, געקענט זיך אַרײַנכאַפּן אין אַ תּפֿיסה־קאַמער און ניט אויף איין יאָר און דערפֿאַר איז אויסגעקומען יעדעס אָנגעשריבן וואָרט ניט איין מאָל מעסטן און וועגן.

אַזוי איז געווען און דאָך האָבן זיך שטענדיק אויסגעזוכט, ביז גאָר געוואַגטע, מיט שטרענגע פּרינציפּן מענטשן, וואָס האָבן געקענט הויך אויף אַ קול, אָדער אַפֿילו שוואַרץ אויף ווײַס, מיט שטעכיקע ווערטער, דעמאַסקירן, אַראָפּרײַסן די מאַסקעס פֿון פֿאַלשע עדות־זאָגער. ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ העלדנטאַט קענען באַשײַמפּערלעך דינען די בריוו צו מיר פֿון אַ סאָוועטישן פּאָלקאָווניק יעפֿים גאָכבערג, וועלכע איך ברענג דאָ אין מײַן ייִדישער איבערזעצונג:


הויכגעשעצטער מיכאַיִל לעוו!

איך ווענד זיך צו אײַך, ווי צו אַ געוועזענעם קאָמאַנדיר פֿון אַ פּאַרטיזאַנער־פּאָלק.

איך ווענד זיך צו אײַך, ווי צו אַ באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער, וואָס האָט כּמעט אַלע זײַנע ביכער געווידמעט דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה.

איך בעט אײַך מיר אַרויסווײַזן הילף בײַם אויסזוכן געהעריקע מאַטעריאַלן וועגן דעם אָנטייל פֿון ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד ווי פֿאָלקס־נקמה־נעמער (אַזוי האָט דאָס פֿאָלק בעת דער מלחמה גערופֿן די העלדן־פּאַרטיזאַנער). מיר איז עס נייטיק, כּדי מאָטיווירט אָפּלייקענען די פֿאַלשע פּובליקאַציע, פֿאַרעפֿנטלעכט אין זשורנאַל Советская этнография"" (סאָוועטישע עטנאָגראַפֿיע) נומ' 3 פֿאַרן 1985. איך דאַרף עס טאָן מער באַגרינדעט, ווי אין מײַן בריוו געשיקט דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל.

בײַלאַגע: אַ קאָפּיע פֿון דעם אויבן־דערמאָנטן בריוו, אויף וועלכן כ'האָב ביז הײַנט קיין ענטפֿער ניט באַקומען.

מיט דאַנקבאַרקייט,

יעפֿים גאָכבערג

09.09.1985


אינעם זעלבן קאָנווערט איז אַרײַנגעלייגט אַ קאָפּיע פֿון גאָכבערגס אַ פּראָטעסט־בריוו צום הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל Советская этнография"", דעם מיטגליד־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, חבֿר ק. וו. טשיסטאָוו.


חשובֿער קיריל וואַסיליעוויטש!

מיט גרויס דערשטוינונג און אויפֿגעבראַכטקייט האָב איך איבערגעלייענט אין זשורנאַל נומ' 3 פֿאַרן 1985 יאָר, וועלכן איר רעדאַקטירט, ק. פּ. קאַבאַשניקאָווס אַרטיקל, געווידמעט דעם 40־יאָריקן יוביליי פֿון אונדזער גרויסן זיג. אין אַרטיקל ווערט אָנגעוויזן, אַז אין ווײַסרוסלאַנד האָבן העכער 440 טויזנט פּאַרטיזאַנער, אונטערערדלער געקעמפֿט קעגן די אָקופּאַנטן. צוזאַמען מיט דער אָרטגעבירטיקער באַפֿעלקערונג ווײַסרוסן (71.9%); רוסן (19.29%), אוקראַיִנער (3.89%), ליטווינער, לעטן, גרוזינער, קאַזאַכן, אַרמענער, אוזבעקן, אַזערבײַדזשאַנער, מאָלדאַוואַנער, סלאָוואַקן, טשעכן, פּאָליאַקן און אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון העכער זיבעציק נאַציאָנאַליטעטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס וואָרט "ייִד" האָט דער מחבר, אָן שום ספֿק, דורכגעלאָזט נישט צופֿעליק און דער זשורנאַל, וואָס איז אײַך אָנגעטרויט, האָט דעם אומדערלאָזלעכן גרויסן פֿעלער ניט אויסגעפֿאַרריכט. אַז דאָ גייט אַ רייד פֿון אַ פֿאָרויסגענומענער נייגונג צו פֿאַלסיפֿיצירן די געשיכטע, פֿאָדערט אַפֿילו ניט קיין דערווײַזן. קאָמענטאַרן זײַנען דאָ, ווי מען זאָגט, איבעריק.

