פּערזענלעכקײטן, ייִדיש־וועלט
מאַשע ראָלניקײַטע
מאַשע ראָלניקײַטע

אין אַ צײַטונג־מאַטעריאַל וועגן די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", האָב איך געשריבן:

"...גאָר באַזונדער דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן, אַז אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג פֿאַרנעמט צווישן אַזוינע מחברים ווי אַבֿרהם סוצקעווער, הערש סמאָליאַר, הירש דאָבין, און מאיר יעלין אַ ביז גאָר חשובֿ אָרט מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע)". איר צושטײַער אין אונדזער חורבן־ליטעראַטור איז נישט צום איבערשאַצן. ס’איז ווי זי וואָלט געגעבן אַ שבֿועה, ווי אומדערטרעגלעך שווער און פּײַנלעך דאָס זאָל ניט זײַן, נאָר ביז דעם לעצטן אָטעם נישט אַרויסלאָזן די פּען פֿון האַנט און אָן אויפֿהער, מיט באַוווּסטזיניק אונטערגעשטראָכענער ייִדישקייט, דערציילן וועגן די אומגעבראַכטע קדושים; דערציילן טיף־יחידיש, מיט פּראָסט־האַרציקע וואָכעדיקע רייד, מיטן שטילן ווייגעשריי, וואָס זאָל זיך לאָזן ווײַט הערן.

איר ווייגעשריי דערגייט צום לייענער נאָר דערפֿאַר, ווײַל אַליין איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אונטערן נאַצישן חלף, ווען איר האָט באַדאַרפֿט ערשט ווערן פֿערצן יאָר און דאָס וואָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין האָט זיך פֿאַראַנקערט ביז הײַנט אין איר זכּרון. זי איז אין פֿולן זין פֿון וואָרט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם זכר.

ווי מאַשען האָט זיך אײַנגעגעבן אין די שוואַרצע יאָרן דורך זיבן טויטן פֿירן און פֿאַרהיטן אַ טאָגבוך און דערצו נאָך אין ייִדיש, איז שווער צו באַנעמען. לעצטנס, ווייס איך, האָט מ. ראָלניקײַטע פֿאַרענדיקט שרײַבן אַ נײַ ווערק און אַוודאי אויף דער זעלבער טעמע. אַנדערש קען זי ניט. ווער־ווער, נאָר איך פֿאַרשטיי זי בעסער ווי גוט.


* * *

און אָט האָב איך שווער און צעצויגן אַ דעכע געטאָן, אויסגעגלײַכט די אײַנגעהויקערטע פּלייצע, אַראָפּגענומען די ברילן און מיט צוגעמאַכטע טאָוולען אָפּגערוקט אין אַ זײַט דעם פּעטערבורגער ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל "Звезда" (שטערן). דאָס האָב איך פֿאַרענדיקט לייענען מ. ראָלניקײַטעס גרעסערע דערציילונג "אָן רעכט אויף לעבן".

פֿאַר מענטשן פֿון מײַן דור, און באַזונדערס פֿאַר די וואָס זײַנען על־פּי נס פֿון געטאָ־קלעם אַרויס לעבעדיקע, זײַנען איבערגענוג די פֿיר ווערטער אינעם קעפּל, כּדי צווינגען זיך אַ קער טאָן צו יענע מוראדיקע חורבן־צײַטן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען די וועלט האָט זיך געמאַכט ניט זעעוודיק און ניט הערעוודיק. ס’איז נאָך צום צווייפֿלען, צי האָט די דעמאָלטיקע כּלומרשט לײַטישע, מלוכה־פֿירער אָנגערירט אַ רחמנות־געפֿיל צו די אויסגעמאָרדעטע מיליאָנען ייִדן. ס’הייסט, מיט פּעטליורעס און אַפֿילו מיט כמעלניצקיס פּאָגראָמען איז ניט צום פֿאַרגלײַכן; נאָר קיין נײַעס איז עס אויך ניט.

אויך הײַנט צו טאָג געפֿינען זיך נישט ווייניק לײַט, וואָס ווילן מען זאָל אויסקאָרטשעווען פֿון זכּרון די ייִדן־טראַגעדיע. אונדז, אָבער, וועט דאָס אומברענגען, דורך די נאַציס, העכער אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק, שטענדיק נאָכפֿאָלגן. זיך באַפֿרײַען פֿונעם איבערגעלעבטן איז אוממעגלעך. אויך פֿאַר אונדז, ייִדישע שרײַבער, וועט עס נאָך לאַנג, לאַנג פֿאַרבלײַבן איינע פֿון די הויפּט־טעמעס.

בײַם לייענען מ. ראָלניקײַטעס נײַע דערציילונג וועגן משונהדיקסטע געשעענישן אין דער חורבן־תּקופֿה, באַהערשט דיך אַ געפֿיל ווי די מחברין וואָלט נאָך אַלץ געווען אײַנגעוועבט אין געטאָ־ און טויטלאַגער־פֿעדעמער, כאָטש דאָ "שמעקט ניט" מיט זכרונות, עדותשאַפֿט. ס’איז אַ קינסטלעריש ווערק פֿול מיט צער און צאָרן, געשאַפֿן מיט דער קראַפֿט פֿון רײַפֿער מײַסטערשאַפֿט. יאָ, ס’איז באַוווּסט, אַז איין ווערק זעצט בײַ איר פֿאָר דאָס פֿריִערדיקע, נאָר אָן איבערחזרונגען. וועגן דער טראַגעדיע פֿון ווילנער געטאָ און פּאָנאַר איז ניט ווייניק געשריבן געוואָרן, נאָר אירע שילדערונגען פֿון די קדושים און געשעענישן טיילן זיך אויס מיט אייגנאַרטיקייט, טיפֿקייט און אַלזײַטיקייט.

