- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בעת דעם חורבן, וואָס האָט אוועקגעריסן אַ דריטל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז פֿאָרגעַקומען אַזאַ רישעות, אַז דער מענטשלעכער מוח קען דאָס קוים באַגרײַפֿן. נישט געקוקט דערויף, מוזן מיר קוקן טיף אין תהום, ווײַל דער חובֿ פֿון זכּרון טראָגט בײַ אונדז אַ ביבלישן אָנזאָג: "זכור את אשר עשה לך עמלק". די ערשטע כוואַליע פֿון נאַצישן מאַסן־מאָרד ווערט הײַנט נאָך אַלץ שטודירט בײַ פֿאָרשער און היסטאָריקער. מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן. עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם... לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון. איך בין אויסגעוואַקסן אָן אַזעלכע ווערטער ווי "האָלאָקאָסט" אָדער "חורבן". אין מײַן אַרום האָט מען גענוצט דאָס וואָרט "מלחמה". דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך האָב געלעבט, איז געווען צעטיילט אויף "פֿאַר דער מלחמה", "בעת דער מלחמה" און "נאָך דער מלחמה". איך בין געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה, אָבער (כ׳האָב שוין, דאַכט זיך, וועגן דעם געשריבן) אַפֿילו איצט צעטייל איך אָפֿט מאָל די געשעענישן אויף אָט די דרײַ צײַט-אָפּשניטן. ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440. דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז. בײַ דעם לעצטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין קאַן, פֿראַנקרײַך, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אין האָליוווּד ווערט פּראָדוצירט אַ מאָנומענטאַלער פֿילם וועגן דעם באַוווּסטן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די העלדישע דרײַ ברידער ביעלסקי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די דײַטשע רוצחים און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן. דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט וואָס זאָגט, אַז "וואָס עס וועט ניט באַווײַזן דער שׂכל, וועט שוין די צײַט באַווײַזן" — ווערט באַשטעטיקט פֿאַר אונדזערע אויגן און אויערן, כאָטש בײַם רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווערן, ליידער, געוויסע געשעענישן און דערפֿאַרונגען פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן עטוואָס אָפּגעשוואַכט, פֿאַרטונקלט און אײַנגעהילט אין אַ נעפּל פֿון פֿאַרגעסונג. עס זענען אָבער דאָ געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס דערלאָזן ניט, אַז עס זאָל אַזוי געשען. צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿגעבויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ. אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט. נאָך דער מלחמה, נאָכן נצחון איבערן פֿאַשיזם, איז די וועלט געפּלעפֿט געוואָרן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט ווי נידעריק, ביזן מהות פֿון אַ חיה, עס קען פֿאַלן אַ מענטש, און ווי הויך אַ מענטש קען זיך דערהייבן אין זײַן גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה. אין יאָר 1945 האָט אַ גוואַלדיקן רושם געמאַכט יוליוס פֿוטשיקס "רעפּאָרטאַזש מיט אַ תּליה אויפֿן האַלדז". באַלד האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אויף אַ סך שפּראַכן. יוליוס פֿוטשיק, אַ קאָמוניסט, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט בעת דער מלחמה אָרגאַניזירט אין לאַנד דאָס אַרויסלאָזן אַן אומלעגאַלע אַנטיפֿאַשיסטישע פּרעסע. |