ניט פֿאַרמאָגנדיק קיין פּינקטלעכע סטאַטיסטישע אָנגאַבן וויפֿל ייִדן זײַנען געווען צווישן די 440 טויזנט פּאַרטיזאַנער און אונטערערדלער, וואָס האָבן געקעמפֿט אין ווײַסרוסלאַנד, האָב איך צוגעגרייט אַ פֿאָטאָמאָנטאַזש פֿון ייִדן, ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער, גענומען פֿון בוך "Навечно в сердце народа" (אויף אייביק אין האַרץ פֿון פֿאָלק), מינסק, ווײַסרוסישע סאָוועטישע ענציקלאָפּעדיע. דעם פֿאָטאָמאָנטאַזש אין אײַנבונד שיק איך אײַך אַרויס, כּדי איר זאָלט קענען אין אים אַרײַנקוקן. איך בעט אים אומקערן צוזאַמען מיט אײַער ענטפֿער.

מיט אַכטונג,
יעפֿים גאָכבערג
וועטעראַן פֿון די באַוואָפֿנטע קרעפֿטן פֿון פֿסס״ר
אָנטייל־נעמער פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה
פּאָלקאָווניק אין דעמיסיע
23 אויגוסט 1985
מײַן אַדרעס...


מיט דעם געוואַגטן קעמפֿער פֿאַר גערעכטיקייט, יעפֿים גאָכבערג, בין איך פּערזענלעך ניט געווען באַקאַנט, נאָר איך ווייס, אַז דאָס איז געווען ווײַט ניט דער איינציקער פֿאַל, ווען ער איז שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן אַזאַ מין סאָרט פּובליקאַציעס.

ס׳איז וויכטיק דאָ צוגעבן, אַז אין 1990 איז גאָכבערג געווען צווישן די גרינדער פֿון דער פֿאַראייניקונג "ייִדן–מלחמה־וועטעראַנען". נאָך ביז דעם האָט ער אַקטיוו אָנטייל־גענומען אין דער מאָסקווער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, מיט וועלכער ס'האָט אָנגעפֿירט פּאָלקאָווניק יורי סאָקאָל.

ווייסן מיר שוין, אַז אין ערנצעטל פֿון פֿעלקער, וועמענס פֿאָרשטייער האָבן העלדיש געקעמפֿט ווי ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער האָט מען נישט פֿאַרגעסן אײַנשליסן לעטן, מאָלדאַוואַנער און אַפֿילו סלאָוואַקן און טשעכן, אָבער ייִדן האָט מען ניט בלויז ניט דערמאָנט, נאָר אויסגעמעקט אין גאַנצן פֿון דער רשימה.

דעם ערשטן טראָט אין דעם פּרט האָט פֿאָרגענומען דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿון ווײַסרוסלאַנד פּ. ק. פּאָנאָמאַרענקאָ און געווען איז עס ווי נאָר די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן. אין אַ געהיימער מיטטיילונג צו סטאַלינען האָט ער צו וויסן געגעבן: "אַן ערנסטן ווידערשטאַנד די פֿאַשיסטן ווײַזן אַרויס די קאָלווירטניקעס אין די דערפֿער, וואָס מען קען ניט זאָגן וועגן די שטאָט־אײַנוווינער, באַזונדערס וועגן די אָנגעשטעלטע פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַליטעט. אין אָנזיכט פֿון די אָקופּאַנטן, האָט די ייִדן אַרומגעכאַפּט אַ חייִשער פּחד".

