- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דינסטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג", האָט מען הײַיאָר אויך אָפּגעמערקט דעם היסטאָרישן אײַכמאַן־פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט 50 יאָר צוריק אין ירושלים. די עלטערע אײַנוווינער פֿון ירושלים גופֿא, ווי אויך פֿון גאַנצן לאַנד, וועלכע זענען דאַן פּערזענלעך אָנוועזנד געווען אין דעם געריכט־זאַל בעת דעם מישפּט, געדענקען נאָך זייער גוט יענע טעג, ווען זיי איז געלונגען אַרײַנצוקומען אין דעם ניט גאָר גרויסן זאַל, כּדי צו הערן די האַרצרײַסנדיקע שילדערונגען פֿון די עדות: פֿון דעם אומפֿאַרגעסלעכן דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, פֿון אַבא קאָוונער ז״ל, און פֿון די צענדליקער אַנדערע לעבן־געבליבענע, על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון טויט, צו הערן דעם באַשולדיקונגס־אַקט פֿון דעם פּראָקוראָר גדעון האַוזנער, ווען ער האָט אויסגערופֿן, אַז ער "רעדט אין נאָמען פֿון די 6,000,000 אומגעבראַכטע, דערמאָרדעטע קדושים; פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט". בײַ נאַכט, פֿון 26סטן אויפֿן 27סטן יאַנואַר 1945 האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער באַפֿרײַט דעם נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ — אַן אָרט אין דער וועלט, וווּ במשך פֿון קנאַפּע 6 יאָר זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1 מיליאָן 100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן, 25 טויזנט מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. מײַן נומער איז B־8259, איך בין געבראַכט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון לאָדזש, ריכטיקער, פֿון דער לאָדזשער געטאָ אין דער פֿרי דעם 30סטן אויגוסט 1944... עס דערציילט דער געוועזענער קאַצעטלער מיכאל טשעטשינסקי, געברוין אין 1924. דער חורבן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין אייראָפּע איז און וועט פֿאַרבלײַבן לדור־דורות אַ יחיד־במינודיקייט אין דער וועלט־געשיכטע. נישט געקוקט דערויף וואָס די אַכזריותדיקע מערדערײַען זײַנען געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג און ווערן זייער אָפֿט באַצייכנט מיטן נאָמען "האָלאָקאָסט", אײַנגעשלאָסן יחידים און קרײַזן וואָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן בכלל — איז עס אָבער אַ פֿאַקט, אַז דער חורבן שטייט נאָך אַלץ אויפֿן סדר־היום, אויף דעם געוויסן פֿון דער וועלט. די צאָל ביכער, מעמואַרן און דראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען זאָגן עדות, אַז דווקא דער נאָך־מלחמהדיקער דור זוכט ענטפֿערס אויף די ביז איצט נישט־געשטעלטע פֿראַגעס, און האָט דעם מוט אויסצופֿאָרשן די מעשׂי־אָבֿות בשעת דער מלחמה. געווען איז עס אין ווילנע, לאַנגע יאָרן צוריק. אייניקע פֿון אונדז, שילער פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון געטאָ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָדער אין אָנהייב מלחמה באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אָנגרײַפֿנדיקן נאַצישן שׂונא טיפֿער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קעמפֿן קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט און אין די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן, האָבן זיך אומגעקערט אין אונדזער היימשטאָט. יאָרן־לאַנג האָבן מיר געזוכט די שפּורן פֿון נאָענטע, חבֿרים, פֿרײַנד און לערער. ווען עמעץ פֿון די געפֿונענע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן קיין ווילנע, פֿלעגט עס פֿאַר אונדז זײַן אַ יום־טובֿ. דער 22סטער יוני ווערט אָפּגעמערקט אין רוסלאַנד, ווי דער טאָג פֿון אָנדענק און טרויער. מיט 69 יאָר צוריק זײַנען די דײַטשישע אַרמייען אַריבער די גרענעצן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך אַ לאָז געטאָן טיף אין דער טעריטאָריע פֿונעם לאַנד. וואָס איז אינטערעסאַנט, אַז רוסלאַנד איז הײַנט דאָס איינציקע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס דער אָנהייב פֿון דער פֿאַשיסטישער אינוואַזיע ווערט אַזוי רירנדיק אויפֿגעהאַלטן. נאָך מער, די ראָלע פֿון דער דאַטע ווערט אַלץ גרעסער מיט יעדן יאָר. נאָר איין בײַשפּיל: נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן איז דער טאָג 22סטער יוני געווען אַ געוויינטלעכער