פּאָליטיק

ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אייראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בייגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס. אײַאַן הירסי אַלי, די עמיגראַנטקע פֿון סאָמאַלי, וועלכע האָט געמאַכט אַ פּאָליטישע קאַריערע אין האָלאַנד אָבער איצט איז זי אַריבער קיין אַמעריקע, האַלט איסלאַם פֿאַר אַ זאַמלונג פֿון אַלטע מעשׂיות, וועלכע קאָנען ניט אויסהאַלטן קיין ראַציאָנאַלע קריטיק, — פֿון איין זײַט; און פֿון דער צווייטער זײַט, דער שווייצער איסלאַמישער אַקטיוויסט טאַטיק ראַמאַדאַן, וועלכער שטאַמט פֿון די גרינדער פֿון איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער באַוועגונג, טענהט להיפּוך, אַז די גאַנצע איסלאַמישע לערע איז מן־השמים, און אַ פֿרומער מוסולמענער אין אייראָפּע איז מחויבֿ אויסצובעסערן דעם דעקאַדענטישן לעבנסשטייגער פֿון די אייראָפּעיִשע פֿרײַדענקער.

לעצטנס, האָבן זיך אַרײַנגעמישט אין דער דיסקוסיע צוויי פּראָמינענטע ענגלישע אינטעלעקטואַלן: דער מומחה אין דער יאַפּאַנישער און כינעזישער געשיכטע איען בורומאַ און דער פֿאָרשער פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער פּאָליטיק טימאָטי גאַרטאָן אַש. בורומאַ, וועלכער שטאַמט, פֿון איין זײַט, פֿון אַ האָלענדישער ייִדישער משפּחה, האָט געווידמעט זײַן לעצט בוך "מאָרד אין אַמסטערדאַם" דער טראַגעדיע, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די האָלענדישע געזעלשאַפֿט — דער מאָרד פֿונעם קינאָ־רעזשיסאָר טעאָ וואַן גאָך, דורך אַן איסלאַמישן פֿאַנאַטיקער, פֿאַר זײַן קריטישן פֿילם וועגן די איסלאַמישע מינהגים, וואָס וואַן גאָך האָט געמאַכט אין איינעם מיט הירסי אַלי. בורומאַס פּאָזיציע איז נאָענט צו דעם קוקווינקל פֿון הירסי אַלי. ער באַציט זיך גאַנץ קריטיש צום באַגריף — "איסלאַם מן־השמים", אָבער ער וואָרנט, אַז די מלוכישע מאַכט טאָר זיך ניט אַרײַנמישן אין די רעליגיעזע ענינים. די מלוכה דאַרף נאָר פֿאַרזיכערן, אַז די רעליגיעזע מנהגים און גלויבענישן זאָלן ניט שאַפֿן קיין סכּנה פֿאַרן לעבן, געזונט און וווילזײַן פֿון אַנדערע בירגער, און דערבײַ לאָזן די עצם רעליגיע בײַ דער זײַט.

די איצטיקע וויכּוחים אַרום דעם מצבֿ פֿון איסלאַם אין אייראָפּע דערמאָנען אין דעם גורלדיקן מאָמענט פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע, ווען דער פֿראַנקישער קעניג שאַרל מאַרטעל האָט מנצח געווען די איסלאַמישע אַרמיי לעבן פּואַטיע אין 732. צי האָט פֿראַנקרײַך פֿאַרלוירן אַ נײַע, שטילע "שלאַכט בײַ פּואַטיע" הײַנט, ווען בערך צען פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען מוסולמענער, און די דאָזקע פּראָפּאָרץ האַלט אין איין וואַקסן? די דאָזיקע פֿראַגע שטעלט טימאָטי גאַרטאָן אַש אין זײַן רעצענזיע אויף די ביכער פֿון הירסי אַליס און בורומאַ.

