- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אייראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בייגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס. צופֿעליק געדענק איך פּינקטלעך דעם טאָג, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט ייִדן-קריסטן. ס׳איז געווען דעם 1טן מײַ 1980, אין לענינגראַד, ווען מײַן ווײַב און איך זײַנען געווען צוגאַסט בײַ איר קרובֿ, וואָס האָט געפֿײַערט זײַן געבוירן־טאָג. צווישן די געסט זײַנען געווען אויך דרײַ יונגע־לײַט, צוויי יאַטן און איין ווײַבל, וועלכע זײַנען, גלײַך ווי מיר, געקומען פֿון מאָסקווע. יעדער דור אַמעריקאַנער דאַרף האָבן זײַן אייגענעם "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן", אַ ווערק פֿונעם עפּישן פֿאַרנעם, וואָס מאָלט דעם סימבאָלישן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט — אַזוי פֿירט זיך דאָ אין אַמעריקע. צו אַזאַ מין ראָמאַנען געהערן "מאָבי דיק" פֿון הערמאַן מעלוויל, "האָקלבערי פֿין" פֿון מאַרק טווען, ראָמאַנען פֿון וויליאַם פֿאָלקנער, סקאָט פֿיצדזשעראַלד, פֿיליפּ ראָט. צו שאַפֿן אַ "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן" איז דער גרעסטער אויפֿטו פֿון אַ שרײַבער אין אַמעריקע. דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון אַ גרופּע פֿון פּוילישע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן געהאַט דרײַ ליבעס אין זייער לעבן: מאָדערנע ליטעראַטור, סאָציאַליזם און די שטאָט וואַרשע. דאָס זײַנען געווען מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געגעבן דעם טאָן אין דער פּוילישער קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַלע האָבן זיי געשריבן לידער, אָבער זייער חלום איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן אין פּוילן און אין דער וועלט. אַלכּסנדר וואַט און זײַן פֿרוי אָלאַ, וולאַדיסלאַוו בראָנעווסקי און זײַן פֿרוי יאַנינאַ, יוליאַן טובֿים, וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ, יאַראָסלאַוו איוואַשקעוויטש, אַנטאָני סלאָנימסקי, ברונאָ יאַסענסקי — אַלע זײַנען זיי געווען די דעה־זאָגער פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור. דוד אַלבאַהאַרי איז אַ ייִד, וואָס וווינט אין קאַנאַדע און שרײַבט אויף דער סערבישער שפּראַך. דאָס איז אַ קאָמבינאַציע, וועלכע פֿאַרזיכערט אים אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין יעדן פּרט. אַלבאַהאַרי איז גאַנץ צופֿרידן מיט זײַן מצבֿ. ער פּראַוועט זײַן גלות אין דער קאַלטער קאַנאַדע, וווּ ער וווינט שוין מער ווי צען יאָר אין דער שטאָט קאַלגאַרי. אָבער זײַנע ווערק, סײַ די אָריגינעלע, און סײַ איבערזעצונגען פֿון ענגליש, ווערן רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכט אין סערבישע פֿאַרלאַגן. אַלבאַהאַרי האָט זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטערס פֿון דער הײַנטיקער סערבישער ליטעראַטור. ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן׃ די געשיכטע פֿונעם "אוצר פֿון דער ייִדישער דערציילונג" אין 1952 האָט דער ייִדישער דיכטער אליעזר גרינבערג אײַנגעלאַדן דעם אַמעריקאַנער קריטיקער אירווינג האַו מיטצואַרבעטן איבער אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ייִדישע דערציילונגען אויף ענגליש. פֿון אָט דער באַגעגאַניש איז אַרויסגעוואַקסן די וואָגיקע אַנטאלאָגיע "אַן אוצר פֿון דער ייִדישע דערציילונג" (1954), וואָס איז כּולל די ווערק פֿון 23 מחברים, צייכענונגען פֿונעם באַקאַנטן קינסלטער בען שאַן, און אַ גלאָסאַר. אין זײַן אַרײַנפֿיר האָט אירווינג האַו געגעבן אַ פּרטימדיקן פּאָרטרעט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער און גרינבערג האָבן געהאַט אין זינען אַן עולם, וואָס האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, סײַדן עטלעכע ווערטלעך, און איז געווען קוים באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. דער ענגלישער לייענער האָט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איינעם פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, דעם ראָמאַן פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי "די פֿינף". דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ שווערן ליטעראַרישן גורל. די ערשטע אויסגאַבע איז דערשינען אינעם רוסישן עמיגראַנטישן פֿאַרלאַג אין פּאַריז אין 1936, און ביז דער לעצטער צײַט איז עס געווען די איינציקע פּובליקאַציע פֿונעם טעקסט. דער טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס האַלט אין איין ענדערן אונדזערע באַגריפֿן ניט נאָר פֿונעם הײַנט און מאָרגן, אָבער אויך פֿונעם עבֿר. הײַנט קאָן מען ניט נאָר לייענען אַלטע ייִדישע ביכער אויף דער אינטערנעץ (אַ דאַנק דער פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט־ און שטאָט־ביבליאָטעק), אָבער אויך באַשטעלן (אינעם ייִדישן פֿילם־צענטער בײַם ברײַנדײַס־אוניווערסיטעט) אַלטע ייִדישע פֿילמען, און צווישן זיי אַזעלכע מײַסטערווערק ווי "בעניאַ קריק" און "דאָס ייִדישע גליק". ביידע שטומע פֿילמען זײַנען אַרויס אַרום 1926, ווען די פּרינציפּן פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם" זײַנען נאָך ניט געוואָרן אָנגענומען ווי די געזעצן פֿון דער סאָוועטישער קונסט. אין די דאָזיקע פֿילמען האָבן זיך באַטייליקט די סאַמע שטערן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור׃ דער שרײַבער איסאַק באַבעל, דער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, דער רעזשיסאָר אַלעקסיי גראַנאָווסקי, דער קינסטלער נתן אַלטמאַן.
|