דאָס מאָל, דאַכט זיך מיר, זעט זי מיט אַ נאָך מער טיפֿן בליק אַ ביסל ווײַטער. גאָר אַנדערע פּערסאָנאַזשן, וואָס זײַנען פֿול מיט קינסטלערישע זאַפֿטן, נײַע בילדער, באַגריפֿן, וואָס צווינגען דעם לייענער דערהערן איר שטענדיקן וואָרענונג־רוף ווי בײַ דער שאַלונג פֿון שופֿר, נאָר ניט ווי אַ צייכן פֿון שׂימחה און יום־טובֿ, נאָר פֿון שרעקלעכע אומגליקן וואָס געווען און אויב ניט אַרויסווײַזן קיין שאַרפֿן ווידערשטאַנד, קען זיך עס, חלילה, איבערחזרן.


* * *

זאָל עס אײַך ניט חידושן, נאָר לויט מײַן פֿאַרשטאַנד איז מאַשע ראָלניקײַטע ניט בלויז געווען, נאָר אויך פֿאַרבליבן אַ ייִדישע שרײַבערין, אַ ייִדישע מיט אַ תּנאַי, ווײַל הײַנט פֿירט זי מיט דער פּען אין אַן אַנדער שפּראַך און ביידע לשונות זײַנען, אָן צווייפֿל, אירע, גוט באַהערשטע. דאָס לאָזט זיך אויך אײַנזען אין איר לעצטער דערציילונג. וואָלט מיט זעכציק יאָר צוריק געווען אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרעפֿנטלעכן איר טאָגבוך אין ייִדיש, וואָלט זי דאַן געווען פֿון די ייִנגסטע טאַלאַנטן אין אונדזער ליטעראַטור.

דער מערסטער טייל רוסישע שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם האָט אַהין פֿאַרטראָגן דער שוין פֿון לאַנג אָנגרײַפֿנדיקער אַסימילאַציע־פּראָצעס. פֿיל פֿון זיי האָבן זיך אַפֿילו אין גאַנצן אָפּגעזאָגט פֿון זייער אייגן פֿאָלק און אין זייערע שאַפֿונגען אויסגעמיטן ייִדישע פּראָבלעמען, ייִדישע ליידן און האָפֿענונגען. אמת, מיט דער צײַט האָבן אייניקע זיך געכאַפּט און געבעטן מחילה פֿאַר זייערע דערלאָזטע זינד. אַזוי, אַ שטייגער, געדענק איך ווי מײַן עלטערער ברודער פֿלעגט אויף אויסנווייניק לייענען אַ ליד פֿון דעם באַרימטן רוסישן דיכטער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם ס. מ. נאַדסאָן "צו מײַן אָרעם פֿאָלק". די ערשטע צוויי שורות קענען איבערגעזעצט ווערן אַזוי:


ווײַט און פֿרעמד בין איך געווען פֿון דיר, און יאָרן־לאַנג,

האָב איך נישט דיר מײַן ליד געווידמעט, מײַן געזאַנג.


קלאָר, אַז דאָס ערשט אַרויסגעזאָגטע קערט זיך בשום־אופֿן נישט אָן צו דעם פּרעכטיקן רוסיש־ייִדישן דיכטער שמעון פֿרוג (1860—1916), וועלכער האָט אונדז איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה פֿון זעקס בענד רוסישע לידער און נאָך צוויי בענד געזאַמלטע ווערק אין ייִדיש. פֿון פֿרוגס ווערק האָט שטענדיק געשפּראָצט מיט ליבע און מיטגעפֿיל צו זײַן פֿאָלק. אָט הערט:


ברידער מײַנע, ליבע ברידער,

פֿול מיט לייד און שאַנד —

זינג איך ווידער מײַנע לידער

פֿון אַ ווײַטן לאַנד.


צו מ. ראָלניקײַטע האָט אַזאַ "קרענק" ווי אַסימילאַציע קיין מאָל קיין צוטריט ניט געהאַט. דאָס ווייס איך אויף זיכער. געוואַקסן איז זי אין אַ שטוב מיט פֿעסט אײַנגעפֿונדעוועטע ייִדישע טראַדיציעס. ווי צו רעדן אויף אַ ליטוואַקיש־ייִדיש, וואָס פֿאַרמאָגט אין זיך אַלע חנען, האָט מען איר די צונג ניט באַדאַרפֿט פּיקן. און ווײַל די עלטערן זײַנען דערצו נאָך געווען עכטע אינטעליגענטן, האָבן די קינדער אויך באַקומען אַ וועלטלעכע, אַ פֿרײַדענקערישע דערציִונג. קיין שלעכטס איז צו זיי ניט דערגאַנגען און חלומען וועגן נאָך בעסערס האָט זיך געלאָזט אַפֿילו אין מיטן העלן טאָג.


