Marcus Moseley, Being For Myself Alone: Origins of Jewish Autobiography (Stanford University Press, 2006), 650 p. |
זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה האָט דער סוד פונעם יחידישן אַלײן־באַװוּסטזײַן שטאַרק באַזאָרגט די ייִדישע און העברעיִשע דענקער און ליטעראַטן. אין דעם לעצטן װערק זײַנעם, דעם אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "שלמה רב חייִמס", האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים פֿאַרגליכן דעם ייִדישן כּלל מיט מילבן. עס איז גענוג צו באַקענען זיך מיט דער טבֿע פֿון אײן מילב, און מען דערקענט שױן דעם גאַנצן שבֿט, װײַל אַ מילב פֿאַרמאָגט ניט קײן אײגנאַרטיקן כאַראַקטער. אינטערעסאַנט, װאָס מענדעלעס אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונג גײט אַנטקעגן זײַן אײגענער טעאָריע. זײַן יונגער העלד שלמה װערט געשילדערט װי אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט. אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט פֿאַרשפּרײט די מײנונג, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער סבֿיבֿה איז דער "רב ישׂראל" ניט מער און ניט װײניקער װי אַ טײל פֿון דעם "כּלל־ישׂראל". מאַרקוס מאָזעליס גרונדיקע פֿאָרשונג פֿון דעם אױטאָביאָגראַפֿישן זשאַנער אין דער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור דעמאָנסטרירט, אַז אין דער אמתן האָבן די ייִדן — סײַ ספֿרדים, און סײַ אַשכּנזים — פֿאַרמאָגט אַ בולטן און אײגנטימלעכן באַגריף פֿון דעם אײגענעם "זיך". דער מחבר דערצײלט אַ דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דער אַנדעקונג פֿון דעם אינערלעכן "איך", װאָס באַשטימט די גרענעץ צװישן קולטור און לעבן. צום ערשטן מאָל האָט דער ענגלישער לײענער באַקומען אַ מעגלעכקײט אַרײַנצוקוקן אין די טיפֿענישן פֿון דער צווייפֿלדיקער נשמה פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט אין די אַמאָליקע צײַטן.
די זשאַנער־געשיכטע פֿון דער ייִדישער אױטאָביאָרגאַפֿיע הײבט זיך אָן מיטן אױפֿקום פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. איר מעשׂה־בראשית איז פֿאַרבונדן מיט צװײ העברעיִשע כּתבֿים פֿון ספֿרדישע מחברים פֿון איטאַליע — אַבֿרהם יגל און יהודה אַריה מאָדענאַ — װעלכע האָבן פֿאַרלײגט די גרונטשטײנער פֿון דעם בנין פֿון פּריװאַטער ייִדישער לעבנסגעשיכטע. דער אַשכּנזישער בײַטראָג איז געקומען אַ ביסל שפּעטער. די װאָרצלען פֿון דער אַשכּנזישער אױטאָביאָגראַפֿישער טראַדיציע ליגן אין דער שטורעמדיקער תּקופֿה פֿון 17טן יאָרהונדערט. אױף אײן זײַט, שטײען דאָ די היסטאָרישע כראָניקעס מיט מעמואַריסטישן קאָמפּאָנענט, אַזעלכע װי "מגילת איבֿה" פֿון הרבֿ יום־טובֿ ליפּמאַן העלער, און "יװן מצולה" פֿון נתן־נטע האַנאָװער. אױפֿן אַנדערן צד געפֿינען זיך די אוניקאַלע זכרונות פֿון גליקל פֿון האַמל.
מאָזעליס יוצא־דופֿנדיקע ערודיציע דערמעגלעכט אים צו באַטראַכטן די אױטאָביאָגראַפֿישע טעקסטן פֿון עטלעכע פֿאַרשידענע קוקװינקלען. דער הױפּט־אָביעקט פֿון זײַנע ליטעראַטור־היסטאָרישע חקירות איז די העברעיִשע אױטאָביאָגראַפֿיע. די אױטאָביאָגראַפֿיעס אױף ייִדיש, געהערן לױט זײַן מײנונג, צו אַן אַנדערן מין ליטעראַטור. זײ זײַנען נאָענט צו דער רוסישער טראַדיציע פֿון לעבנס־באַשרײַבונג, װאָס נעמט אַרײַן אַזעלכע קלאַסיקער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, װי סערגײ אַקסאַקאָװ און לעװ טאָלסטױ. די רוסן, אַזױ װי זײערע ייִדיש־רעדנדיקע תּלמידים, זײַנען ניט אַזױ אינדיװידואַליסטיש װי די מערבֿדיקע מענטשן, און זײערע אױטאָביאָגראַפֿיעס זײַנען ניט פֿאָקוסירט אױף דעם אײגענעם "איך". צו דער דאָזיקער רשימה דאַרף מען צוגעבן דעם פּראָלעטאַרישן שרײַבער מאַקסים גאָרקי, וואָס זײַן אױטאָביאָגראַפֿישע טרילאָגיע האָט געהאַט אַ גרױסע השפּעה אױף עטלעכע דורות ייִדישע שרײַבער סײַ אין דער אַלטער און סײַ אין דער נײַער הײם.