און ווי זאָל אין צוזאַמענהאַנג מיט אַזאַ אינפֿאָרמאַציע ניט דערמאָנט ווערן דער פֿאַקט אַז איינע פֿון די ערשטע עפֿנטלעכע הינריכטונגען (עקזעקוטירונגען) וואָס די היטלעריסטן האָבן דורכגעפֿירט אינעם אָקופּירטן מינסק, איז פֿאָרגעקומען דעם 26סטן אָקטאָבער 1941. צו דער תּליה האָט מען די פֿאַרמישפּטע געטריבן איבער די געדיכט־באַפֿעלקערטע גאַסן. די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די דרײַ — צום טויט פֿאַראורטיילטע — זײַנען געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין די צײַטונגען, זשורנאַלן אין פֿיל לענדער, אײַנגעשלאָסן אין לערנביכער און דעמאָנסטרירט געוואָרן אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס. די צוויי מאַנצבילן פֿונעם העלדישן דרײַלינג זײַנען אָנגערופֿן בײַ זייערע אמתע נעמען: קיריל טרוס און וואָלאָדיע שטשערבאַשעוויטש. צווישן זיי ביידע שטייט אַ מיידל, און אויף איר ברוסט הענגט אַ שילד מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף דײַטש און רוסיש: "מיר, פּאַרטיזאַנער, האָבן געשאָסן אין דײַטשישן מיליטער". אָבער דאָס מיידל איז באַצייכנט געוואָרן ווי אַן "אומבאַוווּסטע". ווי מע וואָלט כּלומרשט נישט געוווּסט, ווער זי איז און פֿון וואַנען זי שטאַמט.

יאָרן־לאַנג האָט זיך געצויגן דאָס "ניט וויסן", ביז די צײַט איז ענדלעך געקומען און ס'איז געוואָרן אויס סוד. דער אמת איז אַרויסגעשוווּמען, ווי בוימל אויפֿן וואַסער. מיט אַ מאָל האָבן זיך אויסגעזוכט מענטשן און אַפֿילו נאָענטע ביז גאָר באַוווּסטע קרובֿים. איינער פֿון זיי איז געווען דער סקולפּטאָר, דעפּוטאַט פֿון ווײַסרוסישן אייבער־סאָוועט, העלד פֿון סאָציאַליסטישער מי זאַיִר אַזגור. אין דער רעדאַקציע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" איז ער געווען אַן אָפֿטער אַרײַנגייער און אויף אונדזער מאַמע־לשון, מיט פֿיל איינצלהייטן, דערציילט וועגן זײַן קרובֿה, דעם העלדישן מיידל — און זי אָנגערופֿן מיט איר פֿאַמיליע־נאָמען — מאַשע ברוסקין.

וואָס זאַיִר אַזגור, אַ מענטש, דאַכט זיך מיט פּראָטעקציע אין די הויכע רעגירונגס־קרײַזן האָט אַליין פֿאָרגענומען, כּדי אינעם אונטערשריפֿט זאָל אויסגעמעקט ווערן דאָס וואָרט "אומבאַוווּסטע", דאָס ווייס איך ניט. אַגבֿ, אַז אין ישׂראל איז מאַשע ברוסקין אַוועקגעשטעלט געוואָרן אַ דענקמאָל. ניט דורך דער מלוכה, נאָר באַשיידענע, ווײַט ניט קיין פֿאַרמעגלעכע מענטשן, האָבן אָפּגעשיקט געלט קיין ירושלים דער זשורנאַליסטקע לינאַ טאָרפּוסמאַן, וואָס איז געווען די איניציאַטאָרין פֿון אַוועקשטעלן דעם דענקמאָל-פּראָיעקט.

ווי דאָס מלחמה־רעדל האָט אויף אַ היפּשער צײַט זיך אַ דריי געטאָן, דאַרף מען ניט דערמאָנען. ווילהעלם קובע, וועלכער האָט געשמט מיט זײַן אומגעצוימטער שׂינאה צו ייִדן און איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע רעאַליזאַטאָרן פֿון דער ענדלייזונג פֿון דער ייִדנפֿראַגע, איז פֿון היטלערן געשטעלט געוואָרן אויף דעם הויכן פּאָסטן ווי דער גענעראַל־קאָמיסאַר פֿון ווײַסרוסלאַנד. זײַנע ראַפּאָרטן פֿלעגט ער אַדרעסירן ניט צום "פֿירער" גופֿאַ, נאָר דורך אַ שטרענג אײַנגעשטעלטער דיסטאַנץ. לייענט זשע ווײַטער אַ מוסטער פֿון די דאָזיקע ראַפּאָרטן:


מינסק, 31סטן יולי, 1942.