* * *

שרײַבן לידער האָט מאַשע אָנגעהויבן זייער פֿרי. ליטוויש האָט זי געקענט, נאָר פֿאַרצייכנט האָט זי זיי מיט ייִדישע ווערטער. קיין קינסטלערישע ווערטן, דאַרף מען מיינען, האָבן זיי ניט פֿאַרמאָגט, נאָר ווײַל די פֿאַרפֿאַסערין איז געווען אין קינדערשן עלטער, פֿלעגט זי שטאַרק אויסנעמען בײַ די חשובֿע געסט וואָס פֿלעגן אָפֿט קומען צו איר טאַטן, דעם אַדוואָקאַט הירש ראָלניק. מיר איז אויסגעקומען לייענען מאַשעס לידער, פֿאַרפֿאַסטע, ווען אין ליטע האָבן שוין געווילדעוועט די נאַציסטישע רוצחים. געשריבן זײַנען זיי ווי מיט בלוט פֿון האַרצן, מיט פּשוטע, פֿאַרשטענדלעכע ווערטער, אמתדיקע, אָן אויסטראַכטעניש. אַלץ פֿון אייגענעם, אומדערטרעגלעך שווערן געמיט און דאָך, נישט געקוקט דערויף, וואָס 24 שעה אין מעת־לעת איז איר נאָכגעגאַנגען דער טויט, פֿאַרגעסט זי ניט אין אַ וויץ, אַ גלײַכווערטל וואָס זאָל אויפֿמונטערן. זיי לאָזן זיך אויפֿנעמען, ניט נאָר ווי טראַגישע פּובליציסטישע מאמרים. פֿרעגט זיך: ווי איז עס מעגלעך?

מאַשע ראָלניקײַטע אין אָנדערטהאַלבן יאָר אַרום נאָך דער באַפֿרײַונג
מאַשע ראָלניקײַטע אין אָנדערטהאַלבן יאָר אַרום נאָך דער באַפֿרײַונג

מאַשע אַליין האָט עס פֿאַרנאָטירט אַזוי: "איך פֿאַרשטיי ניט, ווי קען מען שרײַבן לידער אין אַזאַ גיהנום? מען קאָן באַשרײַבן די שרעקלעכסטע פֿאַקטן, די ערגסטע געשעענישן, אָבער איבערגעבן דאָס אין שירים? וואָס פֿאַר אַ פּאָעזיע איז פֿאַראַן אין אַזאַ לעבן?"

אין בוך "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן" (טעקסט און מעלאָדיעס געזאַמלט פֿון ש. קאַטשערגינסקי, ניו־יאָרק, 1948) זײַנען אײַנגעשלאָסן מ. ראָלניקײַטעס זעקס לידער, נאָר ניט אין אַלע איז אָנגעוויזן ווער ס’איז דער מחבר. אַזוי, אַ שטייגער, האָט וועגן דעם ליד "שטראַסענהאָפֿער הימען" ש. קאַטשערגינסקי אָנגעוויזן: "מחבר אומבאַקאַנט. לאַגער שטראַסענהאָף, איבערגעגעבן פֿון שׂרה קאָגאַן", און וועגן דעם זעלבן ליד, נאָר אין דער ישׂראלדיקער Краткая еврейская энциклопедия (קורצע ייִדישע ענציקלאָפּעדיע): "אין געטאָ און לאַגערן האָט מאַשע ראָלניק געשריבן לידער אויף ייִדיש. איין ליד, "שטראַסענהאָפֿער הימען" האָט מען אויסגעפֿילט אויפֿן מאָטיוו פֿון אַ פּאָפּולער סאָוועטיש ליד.

חידושן זיך, וואָס אין בוך זײַנען דערלאָזט אַזוינע ניט פּינקטלעכקייטן איז ניטאָ וואָס. מער און בעסער ווי ש. קאַטשערגינסקי האָט עס געטאָן בײַם צונויפֿשטעלן דאָס בוך "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן", וואָלט דאַן, גלײַך נאָך דער מלחמה, קיינער ניט געקענט.

אין "שטראַסענהאָף" האָב איך געוווּסט, איז מאַשעס אַרבעט באַשטאַנען אין שלעפּן און צעשפּליטערן שטיינער. מוראדיק שווערע שטיינער, אַפֿילו פֿאַר דערוואַקסענע, געזונטע מאַצבילן. איז צי דען נאָך געווען כּוח שאַפֿן און זינגען לידער? און ווער איז עס געווען די שׂרה קאָגאַן? איך האָב עס געפֿרעגט בײַ מאַשען אַליין, און זי האָט מיר גלײַך געענטפֿערט:

...וואָס שייך די לידער אין קאַטשערגינסקיס בוך: אויך וועגן מײַן ליד 'ספּאָרט’ איז אָנגעוויזן, אַז דער מחבר איז אומבאַקאַנט און איבערגעגעבן דאָס ליד האָט שׂרה קאָגאַן, וואָס צו ערשט איז זי געווען אין ווילנער געטאָ און דערנאָך האָט זי זיך געראַטעוועט פֿון אַ דײַטשישן לאַגער. ווער די שׂרה קאָגאַן איז, דאָס ווייס איך ניט. דאָס ליד 'ספּאָרט’ האָב איך צוגעקלערט ווי אַ מין צולהכעיס די מערדער. אונדזערע ליידן איז פֿאַר זיי נאָך ווייניק געווען און זיי פֿלעגן אונדז נאָך שטרענג באַשטראָפֿן. פֿון וואַנען כ’האָב גענומען די מעלאָדיע געדענק איך ניט. געוויס אַ באַקאַנטע, ווײַל ניט איך האָב זי באַשאַפֿן.