סײַ בורומאַ און סײַ גאַרטאָן אַש צווייפֿלען, צי די ווערטן פֿון "מולטיקולטוראַליזם" בלײַבן קוראַנט אינעם קאָנטעקסט פֿון דער הײַנטיקער אייראָפּע. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָט האָלאַנד שטאָלצירט מיט איר טאָלעראַנץ, לגבי אַנדערע קולטורן און רעליגיעס. אָבער איצט האַלט זיך די האָלענדישע עפֿנטלעכע שטימונג אין איין בײַטן. אַ סך מענטשן ווילן פֿאַרטיידיקן די קערנדיקע ווערטן פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע בכלל, און פֿון דער האָלענדישער קולטור בפֿרט קעגן די "פֿרעמדע". אָבער ווער זײַנען אָט די פֿרעמדע? — פֿרעגט גאַרטאָן אַש. ער רופֿט זיי — די תּושבֿים פֿונעם "צווישנרוים", וואָס געפֿינט זיך ערגעץ צווישן מערבֿ און מיזרח. זייער היים איז ניט דאָ און ניט דאָרטן, ניט אין אייראָפּע און ניט אין דעם לאַנד פֿון זייער אָפּשטאַם — מאַראָקאָ, אַלזשעריע, טערקײַ. אַ סך יונגע לײַט פֿאָרן זומערצײַט פֿון אייראָפּע "אַהיים" צו זייערע באָבע־זיידעס, און האַרבסט קערן זיי זיך אום אין די אומעטיקע אָרעמע געגנטן פֿון פּאַריז, אַמסטערדאַם, האַמבורג. "קולטורעל זײַנען זיי געשפּאָלטענע פּערזענלעכקייטן", באַמערקט בורומאַ, און אַ סך פֿון זיי לײַדן פֿון דעפּרעסיע און אַנדערע פּסיכישע קראַנקייטן. דווקא פֿון אָט דעם קאָנטינגענט וואַקסן אונטער די צוקונפֿטיקע זעלנער פֿון "דזשיהאַד" און טעראָר.

לויט גאַרטאָן אַשס מיינונג, ליגט באַגראָבן דער שורש פֿון דער פּראָבלעם מיט די אייראָפּעיִשע מוסולמענער ניט אין דער רעליגיע גופֿא, נאָר אין דער סאָציאַלער פּסיכאָלאָגיע. דער רעליגיעזער ראַדיקאַליזם איז ניט מער ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם צעמישטן וועלטבאַנעם פֿון די יונגע אימיגראַנטישע "צווישן־מענטשן". שולדיק איז ניט די איסלאַמישע אמונה גופֿא: אַזוי ווי בורומאַ, האַלט גאַרטאָן אַש, אַז דער אופֿן פֿון גלויבן אָדער ניט גלויבן אין גאָט איז אַ פּערזענלעכער ענין פֿון אַ יחיד; כּל־זמן עס שטערט ניט די אַנדערע מענטשן, דאַרף מען לאָזן די רעליגיע צו רו. אָבער דער אויספֿיר פֿון גאַרטאָן אַשס אַרטיקל איז גאַנץ פּעסימיסטיש. ער וואָרנט, אַז אייראָפּע האַלט בײַם סאַמע לעצטן שאַנס צו לייזן די פּראָבלעם פֿון איר מוסולמאַנישן "צווישן־פֿאָלק". אָט־אָט וועט עס ווערן צו שפּעט.

די טעאָרעטיקער פֿון דעם "אייראָפּעיִשן איסלאַם" זײַנען מער אָפּטימיסטיש לגבי דער צוקונפֿט, הגם זיי זײַנען ניט איינשטימיק וועגן דעם, ווי אַזוי זי דאַרף אויסזען. באַסאַם טיבי, אַ סיריער, וואָס לערנט אין דײַטשישע און אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, טרעט אַרויס קעגן טאַריק ראַמאַדאַן און באַשולדיקט אים אין געהיימע סימפּאַטיעס צו פֿונדאַמענטאַליזם. טיבי מאַכט אַ חילוק צווישן דעם איסלאַם, ווי אַ רעליגיע, און דעם "איסלאַמיזם", ווי אַ טאָטאַליטאַריסטישע אידעאָלאָגיע. ער באַמערקט, אַז איסלאַם איז בייגעוודיק און לאָזט זיך צופּאַסן צו פֿאַרשידענע לאָקאַלע באַדינגונגען. אַזוי אַרום, זאָגט ער, קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו די ווערטן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. די אַרגומענטן פֿון טיבי און אַנדערע מעסיקע איסלאַמישע דענקער קלינגען ענלעך צו דער אידעאָלאָגיע פֿון "אייראָ־קאָמוניזם", וואָס האָט געוואָלט זיך אָפּטיילן פֿונעם "האַרטן" סאָוועטישן קאָמוניזם און פֿאָרצושטעלן דאָס "מענטשלעכע פּנים" פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. אָבער מען האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו זען, אויב אַזאַ מין קאָמוניזם איז בכלל מעגלעך. אזוי ווי קאָמוניזם, האַלט זיך איסלאַם פֿאַר אַן אַבסאָלוטן אמת, שטרעבט צו דער אַבסאָלוטער הערשאַפֿט און וויל אומבאַדינגט שפּילן די הויפּט־ראָלע.