בעת אַלע צוזאַמענשטויסן מיט די ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון געוועזענעם פּוילן און אויך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צוזאַמען מיט דער פּוילישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג און מאָסקווער רויט-אַרמייער, זײַנען די הויפּט־טרעגער פֿון דער פּאַרטיזאַנער־באַוועגונג אין מיזרח. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון און דערצו נאָך נעמענדיק אין אַכט דעם שאָדן פֿון דער גאַנצער עקאָנאָמיע, ווערט דאָס באַגיין זיך מיט די ייִדן פֿון ווײַסרוסלאַנד אַן אויסערגעוויינטלעך פּאָליטישער ענין, וואָס דאַרף געלייזט ווערן ניט פֿון עקאָנאָמישן, נאָר פֿון פּאָליטישן שטאַנדפּונקט.

...פֿאַר די לעצטע צען וואָכן האָבן מיר אין ווײַסרוסלאַנד ליקווידירט דורכשניטלעך 44 טויזנט ייִדן. אין מינסק זײַנען דעם 28־29סטן יולי דורכשניטלעך ליקווידירט געוואָרן 10 טויזנט ייִדן. פֿון זיי 6,500 רוסישע ייִדן, ס'רובֿ זקנים, פֿרויען, קינדער — די איבעריקע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ניט קיין אַרבעטספֿעיִקע עלעמענטן, וועלכע זענען לויטן באַפֿעל פֿון פֿירער, געבראַכט געוואָרן פֿון ווין, ברעמען, ברנאָ און בערלין.

אין מינסק זײַנען פֿאַרבליבן 2,600 ייִדן פֿון דײַטשלאַנד און 6 טויזנט רוסישע ייִדן, מאָביליזירטע אויף אַרבעט. אַזוי אַרום וועט נאָך אויספֿירן די אָנגעמערקסטע אויפֿגאַבע פֿאַרבלײַבן אין מינסק 8,600 און אין די איבעריקע 10 געגנטן בײַ 7 טויזנט ייִדן. אין דעם פֿאַל וועט שוין ניט זײַן קיין געפֿאַר, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די פּאַרטיזאַנער זיך קאָנען אין גרונט אָנשפּאַרן אויף די ייִדן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָכן באַפֿרידיקן די באַדערפֿענישן פֿון דער אַרמיי וועלן מיר אַלע ייִדן פֿון ווײַסרוסישן גענעראַל־קרײַז מיט פֿאַרגעניגן ליקווידירן. ווי נאָר מיר האָבן פֿאַרענדיקט די אָפּעראַציע קעגן די ייִדן אין מינסק, אַזוי איז פֿון וואַרשע אָנגעקומען אַ טראַנספּאָרט מיט טויזנט ייִדן. איך בעט אָפּשטעלן אַזוינע טראַנספּאָרטן. דער פּוילישער ייִד, ווי דער רוסישער ייִד, איז אַ שׂונא פֿון דעם דײַטשישן פֿאָלק. ער איז אַ פּאָליטיש-געפֿערלעכער עלעמענט. אין פּאָליטישן זין וועגט איבער זײַן געפֿערלעכקייט דאָס ווערט ווי אַ פֿאַכמאַן. איך בין פֿולקאָם מסכּים מיטן קאָמאַנדיר פֿון SD אין ווײַסרוסלאַנד, אַז כּדי ניט צו דערלאָזן ווײַטערדיקע אומרוען אין ווײַסרוסלאַנד, זאָלן מיר ליקווידירן יעטוועדן טראַנספּאָרט מיט ייִדן...


ווילהעלם קובע

גענעראַל־קאָמיסאַר פֿון ווײַסרוסלאַנד

(פֿאַרעפֿנטלעכט אין זאַמלבוך "פֿאַרברעכערישע צילן — פֿאַרברעכערישע מיטלען",

צווייטע אויסגאַבע, מאָסקווע, 1968 זז' 118־120)


ווילהעלם קובע
ווילהעלם קובע

ווי מיר זעען, האָט אַפֿילו די נאַצישע טאָטאַלע אויסראָטונגס־רציחה זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון צוגאָב־אַרגומענטן, כּדי צו באַרעכטיקן דאָס פֿאַרניכטן ייִדן און טאַקע ניט דערלאָזט, אַז צענדליקער, אויב ניט קיין הונדערטער טויזנטער ייִדן זאָלן צו דער צײַט נישט אַנטלויפֿן אין וואַלד, וווּ ס'איז געווען דער צענטער פֿון קאַמף.