'שטראַסענהאָפֿער הימען’ פֿלעגן מיר, געוויינטלעך, זינגען נאָר זונטיק, ווײַל געאַרבעט האָבן מיר דאַן נאָר ביז האַלבטאָג און דערנאָך פֿלעגט מען אונדז יאָגן איבערן לאַגער און צווינגען אומבאַדינגט זינגען אַ ליד, וואָס זיי האָבן פֿאַר אונדז, ייִדן, צוגעקלערט. דער לייטמאָטיוו איז געווען אַזאַ:


מיר זײַנען געווען די האַרן פֿון דער וועלט,

איצט זײַנען מיר לײַז פֿון דער וועלט.


וועגן דעם ליד 'לאַך, טײַוול, לאַך’, האָט קאַטשערגינסקי אָנגעוויזן, אַז דער מחבר איז מאַשע ראָלניק. מיר דאַכט, אַז איך האָב עס אײַך פֿאָרגעלייענט נאָך מיט פֿיל יאָרן צוריק. אָנגעשריבן האָב איך עס, ווי נאָר איך בין אַרײַנגעפֿאַלן אין געטאָ. הײַנט חידושט עס מיך אַליין, פֿון וואַנען האָט עס זיך צו מיר דאַן, אַ פֿערצן־יאָריק מיידל, גענומען.

קלאָר, אַז די לידער האָבן שוין ניט פֿאַרמאָגט קיין אויסדרוק פֿון דער פֿריִערדיקער ראָמאַנטישער יונגשאַפֿט, פֿול מיט סענטימענטן. די לידער זײַנען געווען מער ווי ערדישע. אַלץ איז אויסגעהאַלטן געווען אין די ראַמען פֿון יענער רעאַלער צײַט: וועגן רישעות און אַכזריות פֿון די דײַטשן און די ליידן, מחשבֿות פֿון די אַסירים, פֿאַרמישפּטע צו טאָטאַלער פֿאַרניכטונג. די צוגעקליבענע מעלאָדיע האָט געקענט נאָך מער פֿאַרשטאַרקן דעם קלעם בײַם האַרצן און צו מאָל אַרײַנברענגען אַ האָפֿענונג־שטראַל. אַזוינע גוט דורכגעטראַכטע מיט צער און צאָרן ווערטער וועגן היטלער־גלות האָבן פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקע אויפֿווירקונגס־קראַפֿט און גערופֿן צו אַ ווידערשטאַנד. אַזוינע לידער זאָגן עדות אַז דער געטאָ־חושך, די שווערע נסיונות האָבן מאַשען ניט אײַנגעבראָכן.


* * *

מאַשע ראָלניקײַטע פֿאַרמאָגט שוין הינטער זיך 50 יאָר ליטעראַריש שאַפֿן. אַלע אירע ביכער, פּובליקאַציעס אין פֿיל זשורנאַלן און צײַטונגען, אַרויסטרעטונגען, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ צוריקבליק צו דעם וואָס ס'איז געווען, צו דעם שוידערלעכן חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק. אירע ווערק, און באַזונדערס איר דאָקומענטאַלע דערציילונג "איך מוז דערציילן", זײַנען אָנערקענט צווישן די שטאַרקערע שאַפֿונגען וועגן דער ייִדישער חורבן־תּקופֿה. וועגן איר איז פֿאַראַן אַ היפּשע ביבליאָגראַפֿיע פֿון קריטיק, אָפּהאַנדלונגען, עסייען, געשריבן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.

דער נאַציסטישער געטאָ־גילגול האָט בײַ איר אויף שטענדיק איבערגעלאָזט אַ בלוטיקע, ניט־פֿאַרהיילטע וווּנד און דערפֿאַר דאַרף זי דעם זכּרון ניט וועקן, ער איז בײַ איר טאָג־און־נאַכט אויף דער וואַך. אירע ווערק, וואָלט איך געזאָגט, זײַנען ווי אַן עכאָ, אַ ווידערקול פֿון דעם דערשטיקטן יאָמער פֿון די מיליאָנען, וואָס מען האָט אומגעבראַכט בלויז דערפֿאַר, ווײַל זיי זײַנען ייִדן. דאָס זײַנען פֿעסטגעשטעלטע באַשולדיקונגס־אַקטן, וואָס איז נישט צום אָפּווענדן.

מעגלעך, אַז איך בין ניט גערעכט. נאָר מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר מאַשע ראָלניקײַטע, וואָס שטאַמט פֿון אַזאַ משפּחה און האָט אַזוי לײַדנשאַפֿטלעך איבערגעלעבט די ייִדישע קאַטאַסטראָפֿע, דאַרף זײַן ניט גרינג צו דערציילן וועגן די ווילדע מעשׂים פֿון די נאַציסטן דווקא אויף רוסיש, און ניט אויף איר מוטער־שפּראַך. נאָך אַ צוגאָב־באַווײַז: ניט בלויז די לידער, נאָר אויך דעם געטאָ־טאָגבוך האָט זי דאָך געשריבן אין ייִדיש און ניט אין ליטוויש, אָדער רוסיש, כאָטש זי האָט עס געקענט טאָן אויך אין די שפּראַכן.

