- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון "די צוקונפֿט", די עלטסטע אין דער וועלט צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך. איצט גייט "די צוקונפֿט" אַרויס אין אַ נײַעם פֿאָרמאַט. אין זייער אַרײַנפֿיר־וואָרט דערקלערן די נײַע רעדאַקטאָרן, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, זייער ציל׃ צו מאַכן אַ זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. זיי האָבן בדעה צו עפֿענען די זײַטן פֿונעם זשורנאַל פֿאַר קולטורעלע און עפֿנטלעכע וויכּוחים, פֿאַר נײַע פֿאָרשונגען, און אַוודאי און אַוודאי פֿאַר נײַע ווערק פֿון ליטעראַטור און קונסט. פּוילן האָט אַלטע חשבונות מיט רוסלאַנד. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ביידע פֿעלקער זיך געשלאָגן. כאַראַקטעריסטיש, אַז אין דעם איצטיקן, נאָך-סאָוועטישן רוסלאַנד איז די באַפֿרײַונג פֿון מאָסקווע פֿון דער פּוילישער אָקופּאַציע און דער אָנהייב פֿון דער צאַרישער ראָמאַנאָוו-דינאַסטיע געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. און דווקא אַ וויכטיקער יום-טובֿ — פֿריִער האָט מען אַרום דער זעלבער צײַט געפֿײַערט די יאָרטעג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אין דער אמתן, דער פֿאַראַיאָריקער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער דענקערין חנה אַרענדט (1906—1975) איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ באַשיידענער סעריע פֿון אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן, ס׳רובֿ אין אייראָפּע. אַ סבֿרה, אַז די השפּעה פֿון איר גענדאַנקענגאַנג ווערט שוואַכער מיט דער צײַט, כאָטש אירע ביכער און אַרטיקלען וועלן נאָך לאַנג בלײַבן אויף די לייען־רשימות פֿון לערנקורסן פֿון געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע און פּאָליטיק. דער פֿאַל פֿונעם ברייטן עפֿנטלעכן אינטערעס אין דער אינטעלעקטועלער ירושה פֿון חנה אַרענדט און אירע מיטצײַטלער אין דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט איז, דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון פֿופֿצן רעפֿעראַטן וועגן דוד בערגעלסאָן איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ענגליש־שפּראַכיקער ביבליאָטעק פֿון קריטישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישער ליטעראַטור. צוליב אַ סיבה, וואָס איז שווער צו דערקלערן, איז דער ביאָגראַפֿישער זשאַנער ניט פּאָפּולער צווישן די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער. ביז הײַנט פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געהעריקע קריטישע ביאָגראַפֿיעס פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער, שוין אָפּגערעדט פֿון זייערע ווייניקער־באַרימטע מיטצײַטלער און נאָכפֿאָלגער. סוף אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד פֿאָרגעקומען די זיבעטע מענדל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ־סעריע איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק דורך דעם אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק דזשעק און נעמי פֿרידמאַן, אין אָנדענק פֿון דזשעקס פֿאָטער. יעדע צוויי יאָר קומען זיך צונויף פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿון דער גאַנצער וועלט אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, כּדי אַרומצורעדן אַ באַשטימטע טעמע. די פֿאָרשטעלונג, אַז די וועלט איז צעריסן צווישן צוויי קעגנערישע צדדים איז ניט קיין נײַע. אין פֿאַרשידענע צײַטן האָבן די דאָזיקע צוויי צדדים אויסגעזען אַנדערש׃ מיזרח און מערבֿ, קריסטנטום און איסלאַם, קאַפּיטאַליזם און קאָמוניזם. דער מענטשלעכער שׂכל האָט אַ טבֿע צו באַגרײַפֿן די ווירקלעכקייט דורך קעגנזאַצן, שוואַרץ־און־ווײַס. דאָס בוך פֿון מאַרטין גודמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, איז געווידמעט דעם אַלטן קאָנפֿליקט אין דער וועלט־געשיכטע אונדזער מיטאַרבעטער, מיכאל קרוטיקאָוו, האָט לעצטנס געשריבן אין זײַנע צוויי אַרטיקלען וועגן דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָרגאַניזירט דורכן פֿאָרשונג־צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקאַ". די אַרטיקלען האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ אונדזערע לייענער. דעריבער האָבן מיר זיך געוואָנדן צו עטלעכע מיטבאַטייליקטע אין דער עקספּעדיציע זיך צו טיילן מיט זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע אײַנדרוקן און אַנטפּלעקונגען בשעת זייער פֿאַרכאַפּנדיקער נסיעה אויף די שפּורן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין פּאָדאָליע. דאָס נײַע בוך פֿונעם באַקאַנטן היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, סטיווען אַשהיים, איז געווידמעט דער אינטעלעקטועלער און קולטורעלער ירושה פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן "גלות". זײַנע העלדן זײַנען געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד און האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן חורבן. אַשהיים, איינער פֿון די גרעסטע לעבעדיקע מומחים פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע, איז דערצו נאָך אַ פֿײַנער שרײַבער און אַ שאַרפֿזיניקער אַנאַליטיקער. צו וועמען געהערן ייִדן — צום "מערבֿ" אָדער צום "מיזרח"? די דאָזיקע האַרבע קשיא האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער אינטערעסירט אַ סך ייִדישע און ניט־ייִדישע דענקער, און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט זי אָן אַ קלאָרן ענטפֿער. אייגנטלעך, איז די פֿראַגע אַליין אַ פּועל־יוצא פֿון דער וועלט־שפּאַלטונג אויף צוויי טיילן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער קריסטלעכער אייראָפּע בעתן קאָנפֿליקט מיט די איסלאַמישע "באַרבאַרן". די שטאָט מאָהילעוו־פּאָדאָלסק, אויף ייִדיש מאָלעוו, איז מן־הסתּם הײַנט די סאַמע "ייִדישע" שטאָט אין מיזרח־אייראָפּע. אַ מאָל זײַנען די ייִדן געווען דאָרט מער ווי אַ העלפֿט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. אָבער אַ גרויסע צאָל פֿון זיי האָט געלעבט אין מאָלעוו ביז סוף 1980ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות האָבן זיי געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט געהאַט דרײַ צענטערס׃ קיִעוו, מינסק און מאָסקווע. זייער היסטאָרישער גורל איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. מינסק האָט זיך געשניטן אויף צו ווערן דער דעה־זאָגער אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, אָבער ער איז אונטערגעגאַנגען נאָך פֿאַר דער מלחמה. די מינסקער מבֿינים אויף דער פּראָלעטאַרישער קולטור זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין איינעם מיט דער ווײַסרוסישער פּאָליטישער און קולטורעלער עליט בעת די "רייניקונגען" פֿון 1935—1937. ניט געקוקט אויף די פּאָליטישע מחלוקת אין קיִעוו, זײַנען די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר געווען גוט פֿאַר אוקראַיִנע. מען זעט אַ סך נײַע הײַזער אונטער די כאַראַקטעריסטישע מאָדערנע רויטע און בלויע דעכער. די מענטשן זעען אויס גוט, און די פּרײַזן זײַנען נידעריק אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד און אייראָפּע. די נאָסטאַלגיע נאָך דעם סאָוועטישן עבֿר גייט פּאַמעלעך אַוועק, און עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור, וואָס רעדט אוקראַיִניש און נישט רוסיש. |