פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ’וויל ווידער אַ מאָל אָנרירן די טעמע פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט אויפֿגעטאָן פּילאי־פּלאָים, וווּנדער איבער וווּנדער, ממש נסים, גלײַך נאָכן שלוס פֿון דער היטלעריסטישער מלחמה. ווען מען רעדט וועגן נסים בײַ אונדז, איז דער נס פֿאַרשאַרט געוואָרן אין אַ זײַט. פֿאַרשטענדלעך, אַז דער חורבן האָט איבערגעווויגן אַלע חורבנות, אָבער דער ווילן צום לעבן, דער דראַנג אויפֿצולעבן זיך אויף ס’נײַ, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מיר זײַנען אַדורכגעגאַנגען, קען זײַן פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די גרעסטע נסים אין אונדזער לאַנגער ייִדישער געשיכטע.

לאָמיר זיך נישט נאַרן. גלײַך נאָך דער מלחמה זײַנען מיר געווען וואָס די וועלט רופֿט "רעפֿיודזשיס." הײַנט צו טאָג ווייסן מיר פֿון אַ וועלט מיט "רעפֿיודזשיס," אָבער קיין איינער איז נישט געגליכן צו אונדזער אַמאָליקן "רעפֿיודזשי"־סטאַטוס. ווילט איר דאָך מסתּמא וויסן וואָס איך האַק דאָ אַ טשײַניק. וועל איך אײַך עס מסביר זײַן פּאַוואָליע, פּאַמעלעך און טריט בײַ טריט. מיט דער מינוט וואָס די שארית־הפּליטה האָט זיך געשטעלט אויף די אייגענע פֿיס, צי דאָס איז געווען אין די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, צי אין איטאַליע, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון די ערשטע אַרויסגעקומענע פֿון די טויטקאַמערן, באַהעלטענישן, פֿון סאָוועטישן גולאַג און קאַטאָרגע, פֿון געטאָס און וועלדער — אַזוי האָט מען זיך געשטעלט בויען אַ פֿאַמיליען־לעבן; קינדער, חדרים, קאָמיטעטן און פּאָליטיש — האָט מען זיך צוריק גענומען שפּאַלטן אין פּאַרטייען. מיר האָבן גענומען אַרויסגעבן אין דײַטשלאַנד אַ טוץ מיט ייִדישע צײַטונגען, אויפֿגעבויט אַ פּרעסע, געדרוקט אַ גמרא אין די־פּי־לאַגער מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי. מ’האָט אויפֿגעשטעלט קינדער־גערטנער, פֿאַרזאָרגט די געראַטעוועטע מיט ייִדישע פֿילמען, קאָנצערטן, פֿאָרשטעלונגען. עס זײַנען אָנגעקומען פּרעדיקן אין די לאַגערן בן־גוריון און גאָלדע מאיר, און אײַנגעלייגט וועלטן; נישט אַנדערש ווי ארץ־ישׂראל. מאַלי פּיקאָן און יאַנקעלע קאַליך האָבן אָפּגעשטאַט וויזיטן אין די דײַטשע די־פּי־לאַגערן. מען האָט אין די צײַטווײַליקע לאַגערן אויפֿגעשטעלט אַ קליינע ייִדישע מלוכה, מיט ישיבֿות און רביים, העברעיִשע שולן פֿאַר קליינוואַרג, און גימנאַזיסטן. איך קען אַזוי אָנגיין ביז איבער אַ יאָר, אויסרעכענענדיק די נסים־ונפֿלאָות וואָס מיר ייִדן האָבן באַוויזן פֿון 1946 ביז 1950, ווען די לאַגערן האָבן זיך געשלאָסן און דער נס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין מדינת־ישׂראל.

כ’האָב נישט געהאַט אין זינען צו דערמאָנען די פּאַלעסטינער "רעפֿיודזשיס," וועלכע האָבן אין די זעכציק יאָר נישט אויפֿגעהערט צו זײַן רעפֿיודזשיס און געבליבן זיצן אין אַ קולטורעלער אָנמאַכט. זייערע דאָמינירנדיקע קרעפֿטן האָבן נישט אין זינען אויפֿצושטעלן אַ בליִענדיק קולטור־ און עקאָנאָמיש לעבן פֿאַר זיך. און איך זאָג עס אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער חורבן, און זייערע מפּלות.

