קינאָ
דער רעזשיסאָר וווּדי אַלען מיט די אַקטיאָרן פֿון זײַן פֿילם, "האַלבע נאַכט אין פּאַריז": אָוען ווילסאָן (רעכטס) און רייטשעל מאַק׳אַדאַמס; דעם 11טן מײַ, פֿאַר דער עפֿענונג פֿונעם 64סטן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין קאַן
דער רעזשיסאָר וווּדי אַלען מיט די אַקטיאָרן פֿון זײַן פֿילם, "האַלבע נאַכט אין פּאַריז": אָוען ווילסאָן (רעכטס) און רייטשעל מאַק׳אַדאַמס; דעם 11טן מײַ, פֿאַר דער עפֿענונג פֿונעם 64סטן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין קאַן
Getty Images

וויפֿל פֿילמען, לידער, און קונסטווערק האָט מען שוין געווידמעט דער שטאָט פּאַריז און עס מאַכט ניט אויס, ווי אָפֿט מען טוט דאָס, בלײַבט תּמיד דער חשק צו האָבן נאָך מער. וווּדי אַלען מיינט זיכער אַזוי. ער, וואָס האָט געוואַנדערט אין זײַנע לעצטע פֿילמען איבער אייראָפּע, בפֿרט אין לֹאָנדאָן און באַרצעלאָנע, לכתּחילה, צוליב עקאָנאָמישע סיבות — האָט איצטער געמאַכט דעם פֿילם "האַלבע נאַכט אין פּאַריז" (Midnight in Paris). נאָר פֿונעם ערשטן אייבערפֿלאַכיקן קוק, קען מען באַקומען דעם רושם, אַז מען האָט צו טאָן מיט נאָך אַ פּשוטן לויב־געזאַנג צו איינער פֿון די באַליבטסטע שטעט אויף דער וועלט. אָבער די הויפּט־טעמע פֿונעם פֿילם איז אייגנטלעך ניט די ממשותדיקע שטאָט פּאַריז, נאָר "דער אימאַזש פֿון דער שטאָט", אויף אַן ענלעכן אופֿן ווי דן מירונס "דער אימאַזש פֿון שטעטל". עס רעדט זיך מכּוח אַלענס פֿאַנטאַזיע פֿון אַן אַמאָליקן פּאַריז, פּאַריז פֿון די 20קער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, מיט די באַרימטע שרײַבערס אָדער קינסטלערס; אַ פּאַריז, וווּ די אַמעריקאַנער אינטעלעקטואַלן, אַזעלכע ווי העמינגוויי, סקאָט און זעלדאַ פֿיצדזשעראַלד, און גערטרוד סטײַן, האָבן זיך דאָרט געפֿילט באַקוועם. אַלען באַניצט זיך מיט אַ ווערסיע פֿון דערציילערישער טעכניק פֿון "אַ קוק אויף אַמאָל" דורך אַ צײַט־רײַזע. און דאָס דערמעגלעכט אים צו אַנטוויקלען אַן אינטערעסאַנטע און אַמוזירנדיקע דיסקוסיע, מכּוח דער אַלגעמיינער טעמע פֿון "דעם כּוח און דעם באַטײַט פֿון נאָסטאַלגיע".

כּדי צו דערגרייכן אַזאַ טעכניק, האָט אַלען, ערשטנס, געשאַפֿן דעם טיפּישן אַלענישן כאַראַקטער, וואָס צערײַסט זיך צווישן געטרײַשאַפֿט צו זײַנע "אויטענטישע" אינטעלעקטועלע זוכענישן און די "נידעריקע" סאָרטן שאַפֿונגען, ווי צו שרײַבן פֿאַר טעלעוויזיע. ווי אַלעמאָל, מוז דער זעלבער כאַראַקטער זײַן אויך ראָמאַנטיש פֿאַרפּלאָנטערט מיט עטלעכע פֿרויען אין איין צײַט; יעדע איינע רעפּרעזענטירט פֿאַרן העלד אַן אַנדער מין מעגלעכקייט פֿון זעלבסט־צופֿרידנשטעליקייט און אַן אַנדער סאָרט שטרעבונג אין זײַן לעבן. איצטער, ברעכנדיק די רעאַליסטישע ראַמען, גיט ער זײַן העלד די מעגלעכקייט זיך צו באַקענען אויף אַן אינטימען אופֿן מיט זײַנע באַליבטסטע אַמאָליקע געשטאַלטן. צי איז דאָ אַזאַ שרײַבער, וואָס וואָלט ניט געוואָלט, אַז זײַן אייגענער ליטעראַרישער העלד זאָל איבערלייענען זײַן כּתבֿ־יד און אים קאָמענטירן? למשל, אַז שלום־עליכם זאָל אַן עצה געבן ספֿרן־פֿויערן, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן זײַנע ליטעראַרישע באַהאַנדלונגען פֿון שטעטל? מען דאַרף מודה זײַן, אַז די אָפּציע פֿון צײַט־מאַשינען גייט אָן ווײַטער און מסתּמא וועט עס קיינמאָל ניט אויפֿהערן צו פֿאַרכאַפּן אונדזער כּוח־הדמיון.

