שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע

איך וווין אין לאָס־אַנדזשעלעס און מײַן באָבע וווינט אין ישׂראל. עס טוט מיר לײַד, אָבער שוין מער ווי אָנדערטהאַלבן יאָר וואָס איך האָב זי נישט געזען. אין די קינדער־יאָרן פֿלעגן מיר פֿאָרן יעדן זומער באַזוכן די זיידע־באָבע, און מײַן מאַמע האָט זיך באַמיט צו זײַן דאָרט נאָך אַ מאָל במשך פֿונעם יאָר. אַזוי ווי איך האָב פֿאַרענדיקט די גראַדויִר־שול און אָנגעהויבן אַרבעטן פֿאַר זיך אַליין, איז מיר נישט לײַכט געוואָרן אַוועקצופֿאָרן. איך האָרעווע אַ סך, און אין די איצטיקע שלעכטע עקאָנאָמישע צײַטן איז מיר שווער צו פֿאַרדינען גענוג אויפֿן לעבן. פֿאַר אַ יאָרן זומער האָב איך בדעה געהאַט צו פֿאָרן קיין ישׂראל אָבער, לסוף, איז נישט מעגלעך געווען. דעם זומער, האָף איך, נאָך אַ מאָל צו פֿאָרן, אָבער מײַן חבֿרטע וויל איך זאָל מיט איר אַוועקפֿאָרן אויף אַ וואָך, צוויי, ווײַל מיר זענען נאָך נישט געווען צוזאַמען אויף וואַקאַציע. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן. אָנהאַלטן די באַציִונגען מיט מײַן חבֿרטע איז מיר וויכטיק, אָבער איך ווייס, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט באַזוכן מײַן באָבע.

צעריסן


טײַערער צעריסן,

איר זאָלט באַזוכן אײַער באָבען. איך מיין, איר פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז דאָס איז וואָס מע דאַרף טאָן. אפֿשר וואָלט אַזאַ באַזוך נישט געווען אַזוי ראָמאַנטיש ווי אַ וואָך וואַקאַציע מיט דער חבֿרטע, אָבער ס'איז אַ סך מער וויכטיק. מיר זענען געבענטשט מיט זיידע־באָבעס. מע ווייסט אָבער קיין מאָל נישט ווי לאַנג זיי וועלן זײַן מיט אונדז.

שוין אַ היפּש ביסל צײַט האָט איר זי נישט באַזוכט. ווען עפּעס, חלילה, וואָלט געשען מיט איר, און איר וואָלט נישט געהאַט אויסגעניצט די געלעגנהייט זי צו זען, וואָלט עס אײַך תּמיד באַנג טאָן. פּלאַנירט טאָג־לאַנגיקע אַקטיוויטעטן מיט אײַער מיידל — אַ "בלײַב־אין־דער־היים וואַקאַציע". אויב אײַער חבֿרטע פֿאַרשטייט דאָס נישט, איז זי נישט אײַער באַשערטע.


טײַערע חזנטע,

איך בין אַ מוזיק־לערערין אין אַ סינאַגאָגע, און דער רבֿ וואַרפֿט אָן אַ פּחד אויף מיר! ער נעמט מיך אַרום ווי אַ באַגריסונג, און לויבט מײַנע קליידער, ווי איך גיי אָנגעטאָן. ער איז אַזוי גוט צו מיר, און תּמיד גיט מיר אָפּ קאָמפּלימענטן וואָס שייך דער אַרבעט. ער האָט מיר נאָך קיין מאָל שלעכטס געטאָן, אָבער מיר איז אומבאַקוועם מיט אים. זאָל איך עפּעס טאָן? אויב איך רעד מיט אים וועגן דעם, האָב איך מורא, אַז איך וועל אים באַליידיקן אָדער, חלילה, אויפֿברענגען, ווײַל דערווײַל, אויף אַן אמת, איז נישטאָ וואָס זיך צו באַקלאָגן. ווי האַלט איר? מאַך איך זיך נאַריש?

אומבאַקוועם


טײַערע אומבאַקוועם,

מע קען נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט אײַערע געפֿילן וועגן דעם ענין. געפֿילן קען מען נישט האַלטן פֿאַר "נאַריש". מײַן ערשטער פֿאָרלייג איז — גיט אים אָפּ שלום־עליכם, ווען איר באַגריסט דעם רבֿ אין דער פֿרי, איידער ער קען אײַך אַרומנעמען. דאָס וועט זײַן אַ בולטער סימן, אַז איר ווילט נישט ער זאָל עס טאָן. אויב ער נעמט אײַך סײַ־ווי־סײַ אַרום, נאָך דעם ווי איר גיט אים די האַנט, וואָלט איר אים געדאַרפֿט עפּעס זאָגן. אויב איר פֿילט זיך נישט באַקוועם מיט אים, טרעפֿט זיך נישט מיט אים פּנים־אל־פּנים. נאָך דעם ווי ער נעמט אײַך אַרום, אָדער לויבט אײַער אויסזען, דאַרפֿט איר אים זאָגן: "ווען איר נעמט מיך אַרום פֿיל איך זיך אומבאַקוועם. ס׳וואָלט בעסער געווען, ווען מיר גיבן זיך די הענט", אָדער "כאָטש איר דריקט זיך אויס מיט אַזוינע גוטע רייד וועגן מײַן שיינקייט, וואָלט מיר ליבערשט געווען, ווען איר באַמערקט גאָרנישט וועגן דעם".

אויב די עצות וועלן נישט בײַטן זײַן אויפֿפֿיר, דאַרפֿט איר אָפּגעבן אַ באַריכט וועגן די עפּיזאָדן צום פּרעזידענט פֿון דער סינאַגאָגע. דאָס וועט אפֿשר נישט לײַכט זײַן פֿאַר אײַך, אָבער אויב איר האָט אַזוינע געפֿילן, האָבן אַנדערע מענטשן אויך אַזוינע געפֿילן, און דעם רבֿ דאַרף מען צו וויסן געבן וועגן דעם, כּדי דער רבֿ זאָל זיך יאָ בײַטן.


טײַערע חזנטע,

צי האַלט איר, אַז מען איז מסוגל ליב האָבן מער ווי איין מענטש מיט אַ מאָל?

צעמישט


טײַערע צעמישט,

צי איז מען מסוגל, קאַבאַבל? יאָ. צי איך האַלט, אַז ס׳איז אַ גוטער געדאַנק? אויב איר האָט געשוווירן צו זײַן געטרײַ צו איינער פֿון די צוויי, איז אַוודאי — ניין!


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024