איך קען זיך ניט אָפּהאַלטן און ברענג ווײַטער אַן אויסצוג פֿון מאַשעס טאָגבוך, געשריבן נאָך פֿאַר דעם ווי אין ווילנע איז געשאַפֿן געוואָרן אַ געטאָ. אויף די ייִדן איז דאַן אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אַ קאָנטריבוציע — פֿינף מיליאָן רובל. אויב ניט, וועט מען אומברענגען אַלע ייִדן פֿון דער שטאָט. הערט זיך נאָר אײַן מיט וואָס פֿאַר אַ ווערטער אַ שילערין קלערט וועגן נשמה־ליכט נאָך זיך אַליין:

"איך שטיי בײַם פֿענצטער, קוק און וויין: עס איז שרעקלעך צו טראַכטן, אַז מאָרגן וועל איך דאַרפֿן שטאַרבן. נאָך ערשט נישט לאַנג זיך געלערנט, אַרומגעלאָפֿן איבער די שול־קאָרידאָרן, געשטאַנען בײַם טאָוול, און פּלוצעם — לייג זיך און שטאַרב! און אויב איך וויל ניט? כ’האָב נאָך אַזוי ווייניק געלעבט! און מיט קיינעם זיך ניט געזעגנט. אַפֿילו ניט מיטן פּאַפּאַ. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אַרויסקריכנדיק פֿון קעלער. מער וועל איך אים ניט זען, כ’וועל בכלל שוין קיין מאָל מער ניט זען, ניט הערן, ניט פֿילן און ניט וועלן. איך וועל זײַן ניט איך. דאָס אַרומיקע וועט אַלץ זײַן ווי געווען — די פֿעלדער וועלן בליִען, אין די וועלדער וועלן פֿייגעלעך זינגען, אין די שטעט וועט קאָכן דאָס לעבן, אין שול וועלן גיין די לימודים. אָבער איך וועל אין ערגעץ ניט זײַן — ניט אין שטוב, ניט אויפֿן גאַס, ניט אין שול... זוכט מיך ניט. איר וועט מיך אין ערגעץ ניט געפֿינען... און אפֿשר וועט גאָר קיינער ניט זוכן? מען וועט פֿאַרגעסן. פֿאַר זיך, פֿאַר די היימישע בין איך אַ "פּערזאָן". אָבער צווישן טויזנטער בין איך אַ זעמדעלע, איינע פֿון אַ סך. וועגן מיר, מײַנע שטרעבונגען און טרוימען, וועט אפֿשר עמעצער אַמאָל דערמאָנען מיט איין וואָרט "געווען". געווען און אומגעקומען אין איין זוניקן זומערטאָג, ווען די מענטשן האָבן ניט געקאָנט אַרויפֿקלײַבן פֿאַר די אָקופּאַנטן אַ קאָנטריבוציע. און אפֿשר וועט מען די דאָזיקע צײַט אויך פֿאַרגעסן? לעבעדיקע מײַדן דאָך אויס צו ריידן וועגן טויטע. צי דען וועל איך זײַן צווישן די טויטע?

און נאָך: אַ ביז גאָר היפּשע טייל פֿון טאָגבוך, וואָס מאַשע האָט געפֿירט אין ווילנער געטאָ, האָט פֿאַרהיט איר שול־לערער הענריקאַס יאָנײַטיס (פֿאַראייביקט ווי אַ חסיד־אומות־העולם אין "יד־ושם"). אים, דעם גרויסן ייִדנפֿרײַנד, האָט זי פֿאַרטרויט ווי זיך אַליין און אויף ליטוויש, דאַרף מען מיינען, וואָלט ער מיט דער צײַט געהאַט מער מעגלעכקייטן פֿאַרשפּרייט צו ווערן...


* * *

מאַשעס טאָגבוך, שוין אַן איבערגעשריבן אין דרײַ אַלגעמיינע העפֿטן, האָט אָנגעטראָפֿן אין ווילנער ייִדישן מוזיי. פֿון דאָרט איז עס איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון אונדזער גרויסן אַקטיאָר און רעזשיסאָר, פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, שלמה מיכאָעלס, וועמען דער סטאַלין־רעזשים האָט אין גיכן אומגעבראַכט. ער איז געווען דער ערשטער, וועלכער האָט אַנטפּלעקט די גרויסע ווערט פֿון איר טאָגבוך. דער אַזוי־גערופֿענער קאַמף קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם האָט וואָס ווײַטער אַלץ מער זיך פֿאַרשטאַרקט און וועגן אַרויסגעבן אַ בוך אין ייִדיש האָט קיין רייד ניט געקענט זײַן. עפּעס צום בעסערן, אין דער הינזיכט, האָט זיך געענדערט אין 1961, ווען אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער ליטעראַריש־קינסטלערישער זשורנאַל אין ייִדיש "סאָוועטיש היימלאַנד". מ. ראָלניקײַטע, וואָס האָט שוין צו דער צײַט געהאַט איבערגעאַרבעט דעם טאָגבוך אין נוסח פֿון אַ דאָקומענטאַלער דערציילונג אונטערן קעפּל "איך מוז דערציילן", האָט דעם מאַנוסקריפּט, מיט אַ פֿרײַנד, איבערגעשיקט אין רעדאַקציע פֿון זשורנאַל. (וואָלט זי זיך באַנוצט מיט דער פּאָסט, וואָלט איר פּעקל צוערשט אַרײַנגעפֿאַלן אין מײַנע הענט). וואָס פֿון דעם האָט זיך באַקומען און ניט נאָר וועגן דעם וועט אונדז מ. ראָלניקײַטע אַליין דערציילן. ציטירן וועל איך פֿון אירע דרײַ בריוו, דער לעצטער איז דאַטירט דעם 20סטן דעצעמבער 2010.