אַרבעטס־טאָג; אָבער אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז עס געוואָרן אַן אָפֿיציעלער נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג. מײַן שוועסטער, וועלכע איז מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מיר, האָט זינט דער שחיטה אין זשעטל, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָרן אונדזער טאַטע־מאַמען, די עלטערע שוועסטער שפֿרה און מײַן ייִנגערן ברודערל אַנצעלע, האָט איבערגענומען די השגחה איבער מיר, איר איין־און־איינציקן ייִנגערן ברודער. זי האָט זיך אַפֿילו אויף אַ ווײַלע ניט געוואַקלט אין איר באַשלוס, אַז איך זאָל זײַן דער ערשטער אויסצונוצן די געלעגנהייט אַרויסצוגיין אויף דער פֿרײַ. פּרימאָ לווי (1919—1987) האָט געשטאַמט פֿון סאַמע צפֿון־איטאַליע (פֿון טורין, ניט ווײַט פֿון די אַלפּן) און האָט יונגערהייט זיך פֿאַרנומען מיט כעמיע. בעתן חורבן האָט דאָס אים זיכער אין אוישוויץ געראַטעוועט דאָס לעבן, ווײַל כעמיקערס זענען בײַ די דײַטשן געווען צו ווייניק, און ייִדן אַ סך מער ווי גענוג. פֿאַר זײַן אַ כעמיקער האָט ער געקענט באַקומען אַן אייגן בעט אויף צו שלאָפֿן און שפּײַז גענוג אויף "צו קענען טראַכטן". פֿאַר זײַן אַ ייִד האָט מען באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט ניט געדאַרפֿט זײַן קיין חכם כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ס׳איז כּדאַיער. די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט 65 יאָר נאָך דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. אומעטום — אין מאָסקווע, ניו־יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז; אויך אין ירושלים און אַנדערע הויפּטשטעט אין די לענדער פֿון דער געוועזענער אָקופּירטער אייראָפּע דורך נאַצי־דײַטשלאַנד — האָט מען די דאָזיקע אימפּאָזאַנטע דאַטע אָפּגעמערקט מיט פּאַראַד, פֿרייד און פֿײַערלעכקייטן. ספּעציעל האָבן עס געטאָן די נאָך לעבעדיקע וועטעראַנען פֿון די אַרמייען־ און פּאַרטיזאַנער־גרופּעס, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די קאַמפֿן קעגן דעם דײַטשישן שׂונא. מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם ערשטן טייל פֿון דער סעריע, באַטאָנענדיק, אַז מיר קאָנצענטרירן זיך אויף די גרויסע ייִדישע שטעט, ווײַל מיר האָבן אויטענטישע דאָקומענטן ווי אויך געשריבענע גבֿית־עדות, הגם דער זעלבער גורל איז באַפֿאַלן אומצאָליקע ייִדישע שטעטלעך און ייִשובֿים. אין צענטער פֿון די גרויזאַמקייטן שטייען פֿאַר אונדזערע אויגן די האַרצרײַסנדיקע סצענעס פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישע קינדער. (אַן אויסצוג פֿון אַ גרעסערן אַרטיקל "דערמאָנונגען וועגן דעם גיהנום") אין די 1960ער יאָרן האָט מען אין מאָסקווע געהאַלטן, אַז פּוילן איז דער פֿריילעכסטער באַראַק אינעם סאָציאַליסטישן לאַגער. פֿאַר אַ סאָוועטישן בירגער, דערצו נאָך, אַ יונגן מענטש, האָט וואַרשע זיך געמאָלט ווי אַן אויסלענדישער גן־עדן. שפּעטער בין איך געווען אין בערלין, פּאַריז, ניו־יאָרק. נאָר אַלץ האָט אויסגעזען ווי אַ שאָטן, אין פֿאַרגלײַך מיט יענע זעלטענע געפֿילן, איבערגעלעבט אין וואַרשע; אַזוי גיריק אײַנזאַפּן אַ פֿרעמדן לעבנס־שטייגער, קולטור, שפּראַך איז מיר מער קיין מאָל נישט אויסגעקומען.
"על־אלה אני בוכיה עיני, עיני ירדה מים —
מײַן לעצטער אַרטיקל "ייִדישע געדענקטעג", ("פֿאָרווערטס", פֿעברואַר 19—25), קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די געדענקטעג וואָס הייבן זיך אָן די ערשטע סדר־נאַכט — דער טראַגיש־העראָיִשער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און כ״ז ניסן — דער יום־השואה. די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו אין "יד־ושם" איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג "אַרכיטעקטור פֿון מאָרד" — די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון מיטגלידער פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל, פֿאָרשטייער פֿון 80 מדינות און לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, מיט דער באַטייליקונג פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, דערציִונגס־מיניסטער סער (סאַאַר), בירגערמײַסטער פֿון ירושלים ברקת (באַרקאַט), פֿאָרזיצער פֿון ראַט בײַ "יד־ושם" הרבֿ לאַו, פֿאָרזיצער פֿון דירעקטאָריום פֿון "יד־ושם" שלו (שאַלעוו) און אַנדערע. |