די וואָך וועט אויספֿאַלן דער פֿאָטערס־טאָג אין אַמעריקע אויף מײַן טאַטנס יאָרצײַט. האָב איך געזוכט אַ ביסל ייִדישן פֿאָלקלאָר בנוגע טאַטעס, און צום באַדויערן, געפֿונען אַ סך מער מאַטעריאַלן וואָס זענען קריטיש צו די ייִדישע טאַטעס, ווי איך האָב זיך געריכט. צום טייל, קען מען דאָס פֿאַרשטיין ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם פֿענאָמען, אַז די פֿרוי בײַ די מערבֿדיקע פֿעלקער (ייִדן בתוכם), איז די הויפּט־טרעגערין פֿון אַזוינע פֿאָלקלאָר־ זשאַנערן ווי לידער און מעשׂיות. מע דאַרף אויך געדענקען, אַז דער מאַן, דער טאַטע, האָט ווייניק צײַט געהאַט זיך אָפּצוגעבן מיט דער משפּחה צוליב דאגת־פּרנסה, און דאָס פֿעלן פֿונעם טאַטן שפּיגלט זיך אָפּ אינעם פֿאָלקלאָר.
ווערטלעך און שפּריכווערטער וועגן טאַטעס ווערן געבונדן טעמאַטיש, געוויינטלעך, מיט זײַן באַציִונג צו די קינדער און צו זײַן פֿרוי. אַ שלל מיט פֿאָלקלאָר האָט מען געשאַפֿן וועגן דער שטיפֿמאַמע, און דער טאַטע שפּילט אַ גאַנץ נעגאַטיווע ראָלע אין דעם. די שטיף־מאַמע איז געוואָרן אַ סטערעאָטיפּ פֿון בייזקייט און נישט־פֿאַרגינערישקייט. במילא, ווען מע באַטראַכט דעם יתומים־פֿאָלקלאָר אויף ייִדיש, זעט מען, אַז דער טאַטע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער מאַמען, האָט נישט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַזאַ ליבלעכע פֿיגור. למשל — מײַן באָבע האָט געזונגען די אַלטע באַלאַדע:
אַז סע שטאַרבט נאָר אָפּ דאָס ערשטע ווײַב, קוים האָט מען זי באַגראָבן,
הייבן די שדכנים אַרום דעם יונגן־מאַן, אַרום זיך צו יאָגן.
רעדט מען אים אַ ווײַבעלע, איז זי ביטער מיאוס.
רעדט מען אים אַ מיידעלע, איז זי צוקער זיס.
זי נעמט די קינדער צוואָגן,
זי רײַסט זיי בײַ די האָר.
זיי לויפֿן צום טאַטן מיט וויינען און קלאָגן.
ער טוט זיי שלאָגן גאָר.
"אוי, פֿאָטער, אוי, פֿאָטער! וווּ איז אונדזער מוטער?
וואָס זי פֿלעגט אונדז באָדן, אין מילעך און אין פּוטער".
אוי, קינדער, אוי, קינדער!
ברויט מיט פּוטער וועט איר עסן,
נאָר אין אײַער מאַמען,
דאַרפֿט איר איצט פֿאַרגעסן.
אוי, פֿאָטער, אוי פֿאָטער,
ברויט מיט זאַלץ וועלן מיר עסן,
נאָר אין אונדזער מאַמעס כּשרע נשמה קען מען נישט פֿאַרגעסן.
אוי, קינדער, אוי קינדער,
אַז די שטיף־מאַמע וועט אײַך שלאָגן,
זאָלט איר נישט קומען צו מיר,
מיט וויינען, און מיט קלאָגן.
דאָס ליד ענדיקט זיך אויף דעם טרויעריקן סטראַשונעק פֿונעם טאַטן! קיין טרייסט וועלן די קינדער בײַ אים נישט געפֿינען. איז דען אַ וווּנדער, וואָס מע לאָזט פֿאַלן אַ טרער בײַם הערן דאָס ליד "אַ ייִדישע מאַמע"? אָבער קיין ליד "אַ ייִדישער טאַטע" האָט מען נאָך קיין מאָל נישט געהערט?