מאַשעס פֿאָטער הירש ראָלניק, האָט אין די מלחמה־יאָרן געקעמפֿט אין באַשטאַנד פֿון דער 16ער ליטווישער דיוויזיע. זײַן ברודער, מיכל ראָלניק, אויך אַ באַוווּסטער אַדוואָקאַט, נאָר אין פּאַריז, האָבן די נאַציסטן, מיט נאָך צוועלף ערבֿניקעס דערשאָסן. אויף דער שטוב, וווּ ער האָט געלעבט, איז צוגעפֿעסטיקט אַ מעמאָריאַל־ברעטל מיט אַן אויפֿשריפֿט:


"דאָ האָט געוווינט ראָלניקאַס

דערמאָרדעט דורך די נאַציסטן

דעם 22סטן אָקטאָבער 1941

אין קאָמפּיען

אומגעקומען פֿאַר פֿראַנקרײַך".


אין בוך פֿון דוד דיאַמאַנט "אין דעם רעזיסטאַנץ פֿון פֿראַנקרײַך" איז פֿאַרעפֿנטלעכט מיכלס אַ געזעגענונגס־בריוו פֿון זײַן פֿרוי, אין וועלכן ער בעט זי וואָס לענגער אויסבאַהאַלטן פֿון זײַנע עלטערן וועגן זײַן טויט.

מיכל ראָלניקאַס האָט דאַן ניט געוווּסט, אַז זײַן מוטער איז געשטאָרבן, ווען די סאָוועטן האָבן נאַציאָנאַליזירט איר קראָם און זײַן טאַטן, מאַשעס זיידן, האָבן די דײַטשן דערשאָסן נאָך אין יולי 1941.



פּעטערבורג

טײַערער פֿרײַנד מײַנער, מישע!

שוין אַ סאָק מיט יאָרן (אַזוי פֿלעגט מײַן באָבע זאָגן), אַז מיר באַגייען זיך אָן אַ רעגולערן בריוו־אויסטויש. דער טעלעפֿאָן פֿאַרבײַט טינט און פּען. פֿאַר מיר איז דער שווערסטער זשאַנער — שרײַבן וועגן זיך. צענדליקער יאָרן האָבן מיר געפֿירט אַ רעגולערע קאָרעספּאָנדענץ, געשריבן מיטן ייִדישן אות, וואָס איז מיט אַלע פּיטשעווקעס פֿאַר אונדז ביידן ווי אָנגעמאָסטן. און אַלץ וועגן אַ פֿאַרגאַנגענהייט וואָס וועט אונדז שטענדיק נאָכפֿאָלגן. עס באַקומט זיך, ווי דאָס דערציילן וועגן יענע צײַטן איז געוואָרן דער עצם פֿון אונדזער לעבן, פֿאַרגעסנדיק, אַז צײַט און כּוח איז פֿאַרבליבן זייער ווייניק.

איר שוועסטער רײַעלע און איר ברודער רוּוועלע פֿאַר דער מלחמה
איר שוועסטער רײַעלע און איר ברודער רוּוועלע פֿאַר דער מלחמה

און איצט צו די פֿראַגעס, וואָס איר האַלט מיר אין איין שטעלן. איך וועל אײַך אַרויסשיקן אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון די פֿאַרלאַגן און לענדער, וווּ מײַנע ביכער זײַנען דערשינען און אויף וועלכע שפּראַכן. וואָס שייך "איך מוז דערציילן", געשריבן אין ייִדיש, איז דאָס ווערק דערשינען אין נײַנצן שפּראַכן. צוערשט, אין ליטוויש און דעם זעלבן 1965 אין רוסיש, אין עבֿרית און אויך אין ייִדיש, אָבער ניט אין מאָסקווע, נאָר אין וואַרשע, אין פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך". אין 1966 — אין פֿראַנצויזיש, לעטיש, פֿיניש, דײַטש, שוועדיש און יאַפּאַניש, וווּ אין 1979 האָט מען אָפּגעדרוקט אַ צווייטע אויסגאַבע. די לעצטע יאָרן דרוקט זיך דאָס בוך באַזונדערס אָפֿט אין דײַטשלאַנד. פֿינף אויסגאַבעס. די איבערזעצערין פֿון ייִדיש איז דאָראָטעאַ גרעווע.

איך האָב אײַך שוין, דאַכט זיך, דערציילט, אַז אַ גוטער מענטש קנעלט מיט מיר אײַן קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע און נאָך לאַנגע קווענקלענישן אײַנגעעצהט אײַנשליסן אין דער נעץ־ליטעראַטור פֿינף מײַנע ביכער. געווען איז עס אין יאַנואַר 2009. פֿאַר צוויי יאָר האָבן די נעץ באַזוכט 13,138 לייענער. 6,242 פֿון זיי האָבן געלייענט "איך מוז דערציילן.