איך האָב זיך נישט אַרויסגעלאָזט אַרײַנצופֿאַלן אין אַ פּאָליטישער דיסקוסיע. מיר גייט אין לעבן צו טיילן זיך מיט אײַך אין אַן אויפֿטו פֿון אַ קליין מיידעלע פֿון אַ די־פּי־לאַגער וואָס האָט אין צווישנצײַט אָנגעזאַמלט איבער אַכציק לידער וואָס מיר האָבן געזונגען אין לאַגער, און דאָס אין פֿיר שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און פּויליש.

טרעף איך זיך אָפֿט מיט מײַן שכנטע ליליען, און מיר דערמאָנען זיך אין יענע יאָרן, ווען קיין טעלעוויזיעס זײַנען בײַ אונדז נישט געווען בנימצא, שוין אָפּגערעדט פֿון אינטערנעץ; "מײַ־פֿייס," "נוק," צעלולאַרע טעלעפֿאָנדלעך און דאָס גלײַכן. וואָס האָבן מיר קינדער געטאָן? מען האָט זיך געשפּילט, געזונגען, דערציילט מעשׂיות פֿון טויזנט און איין נאַכט, און נישט געוווּסט וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. אָבער ווער האָט געטראַכט פֿונעם מאָרגן. מ’האָט זיך אַפֿילו נישט געקענט פֿאָרשטעלן אַ מאָרגן, אַ חלום, אַ וואָר. אַלץ איז געהאָנגען אין דער לופֿטן, און מיר, קינדער, זײַנען געווען גליקלעך. פֿאַרוואָס? ווײַל מיר זײַנען געווען פֿרײַ אַרומצולויפֿן, קלעטערן אויף ביימער און דעכער, זײַן מקנא די אַקטריסעס אויפֿן עקראַן וואָס טראָגן אַזעלכע פּרעכטיקע קליידער מיט קרינאָלינעס. וווּ האָבן מיר עס אַמאָל געזען?

איין מאָל אַ יאָר האָט מען אַ פּאָר צענדליק פֿון אונדז אַוועקגעפֿירט אין אַ שטעטעלע אין דײַטשלאַנד וואָס האָט געהייסן עסלינגען, אויף דאַטשע. דאָרט האָט מען אונדז געקאָרמעט מיט געבראָטענע טײַבעלעך געשטאָפּט מיט רײַז און ראָזשינקעס, האָבערפֿלאָקן מיט פּוטער און מיט שאָקאָלאַד פֿון אויבן, קוכן און טאָרטן, בלינצעס און יויך מיט קרעפּלעך. מ’האָט אונדז געוואָלט דערנערן. די אויפֿפּאַסער האָבן געוווּסט מיט וועמען זיי האָבן דאָ צו טאָן. דאָרט זײַנען מיר טאַקע צו זיך געקומען. די חבֿרה ייִנגלעך האָבן אונדז אָפּגעטאָן שפּיצלעך. אָט זײַנען מיר געגאַנגען שלאָפֿן איין נאַכט, זיך אַ וואָרף געטאָן אויפֿן מאַטראַץ און אַראָפּגעפֿאַלן מיטן מאַטראַץ אין אַ באַליע וואַסער. נו, אַז אַזוינס האָבן די צען־עלף־יאָריקע ייִנגלעך געקענט אָפּטאָן, האָבן מיר זיך בײַ נאַכט אַרײַנגעגנבֿעט צו זיי אין דעם גרויסן שלאָפֿצימער און אָנגעשמירט זייערע פּנימער מיט ציינפּאַסטע און אַרײַנגעקוועטשט שוואַרצע שיכפּאַסטע אין זייערע שטעקשיך. מיר האָבן אויך יעדן איינעמס פֿוס צוגעבונדן צום בעט, אַזוי אַז מיט דער מינוט וואָס זיי זײַנען אויפֿגעשטאַנען האָבן זיי זיך צעהאַקט און אויסגעשמירט. ווער זאָגט, אַז מיר קינדער זײַנען נישט באַלד צו זיך געקומען.

ליליען האָט מיר הײַנט פֿאָרגעזונגען איר מאַמעס ליד וואָס זינגט זיך אַזוי:

דו פֿרעגסט מיך מײַן פֿרײַנד,
ווי אַלט איך בין הײַנט?
איך וואָלט דיר דאָס גערן דערציילט —
נאָר גלייב מיר מײַן פֿרײַנד,
אַז איך ווייס נישט אַליין.
עס האָט נישט געלוינט מיר צו ציילן.

