- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די אַלטע סאָוועטישע צײַטן איז דער מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד געווען אַ זעלטענע געשעעניש — דאָס איינציקע פֿענצטערל אין דער וועלט־קולטור, וואָס האָט דערמעגלעכט אַ קוק צו טאָן אויף דער ביכער־פּראָדוקציע פֿון אַנדערע לענדער. די ייִדישע קולטורעלע, רעליגיעזע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ישׂראל און אַמעריקע האָבן זיך זייער קונציק באַנוצט מיט דער דאָזיקער מעגלעכקייט, כּדי אויפֿצושטעלן קאָנטאַקטן מיט סאָוועטישע ייִדן.
נאָך אונדז וועלן אייביק פֿאַרבלײַבן אין פּוילן, זכרונות ווי וואָרצלען פֿון ביימער וואָס פֿוילן. בינעם העלער (1946) אין פּוילן מאַכט מען עס אַנדערש
זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה האָט דער סוד פונעם יחידישן אַלײן־באַװוּסטזײַן שטאַרק באַזאָרגט די ייִדישע און העברעיִשע דענקער און ליטעראַטן. אין דעם לעצטן װערק זײַנעם, דעם אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "שלמה רב חייִמס", האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים פֿאַרגליכן דעם ייִדישן כּלל מיט מילבן. עס איז גענוג צו באַקענען זיך מיט דער טבֿע פֿון אײן מילב, און מען דערקענט שױן דעם גאַנצן שבֿט, װײַל אַ מילב פֿאַרמאָגט ניט קײן אײגנאַרטיקן כאַראַקטער. אינטערעסאַנט, װאָס מענדעלעס אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונג גײט אַנטקעגן זײַן אײגענער טעאָריע. זײַן יונגער העלד שלמה װערט געשילדערט װי אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט. אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט פֿאַרשפּרײט די מײנונג, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער סבֿיבֿה איז דער "רב ישׂראל" ניט מער און ניט װײניקער װי אַ טײל פֿון דעם "כּלל־ישׂראל". סוף־כּל־סוף, האָט דער ברײטער ענגליש־רעדנדיקער עולם באַקומען די געלעגנהײט צו באַקענען זיך מיט דעם הײַנטיקן מצבֿ אין דער פֿאָרשונג פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון ישׂראל ברטל, פּראָפֿעסאָר פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים, װעט בלי־ספֿק װערן אַ מוז־לעקטור אין אַ סך אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן. דאָס בוך איז זאַכלעך, קלאָר, צוטריטלעך, און די ענגלישע איבערזעצונג איז אַקוראַט און עלעגאַנט. דער קומעדיקער דור פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער אינטעליגענץ װעט זיך באַקענען מיט דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדישן עבֿר פֿון ברטלס בוך, און דאָס װעט באַװירקן זײער ייִדישן זעלבסט־באַנעם. דער מחבר איז אױסן דורכצומאַכן אַ גרינטלעכע רעװיזיע פֿון אַ סך סטערעאָטיפּן און באַגריפֿן, װעלכע באַשטימען ביזן הײַנטיקן טאָג דאָס בילד פֿון דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום אין מאַסן־באַװוּסטזײַן בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן. דאָס זאַמלבוך נעמט אַרײַן 261 דאָקומענטן, װעלכע שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אין דעם צײַט־גערעם, װאָס װערט באַשטימט װי "פֿון אָנהײב ביז דער קולמינאַציע". דער נאָמען פֿונעם רוסישן געלערנטן גענאַדי קאָסטירטשענקאָ איז גוט באַקאַנט אין דער װעלט פֿון סאָװעטישער היסטאָריאָגראַפֿיע, אַ דאַנק זײַנע פֿילצאָליקע פּובליקאַציעס אױף רוסיש און ענגליש. אַ בקי אין אַרכיװאַלע מקורים, איז קאָסטירטשענקאָ דער ערשטער פֿאָרשער, װעלכער האָט באַזירט זײַן אַרבעט אױפֿן ברײטן קוואַל פֿון סאָװעטישע מלוכישע דאָקומענטן. דאָס נײַע בוך איז אַ װערטפֿולער צוגאָב צו זײַנע פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען פֿון סאָװעטישן אַנטיסעמיטיזם: "אין געפֿענגעניש בײַם רױטן פּרעה" (1994) און "סטאַלינס געהײמע פּאָליטיק׃ מאַכט און אַנטיסעמיטיזם" (2004). |