אין "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט מען מיר אָפּגעזאָגט דרוקן אַפֿילו אַ טייל פֿון "איך מוז דערציילן". דער תּירוץ איז געווען, אַז אויף דער טעמע האָבן זיי שוין אַ מאַנוסקריפּט. דעם שמועס האָט מיט מיר געפֿירט דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם פּראָזע־אָפּטייל אַבֿרהם גאָנטאַר. נאָך דעם ענטפֿער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די איינציקע טיר, וואָס וואָלט זיך געקענט עפֿענען, כּדי שרײַבן און דרוקן זיך אין ייִדיש איז פֿאַרמאַכט... אָבער דערציילן מוז איך דאָך, ווײַל די מיט וועמען איך בין געווען אין געטאָ און אין צוויי לאַגערן, וועלן שוין קיין עדות ניט זאָגן. האָב איך מײַן ייִדיש איבערגעזעצט אין ליטוויש. אין דער זעלבער צײַט האָט איליאַ ערענבורג זיך פֿאַראינטערעסירט מיט מײַן מאַנוסקריפּט און קיין ייִדיש האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען, האָב איך אים איבערגעזעצט אין רוסיש און אַזוי בין איך נאָכן פֿאַרענדיקן דעם מאָסקווער ליטעראַרישן אינסטיטוט געוואָרן אַ רוסישע פּראָזאַיִקערין, וואָס שרײַבט וועגן דער טראַגעדיע פֿון אונדזער פֿאָלק בימי היטלער.

קען זײַן, אַז איר ווייסט ניט, נאָר נאָך אַ זאַך האָב איך אָנגעשריבן אין ייִדיש — "איך בין געקומען צו דיר, מאַמע", געדרוקט אין זשורנאַל "מאַמע־לשון", נומ’ (8)3, 1997. זיך ווענדן צו מײַן מאַמען אין רוסיש האָב איך ניט געקענט. כ’וואָלט זי דערמיט ווי פֿאַרראַטן, אַזוי, אַז עס איז מיר אַפֿילו אין קאָפּ ניט אײַנגעפֿאַלן זיך ווענדן צו איר אין אַן אַנדער שפּראַך. אָנגעשריבן האָב איך עס אין 1995, נאָך דעם ווי כ’האָב זיך אומגעקערט פֿון אָשווענטשים. זײַענדיק דאָרטן, האָב איך געקלערט, צי ניט דאָ האָט מען אומגעבראַכט מײַן מאַמען, טייבע, מײַן שוועסטערל רײַעלען און מײַן ברודערל רוּוועלען. דערנאָך האָב איך אָנטייל־גענומען אין אַ טרויער־צערעמאָניע, דורכגעפֿירט אין באַבי־יאַר און ווידער האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז איך שטיי אויפֿן אָרט, וווּ צווישן פֿיל טויזנטער אומגעבראַכטע ייִדישע מאַמעס און קינדער, געפֿינען זיך אויך מײַן מאַמע, מײַן שוועסטערל און ברודערל.


* * *

איר פֿרעגט זיך נאָך, ווי אָפֿט איך באַגעגן זיך מיט מײַנע לייענער, טרעט אַרויס אין ראַדיאָ, טעלעוויזיע? וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, שוין פֿון לאַנג באַדאַרף מען אויפֿהערן, נאָר עס באַקומט זיך ניט. אָט האָב איך אומישנע גענומען מײַן נאָטיצביכל און זיך פֿאַנאַנדערגעלאַכט. פֿאַרנאָטירט האָב איך 385 אַרויסטרעטונגען און מיט אַ רויטן בלײַער האָב איך מיט מײַן האַנט אָנגעשריבן: "מאַשע, זאָל זײַן גענוג!". נאָר ווער הערט מיך? שוין נאָך דעם געווען אַ מאָל פֿינף אין דײַטשלאַנד (דאָרט לייען איך מײַנע געטאָ־נאָטיצן אין ייִדיש), זיך אָנגערעדט ביז הייזעריק ווערן. דערנאָך האָט מען מיך אײַנגעלאַדן קיין קאַליפֿאָרניע און נאָך אַ ריי אַרומיקע שטעט. דאָס איז אין דער פֿרעמד און בײַ אונדז, אין רוסלאַנד? איז הערט:

אַ מאָסקווער טעלעוויזיע־קאַנאַל פֿאַר אויסלאַנד האָט מיך פֿאַרבעטן אַרויסטרעטן. מיט קיין האָטעל אויף איבערנעכטיקן, האָבן זיי מיר דערקלערט, קענען זיי מיך ניט באַזאָרגן, ווײַל עס פֿעלט זיי געלט. באַלעסטיקן עמעצן פֿון מײַנע באַקאַנטע האָט זיך מיר ניט געוואָלט. בין איך פֿון פּעטערבורג אַרויסגעפֿאָרן מיט אַ שנעלצוג 6:45 פֿאַר טאָג. אין מאָסקווע האָט מיך באַגעגנט אַ מיטאַרבעטער און געבראַכט וווּהין מען האָט באַדאַרפֿט.

אויף גיך האָב איך איבערגעגעבן אייניקע פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן פֿון מײַן געטאָ־אַרכיוו. עפּעס האָט מען בײַ מיר אויסגעפֿרעגט, ניט נאָר וועגן געטאָ, לאַגערן און אַלץ גענוי פֿאַרשריבן. אַ קאָרעספּאָנדענט האָט מיך פֿאָרגעשטעלט, אין ענגליש, נאָר צו מיר האָט ער זיך געווענדט אין רוסיש. איך דערצייל און אין דער צײַט באַווײַזט מען מײַנע געטאָ־"גוטס" און נאָך אַלעמען באַקאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס: קינדער, הינטערן שטעכלדראָט באַווײַזן זייערע נומערן, ווי סאָוועטישע אָפֿיצירן פֿירן אַרויס פֿון לאַגער קוים לעבעדיקע אַסירים און נאָך, נאָך...