ווער פֿון אײַך וואָס געדענקט אַלענס פֿריִערדיקן פֿילם "דו וועסט טרעפֿן אַ הויכן שוואַרץ־חנעוודיקן פֿרעמדן" (You Will Meet a Tall Dark Stranger) פֿון 2010 — געדענקט, אַז דאָרטן האָט ער אויך, אָבער גאָר אויף אַן אַנדער אופֿן, אַנטוויקלט די טעמע, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די פּראָבלעם פֿון דעם אומפֿאַרמײַדלעכן פֿאַרבײַגיין פֿון צײַט און פֿון עלטערן זיך. אָבער אויב דאָרט איז ער געווען אַ סך ווייניקער רחמנותדיק כּלפּי זײַנע העלדן — און בפֿרט, בין איך אויסן דעם כאַראַקטער וואָס אַנטאָני האָפּקינס האָט זייער פֿײַן געשפּילט — אַ פּאַטעטישער געעלטערטער כאַראַקטער וואָס פּרובירט זיך קעגנשטעלן דער לינעאַרישער אַנטוויקלונג פֿון צײַט און קומט אַרויס, ווי מע קען דערוואַרטן פֿון אַ רעאַליסטישער באַהאַנדלונג, ווי אַ נעבעכדיק באַשעפֿעניש, אַ מין גימפּל תּם־טיפּ, אויב איר ווילט. דאָס מאָל, לאָזט ער זיך שפּילן מיטן ענין פֿון צײַט און עס דערנענטערט אים צו אַ מער פּאָסט־מאָדערניסטישן צוגאַנג: עס איז מוטל־בספֿק די לינעאַרישקייט פֿון צײַט, בשעת דאָס אָרט בײַט זיך ניט. איז זײַן העלד אַזוי מסוגל צו פֿאַרמײַדן זײַן גורל אויף אַ קינסטלערישן אופֿן, בימקום אַ פּאַטעטישן.

זייער סובטיל לייגט אַלען אויכעט אַרײַן אינטערעסאַנטע פּאָליטיש־היסטאָרישע פּאַראַלעלן. די שטענדיקע שפּרינגערײַ צווישן תּקופֿות וואָס ער מאַכט: צווישן אייראָפּע אין די דרײַסיקער יאָרן, בשעת דעם אויפֿשטײַג און פֿאַרשפּרייטונג פֿון פֿאַשיזם, און אַמעריקע פֿון הײַנט מיטן אויפֿקום פֿון דער "טיי־פּאַרטיי" (כאָטש איר נאָמען גראַמט זיך שיין אויף ייִדיש), דערמעגלעכט אַלענען פֿאָרצולייגן פּאַריז ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר הײַנטיקע ליבעראַלע אַמעריקאַנער אינטעלעקטואַלן, וועלכע זענען גענוג ווײַט פֿונעם הײַנטיקן "אַמעריקאַנער קאָשמאַר" (וואָס אינעם פֿילם ווערט רעפּרעזענטירט דורך דער כּלהס טאַטע). עס רעדט זיך וועגן דער שטענדיקער דילעמע פֿון דעם אינטעליגענט צווישן די אינטערעסן פֿון די גאָר הויכע פֿענצטער און די פּשוטע אַרבעטער: איינער פֿון די געראָטנסטע וויצן אינעם פֿילם איז, ווען דעם העלדס כּלה, וואָס קומט אַרויס פֿון אַ רײַכער משפּחה, באַשולדיקט אים (נאָך דעם וואָס ער פֿאַרטיידיקט די דינסט, זאָגנדיק, אַז זי האָט ניט געגנבֿעט דער כּלהס טײַערע אויער־רינגלעך. ער ווייסט דאָס אויף זיכער, ווײַל ער אַליין האָט זיי גענומען...) און זאָגט: "דו שטייסט אַלעמאָל אויף דער זײַט פֿון די באַדינערס! דערפֿאַר זאָגט דער טאַטע, אַז דו ביסט אַ קאָמוניסט."

עס בלײַבט אָבער די פֿראַגע: צי וועלן דאָך די ייִנגערע חסידים פֿון אַלענען (און איך בתוכם) אים נאָכפֿאָלגן דאָס מאָל, זיך צוהערן צו זײַן עצה, "פֿאַרלאָזן די נאַרישקייטן", און באַשליסן צו בלײַבן, ווי זײַן הויפּט־העלד, אין דער רעאַלער שטאָט (אָדער כאָטש אין דעם אימאַזש פֿון) פּאַריז — אַן אָרט פֿון אמתדיקער ליבע און אויטענטישער קונסט?