אויב לעבן הייסט לײַדן,
לעב איך שוין לאַנג —
עס וואָלט שוין גענוג געווען די יאָרן.
אויב לעבן הייסט הערן פֿון גליק כאָטש אַ קלאַנג,
בין איך נאָך גאָרנישט געבוירן.

האָבן די מאַמעס און די באָבעס באַזונגען זייער דאָליע ווי מען באַזינגט אַן אָפּקומעניש. אָבער מיר קינדער האָבן געזונגען:

ס’וועט געשען. ס’מוז געשען —
און מיר אַלע וועלן ווידער זײַן צוזאַמען.
איר וועט זען, איר וועט זען —
אַז אונדזער שיף וועט פֿליסן איבער אַלע ימען.
אונדזער וווּנטש, אונדזער פֿאַרלאַנג –
אומצוקערן זיך אין לאַנד פֿון די נבֿיאים.
ס’וועט מקיים ווערן כ’הער שוין די געזאַנגען –
ווי מ’בענטשט אונדז "ברוכים־הבאָים!"

אָסור צי איך ווייס ווער ס’האָט געשריבן די לידער און ווער האָט זיי איבערגעזעצט פֿון רוסיש און פּויליש אויף ייִדיש. איך כאַפּ אַרויס נאָך אַ ליד פֿון מײַן אַלבאָם וואָס אַ קאָפּיע דערפֿון געפֿינט זיך הײַנט אין "האָלאָקאָסט"־מוזיי אין וואַשינגטאָן. איך זע, אַז איך האָב דאָס ליד פֿאַרשריבן אין יאָר 1949 ווען איך בין שוין געווען אַ צוועלף־יאָריק מיידעלע און ליב געהאַט מוזיק און לידער.

איך בין מיר אַ חלוץ
איך בין מיר אַ חלוץ, אַ יונג אַ כוואַט —
איך שפּיל נישט קיין קאָרטן און קיין שאַכמאַט,
איך טרינק נישט קיין בראָנפֿן
ווײַל איך קום נישט אין קלוב אַרײַן,
האָרע טאַנץ איך זייער פֿײַן —

רעפֿריין:

ווײַל איך בין אַ יונג מיט ביינער —
גלײַך צו מיר איז קיין מאָל קיינער.
נאָר ווען איך טאַנץ אַ פֿלינקן האָרע —
פֿאַרגעס איך אין גלות־לאַנד.

איך פּאַק זיך צו פֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ,
איך פּאַק מיר די פּעקלעך, איך זיץ אויף דער שיף.
איך פֿאָר מיר, דעם קאָפּ פֿאַרדריי —
איך פֿאָר מיר, דאָס האַרץ דערפֿריי —
ווײַל איך בין אַ ייִד.
רעפֿריין.

וואָס אַן אמת, האָבן די שליחים פֿון פּאַלעסטינע גענומען אַגיטירן, דער עיקר, די יונגע חבֿרה צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע און אויפֿשטעלן אַ ייִדישע מדינה. די חבֿרה יונגע־לײַט און מיידלעך האָבן זיך בײַ נאַכט אַרויסגעגנבֿעט פֿונעם לאַגער, אָן דעם וויסן פֿון די עלטערן און אַוועק מיט די שליחים אויף אומלעגאַלער עליה. אין דער פֿרי האָט מען שוין געהערט איבערן גאַנצן לאַגער די געוויינען און געשרייען פֿון די אומגליקלעכע טאַטעס און מאַמעס, וועלכע האָבן קוים מיט צרות דערשלעפּט זייערע קינדער קיין דײַטשלאַנד, און דאָ האָסטו דיר, אַ נײַער אומגליק אויף זייערע קעפּ.

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן ליבע מענטשן, מיר זײַנען אַן אויסער ווי געוויינטלעך פֿאָלק, מיר טוען אויף וווּנדער וווּ נאָר מיר שטעלן אַ פֿוס. אפֿשר דערפֿאַר האָט מען אונדז אַזוי ליב. נישקשה, מיר וועלן לעבן און איבערלעבן, איבערשטײַגן און איבערקומען אַלע נסיונות.