מײַן האַרץ טראַסקעט אויף ניט אויסצוהאַלטן. דאַנק דיר גאָט, דער סעאַנס איז פֿאַרענדיקט. בײַם שאָפֿער בעט איך זיך: "פֿאָר גיכער, ברודערקע, דער צוג וועט אויף מיר ניט וואַרטן". אין אַ מינוט פֿינף אַרום זײַנען מיר שוין געשטאַנען צוגעקוועטשט מיט נאָך אויטאָס און אַלע ווי אויף אייביק צוגעשמידטע צום אַספֿאַלט.

זאָל איך אײַך נאָך דערציילן ווי איך בין דערלאָפֿן צום מעטראָ, דורכגעמאַכט אַכט סטאַנציעס און ווען איך בין אַרויס אויפֿן אײַזנבאַן־פּעראָן האָט דער צוג שוין געהאַלטן בײַם אָפּגיין. דער קאָנדוקטאָר פֿון לעצטן וואַגאָן האָט מיך ניט אַרײַנגעלאָזט, נאָר אַרײַנגעשלעפּט. מײַן בילעט איז געווען אין אַכטן. קוים, קוים זיך דערקליבן צו מײַן זיץ־אָרט און אַ קלער געטאָן: באַלד וועל איך אומפֿאַלן. אויף אַ נעענטער סטאַנציע וועט מען מיך אַראָפּנעמען פֿון באַן, און אויב ס’וועט נאָך זײַן וועמען, וועט מען מיך אָפּפֿירן אין אַ שפּיטאָל.

פֿון מאָסקווע האָט מען מיר צוגעשיקט איך זאָל דורכקוקן דעם דיסק. ווידער געקוקט און געהערט, ווי אַן אַלטע ייִדענע דערציילט וועגן ייִדישע צרות. אַנטשולדיקט, וואָס איך דערצייל עס אײַך. ווײַזט אויס, מיר האָבן נאָך ניט אויסגעטרונקען די גאַנצע ביטערקייט. אויף אויג אויף אויג מיט זיך אַליין מעגן מיר זאָגן: אַ נייטיק, נאָר אַ ביטער טועכץ האָבן מיר אויסגעקליבן.

כ’האָב זיך שוין געקליבן פֿאַרענדיקן, נאָר צווישן די פּאַפּירן, האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ בריוו פֿון שמעון וויזענטאַל. געווען איז עס אין 1969. כ’האָב זיך דערוווּסט, אַז אין ווין איז דערשינען זײַן בוך "די מערדער לעבן". כ’האָב אים אָנגעשריבן, אַז אויב ס’איז נאָר מעגלעך, בעט איך אים עס מיר אַרויסשיקן. ער האָט מײַן ביטע אויסגעפֿילט, נאָר צו מיר, ווי איר פֿאַרשטייט, איז דאָס בוך ניט דערגאַנגען. מיר האָט זיך געוואָלט, אַז וויזענטאַל זאָל וועגן דעם וויסן, האָב איך אים ווידער אָנגעשריבן און גלײַך האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז ער קען ניט באַנעמען פֿאַרוואָס דאָס בוך איז צו מיר ניט דערגאַנגען. עס האַנדלט זיך דאָך וועגן אַן אַנטיפֿאַשיסטישער טעמע. דערבײַ האָט ער צוגעלייגט אַ קסעראָקאָפּיע פֿון אַ קוויטאַנציע פֿון ווינער פּאָסט, וווּ ס’איז אָנגעוויזן וועמען ער שיקט זײַן בוך.

אָט אַזוינע צײַטן זײַנען דאַן געווען, נאָר ניט אין אַזאַ טאָן ווילט זיך מיר פֿאַרענדיקן דעם בריוו. איז הערט:

אַלע צוויי יאָר ווערט בײַ אונדז אין פּעטערבורג דורכגעפֿירט אַ וואָך, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור. באַזונדערס הײַיאָר איז געווען פֿון וואָס הנאה צו האָבן. דרײַ פֿאַרהעלטנישמעסיק יונגע־לײַט האָבן איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין רוסיש און אַרויסגעגעבן (מיר דאַכט, אַז געטאָן האָבן זיי עס אויף זייער אייגענעם חשבון) אַבֿרהם סוצקעווערס אַ ביכל לידער. דעם נאָבעלן טאַט האָבן פֿאָרגענומען איגאָר בולאָטאָווסקי, אַלעקסאַנדער פֿרענקעל און וואַלערי דימשיץ. איך האָב אויף דעם אָוונט געלייענט קאַפּיטלען פֿון אַ סוצקעווערס פּאָעמע "סיביר". אויף געוויס ווייסט איר, אַז די פּאָעמע וועגן זײַן קינדהייט האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך פֿאַר דער מלחמה, נאָר אין ווילנער געטאָ האָט ער נאָך אַלץ פֿאָרגעזעצט אויף איר אַרבעטן און געלייענט זי אין "יוגנטקלוב", וואָס איז געווען אין געטאָ. דעם קלוב פֿלעג איך באַזוכן און דאָרט, אין דעם גיהנום, האָב איך צום ערשטן מאָל דערזען אונדזער גרויסן דיכטער.

נו, דאַכט זיך, געענטפֿערט אויף אַלע אײַערע פֿראַגעס.

זײַט געזונט, איך נעם אײַך אַרום.

אײַער מאַשע


פּ״ס: אין יוסף ראַבינס רוסישן בוך "В разные годы" ("אין פֿאַרשיידענע יאָרן") האָב איך איבערגעזעצט בלויז איין דערציילונג "לאה און איר מאַמע". מיר איז זי זייער געפֿעלן.

מ״ר