קלאָר, אַז די הויפּט־טרעגער פֿון דעם פּאַרטיזאַנער־באַוועגונג אין ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען די ווײַסרוסן און ווי האָט עס געקענט זײַן אַנדערש; אָבער די דײַטשן זײַנען פֿון דער הויט געקראָכן כּדי צו דערווײַזן, אַז אין וואַלד האָבן זיי פֿאַרנאַרט די ייִדן. וועגן דעם פֿלעגן זיי מיטטיילן אין זייערע פֿלוגבלעטלעך און וווּ נאָר ס'האָט זיך געלאָזט.

וועגן ווילהעלם קובע וויל זיך נאָך דערציילן אַזוינס, וואָס ניט צום דורכלאָזן. די וויסטע פּגירה איז צו אים געקומען פֿון אַ פֿײַער, וואָס מיט דער הילף פֿון די פּאַרטיזאַנער, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אים אין זײַן אייגענער בעט. באַזונדערע איינצלהייטן וועגן אָט דער ביז גאָר דורכגעקלערטער און געוואַגטער אָפּעראַציע האָט מיר נאָך אין די מלחמה־יאָרן דערציילט דער ייִדישער שרײַבער, פּובצליציסט און דער מיטאָרגאַניזאַטאָר פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג אין מינסקער געטאָ און דערנאָך פּאַרטיזאַנער־קאָמאַנדיר הערש סמאָליאַר (1905—1993).

די ווערטיקע "מתּנה" איז געווען אַ קליינינקע מינע וואָס האָט דערמאָנט אַ שאַכטל, נאָר אינעווייניק זײַנען געווען ניט קיין צירונגען, נאָר אַ פּליטקעלע טאָל (אויפֿרײַס־שטאָף), וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ שטיקל טרייפֿזייף. אָט אַזאַ קליינינקע מינע וואָס האָט געקענט אויפֿרײַסן אַ גרויסע לאַסט־מאַשין און אפֿשר אַפֿילו אַ לאָקאָמאָטיוו, האָט די העלדישע פֿרוי יעלענאַ מאַזאַניק אונטערגעלייגט אונטער קובעס בעט. "צו זיך" האָט די מינע באַדאַרפֿט קומען, ווען דער גאַולייטער איז שוין געשמאַק געשלאָפֿן.

יעלענאַ מאַזאַניק
יעלענאַ מאַזאַניק

יע. מאַזאַניק איז געווען אַן אָנטייל־נעמערין פֿון אַן אונטערערדישער גרופּע, וועלכע איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיט אַ באַזונדערן (ספּעציעלן) אָטריאַד, וווּ דער קאָמאַנדיר איז געווען דער מאָסקווער אינזשעניר דוד קײַמאַך (1906־1943, אומגעקומען). ער, קײַמאַך, און זײַן שטאַב איז געווען דער מוח־צענטער, וואָס האָט גענוי צוגעגרייט דעם פּלאַן פֿון דער אָפּעראַציע. מאַזאַניק האָט מיט פֿולער רעכט באַקומען די סאַמע העכסטע מלוכה־באַלוינונג — העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַזוינע באַלוינונגען האָבן אויך באַקומען די צוויי קאָמאַנדירן פֿון דעם זעלבן אָטריאַד, וואָס זײַנען געווען ביז און נאָך קײַמאַכן — וו .וו. שטשערבינאַ און ב. פֿ. פֿיאָדאָראָוו, אָבער דוד קײַמאַכן (זײַן פּסעוודאָנים איז געווען "דימע") האָט מען, זעט אויס, פֿאַרגעסן.

נאָך אַ "קלייניקייט". ווי סמאָליאַר האָט מיר דערציילט, איז בײַ קיימאַכן אין אָטריאַד געווען אַ היפּשע צאָל ייִדן, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דעם מינסקער געטאָ. אין דעם סאָלידן, אָפֿיציעלן בוך "ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער־פֿאָרמירונגען אין די יאָרן פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה (יוני 1941 — יולי 1944)", אַרויסגעגעבן אין מינסק "בעלאַרוס", 1983, לייען איך וועגן דעם אָטריאַד און זײַן פּערזאָנען־באַשטאַנד: "אָרגאַניזירט אין אויגוסט 1941 פֿון מיליטער־לײַט, וואָס האָבן זיך ניט געקענט אַרויסרײַסן פֿון דער אַרומרינגלונג און אײַנוווינער פֿון אַ געוויסן ראַיאָן, מינסקער געגנט. אין סעפּטעמבער זײַנען צוגעקומען די אַנטלאָפֿענע און קריגס־געפֿאַנגענע פֿון באָריסאָווער לאַגער פֿאַר קריגס-געפֿאַנגענע".