עטלעכע ווערטלעך זענען יאָ פּאָזיטיוו געשטימט צום טאַטן — "איידער דער טאַטע איז געבוירן, שטייט שוין דער זון אויפֿן דאַך", הייבט אַרויס דעם שטאָלץ פֿונעם טאַטן אינעם קינד. אָבער אַ סך מער, דאַרף מען מודה זײַן, הייבן אַרויס דעם נישט גלײַכן סטאַטוס צווישן דעם טאַטן און זײַנע קינדער און די פּרעפֿערענץ פֿאַר דער מאַמען — "אַ רײַכן טאַטן איז כּדאַי צו באַגראָבן"; "אַז דער טאַטע שענקט דעם זון, לאַכן ביידע, — אַז דער זון שענקט דעם טאַטן, וויינען ביידע"; "דײַן טאַטע זאָל פֿונעם קבֿר אויפֿשטיין, און זאָל דיך אָנקוקן, וואָלט ער זיך צוריקגעלייגט"; "אַ קינד אָן אַ פֿאָטער איז אַ האַלבער יתום, אָן אַ מוטער אַ גאַנצער יתום"; "דער פֿאָטער איז געטרײַ ווען די מוטער שטייט דערבײַ"; "בעסער פֿאַרלירן אַ רײַכן פֿאָטער איידער אַן אָרעמע מוטער".
לעצטנס האָבן אַדריאַן קופּער און שׂרה גאָרדאָן אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל אינעם ענגלישן זשורנאַל "הדסה" וועגן ייִדישע לידער וואָס באַרירן די טעמע פֿון שלאָגן ווײַבער. אָפֿט, אין די לידער, ניצט מען דעם טערמין "מערדער" צו באַצייכענען אַ מאַן וואָס שלאָגט די פֿרוי, ווי אין אַן אַנדער ליד פֿון מײַן באָבען, וואָס שליסט זיך מיט דער סטראָפֿע, געזונגען פֿון דער מאַמען צו איר טאָכטער:
דײַנע בעקעלעך האָבן געבליט ווי די רויטע עפּעלעך.
פֿאַר אַ גליק האָב איך מיר דאָס פֿאָרגעשטעלט.
הײַנט, אַז דו ביסט אַרײַן צו דעם מערדער אין די הענט אַרײַן,
אוי, אויף אייביק האָט ער פֿאַראומערט דיר דײַן וועלט.
דאָס פֿאָלקסליד האָט זיכער געשאַפֿן אַ פֿרוי. אָבער, אַפֿילו אַ מענער־שרײַבער, למשל, ווי מיכל גאָרדין, באַשרײַבט אין זײַן ליד "די שטיפֿמוטער", ווי דער מאַן איז אַ הילפֿלאָזער צוקוקער צו די ליידן פֿונעם קינד. אין מײַן באָבעס פֿאָלקלאָריזירטן נוסח זינגט מען דאָס ליד מיט די ווערטער:
"אויפֿן בית־עולם, אונטער אַ מצבֿה,
דאָרט הערט מען אַ קול פֿון אַ טויטער נקבֿה.
וויי, וויי, שרײַט די מוטער, אוי וויי!
וואָס וויל די שטיף־מאַמע פֿון מײַן איין און איינציק קינד.
זי קומט אַהיים פֿון דער גאַס, די בייזע מרשעת,
זי הייבט אים אויף, זי וואַרפֿט אים אַנידער,
זי צעברעכט אים אַלע גלידער.
אַבֿרהם, אַבֿרהם, דו ביסט געוועזן מײַן מאַן.
און דעם יתומלס פֿאָטער, אויך מן־הסתּם.
וויי, וויי, צי איז דײַן האַרץ פֿון אײַזן, און דו אַליין פֿון שטיין?
ווי קענסטו פֿאַרנעמען דעם יתומלס געוויין.
אַ פֿײַנע זאַמלונג פֿאָלקלאָר פֿאַר פֿאָטערס־טאָג האָב איך אָנגעזאַמלט! אָבער דער פֿאָלקלאָר דערציילט אונדז אַן אמתן קאַפּיטל וועגן דעם שווערן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון אונדזערע זיידע־באָבעס, וואָס ווערט אָפֿט פֿאַרקוקט.