דער עיקר־מוסטער פֿאַר דער אױטאָביאָגראַפֿישער שעפֿערישקײט אין דער אײראָפּעיִשער טראַדיציע איז געװען דער "װידוי" פֿון זשאַן־זשאַק רוסאָ. און כאָטש די העברעיִשע מסורה שטײט אױף די שוליים פֿון דער אַלגעמײנער אײראָפּעיִשער קולטור, איז רוסאָס באַריכט װעגן זײַן לעבנס־דערפֿאַרונג געװען ביז גאָר װיכטיק פֿאַר די ייִדישע אינטעליגענטן, װעלכע האָבן געפֿירט אַ געראַנגל אױף צװײ פֿראָנטן — מיט זײער סבֿיבֿה און מיט זיך אַלײן. יעדע אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונג װערט געטריבן דורך צװײ קראַפֿטן: דעם כּוח־הזכּרון און דעם כּוח־המדמה, װעלכע שטײען אין אַ שפּאַנענדיקער און צומאָל סתּירותדיקער באַציִונג אײנער קעגן דעם אַנדערן. די אױטאָביאָגראַפֿיע איז אַ מינאָריטעט־זשאַנער בֿכלל, און אין דער ייִדישער טראַדיציע על־אַחת־כּמה־וכמה, באַטאָנט מאָזעלי. דער אױטאָביאָגראַפֿישער סיפּור־המעשׂה װאַקלט זיך צװישן דעם האַרץ און דעם קאָפּ, דעם געפֿיל און דעם שׂכל, דעם אינטעלעקט און דעם דמיון. אין דער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער סבֿיבֿה זײַנען די דאָזיקע קאָנטראַסטן געװען באַזונדער שאַרף אין דער צײַט אַרום דער חשׂכּלה־תּקופֿה. דאָס זעט מען בפֿירוש בײַ אַזעלכע מחברים װי מרדכי־אַהרון גינצבערג, משה־לײב ליליענבלום, מיכה־יוסף בערדיטשעװסקי, וואָס זייערע װערק פאַרנעמען דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָזעליס פֿאָרשונג.
יעדער לײענער װעט לײענען "זײַענדיק פֿאַר זיך אַלײן" לױט זײַן השׂגה. אױף דעם טעאָרעטישן ניװאָ שאַפֿט דאָס בוך אַ נײַע סינטעטישע קאָנצעפּציע פֿון ייִדישער אױטאָביאָגראַפֿיע, װאָס ברענגט צונױף פֿאַרשידענע צװײַגן פֿון היסטאָרישער און ליטעראַרישער װיסנשאַפֿט. מען קאָן אױסניצן דאָס בוך אױך װי אַ מין ענציקלאָפּעדישער לעקסיקאָן, װאָס איז כּולל אַ שלל מיט כּלערלײ ידיעות פֿון ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער די גרעסטע מעלה פֿונעם דאָזיקן בוך באַשטײט אין דעם, װאָס עס קאָן דינען װי אַ װעגװײַזער פֿאַר דעם קומעדיקן דור פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור ניט נאָר אױף העברעיִש און ייִדיש, אָבער אױך אױף אַנדערע שפּראַכן, בפֿרט רוסיש, פּױליש און אונגאַריש. ניצלעך דערבײַ װעלן זײַן דװקא די קאַפּיטלען, װעלכע באַהאַנדלען די אױטאָביאָגראַפֿישע װערק אױף ייִדיש, און צװישן זײ די פֿראַגמענטן פֿון זכרונות פֿונעם סאָװעטישן ליטעראַטור־פֿאָרשער און שרײַבער מאיר װינער און די אױטאָביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישער יוגנט, װאָס מען האָט צוגעשיקט אױף דעם ייִװאָ־קאָנקורס ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר האָבן זיך באַװיזן אַ רײ ליטעראַרישע װערק פֿון גרױסן באַטײַט, װעלכע ענדערן אונדזער אױפֿנעם פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע פֿאַר און נאָך דעם חורבן. אײניקע װערק פֿון גרױסן היסטאָרישן פֿאַרנעם — װי למשל, אַ פֿולע אױסגאַבע פֿון מעמואַרן און טאָגביכער פֿון דער באַקאַנטער סאָװעטישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין לידיאַ גינזבורג — דאַרפֿן אַרױסגײן אין דער נאָענטער צוקונפֿט. דער דאָזיקער ליטעראַרישער מאַטעריאַל נײטיקט זיך אין אַ גרונדיקער אינטעלעקטועלער און עסטעטישער אָפּשאַצונג, און די מאָנומענטאַלע פֿאָרשונג פֿון מאַרקוס מאָזעלי, אַ רעזולטאַט פֿון צװאַנציק־יעריקער האָרעװאַניע, איז אַרױס פּונקט אין דער ריכטיקער צײַט.