קיינער צווייפֿלט ניט אין דעם, אַז אַזוי איז אויף אַן אמתן געווען, נאָר פֿאַרוואָס ניט דערמאָנען די וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון מינסקער געטאָ. סײַדן דערלאָזן, אַז דער ווײַסרוסישער אינסטיטוט פֿאַר געשיכטע און די פֿיר צונויפֿשטעלער, אָנגעזעענע היסטאָריקער, האָבן ניט געוווּסט, ניט געהערט, אַז אין מינסק איז געווען אַ געטאָ. אויב אַזוינס האָט געקענט געשען, איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, אַז דער שקר פֿאַרטרײַבט דעם אמת.

ווען עס האַלט שוין בײַם פֿאַרענדיקן די דאָזיקע אַרבעט ווילט זיך מיר וואָס גיכער אַוועקשטעלן דעם לעצטן פֿעטן פּונקט. קען איך זיך פֿאָרט ניט אָפּשטעלן און מוז נאָך צום סאַמע סוף צוגעבן: ניט נאָר אין חלום פֿאַרטראָגט מיך ביז הײַנט העט ווײַט אַהין, אין די געדיכטע ווײַסרוסישע וועלדער, דערפֿער, ייִשובֿים, כוטאָרס, צו איבערגעגעבענע פֿרײַנד, וואָס האָבן געטיילט מיט אונדז דעם לעצטן עמער בולבע, אַ לעפֿעלע זאַלץ, אַ ציגײַער פֿון מאַכאָרקע געמישט מיט אויסגעטריקנטער, צעדריבלטער קאָרע.

די איבערוועגנדיקע מערהייט ווײַסרוסן, מיט וועמען די מלחמה־יאָרן האָבן מיך צונויפֿגעפֿירט, דערמאָן איך נאָר צום גוטן. ס'איז אַ פֿאָלק וואָס האָט פֿאַרמאָגט מוט און שטאָלץ גלײַך זיך קעגנצושטעלן אַזאַ מעכטיקן שׂונא. מיט האַרציקער דאַנקבאַרקייט דערמאָן איך די וועלכע האָבן, אײַנשטעלנדיק זייער אייגן לעבן, געהאָלפֿן אַ ייִד זיך ראַטעווען פֿון אַ זיכערן טויט. געווען אויך אַזוינע, וואָס גאָר פֿון אַן אַנדער סאָרט, נאָר אייביק שײַנען דאַרפֿן אונדז גוטע מעשׂים.


* * *

וווּ זשע האַלטן מיר מיטן ענטפֿער אויף דער קשיא, וויפֿל ייִדן־פּאַרטיזאַנער האָבן געקעמפֿט אינעם אָקופּירטן ווײַסרוסלאַנד. יאָ, וויפֿל? גיי ווייס, אויב אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז עס געווען אַ פֿאַרריגלטע טעמע — קיין איין מאָנאָגראַפֿיע, קיין ערנסטע אַרבעט. געווען אַ וואָגיקער זאַמלבוך דערינערונגען פֿון ביז גאָר אָנגעזעענע פּאַרטיזאַנער־קאָמאַנדירן וועגן ייִדן־פּאַרטיזאַנער, נאָר דאָס בוך איז דערשינען אין 1948 אין מאָסקווער "עמעס"־פֿאַרלאַג און דער טיראַזש איז פֿאַרשניטן געוואָרן.

פֿון דעסטוועגן ברענגט דער באַקאַנטער מלחמה־היסטאָריקער מאַרק שטיינבערג (אַמעריקע) אין זײַן בוך "ייִדן אין די טויזנט־יאָריקע מלחמות" אַזוינע ציפֿערן: די אַלגעמיינע צאָל ווײַסרוסישע פּאַרטיזאַנער — 370 טויזנט; ייִדן — ניט ווייניקער פֿון 30 טויזנט. זיך שווערן, אַז די ציפֿערן אַנטשפּרעכן די ווירקלעכקייט וועל איך ניט, כאָטש דער היסטאָריקער רופֿט אָפֿט אָן באַגלייבלעכע קוואַלן, פֿון וואַנען ער האָט די ידיעות באַקומען.