- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ליטעראַרישער טעאָרעטיקער, פּראָפֿעסאָר פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיל אַנידזשאַר, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן נטיה צו פּראָוואָקאַציע. דער קאָנסערוואַטיווער פּובליציסט דוד האָראָוויץ האָט אים אָפּגעגעבן אַ כּבֿוד און אַפֿילו אַרײַנגענומען אַנידזשאַרס נאָמען אין דער רשימה פֿון "101 סאַמע געפֿערלעכע אַקאַדעמיקער אין אַמעריקע", צוליב זײַנע ראַדיקאַלע ארויסזאָגונגען קעגן ציוניזם און ישׂראל. אַזאַ מין רעקלאַמע וועט אַוודאי ניט שאַטן אַנידזשאַרס גוטן שם אין דער לינקער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן פּובליציסטיק, ביכער און לעקציעס. די שטאָט פּינסק, איצט אַ שטיל פּראָווינץ־שטעטל אין די פּאָלעסיער בלאָטעס פֿון מערבֿ־דרומיקן ווײַסרוסאַנד, פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע. ווי בערדיטשעוו אין וואָלין, איז פּינסק געווען די סאַמע "ייִדישע" שטאָט צווישן די שטעט אין דער רוסישער אימפּעריע׃ בערך זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זײַנען געווען ייִדן. פּינסק איז געווען די געבוירן־שטאָט פֿון אַ עטלעכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, פֿון חיים ווײַצמאַן ביז דעם תּלמיד־חכם שאול ליבערמאַן, וועלכער איז געוואָרן דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. די נײַע אויפֿלאַגע פֿון די זכרונות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער האַנס זאַל (1902—1993) איז אַ באַווײַז פֿונעם אינטערעס צו פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער דײַטשישער גלות־קולטור. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל — אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, געלעבט אין דלות און הונגער אין פּראָג, ציריך, פּאַריז, און קוים זיך געראַטעוועט אויף דער לעצטער אַמעריקאַנער שיף פֿון מאַרסעל אין 1941, לאַנגע יאָרן זיך מפֿרנס געווען מיט איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף דײַטש — איז זאַל געשטאָרבן בשלום אין טיבינגען, דײַטשלאַנד, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. די לעצטע יאָרן זײַנע, ווען זאַל איז שוין געוואָרן בלינד, האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיטן שרײַבן זײַנע זכרונות. ווי וויכטיק איז די ניט־געלונגענע רוסישע רעוואָלוציע געווען פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע? צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון פּוילן און רוסלאַנד האָבן די ייִדן גענומען אַן אַקטיוון טייל אין דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק. זיי זײַנען געווען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מאַסן־שטרײַקן, פֿירער פֿון די ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערע פּאַרטייען, ווי אויך צווישן די חשובֿע ליבעראַלע פּאָליטיקער און פּובליציסטן. די געשעענישן אין רוסלאַנד האָבן זיך אָפּגערופֿן אין דער גאַנצער וועלט. די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן באַגלייט די רעוואָלוציע פֿון 1905, האָבן אַרויסגעשטויסן אַ ריזיקע כוואַליע ייִדישע עמיגראַנטן לעבֿר־הים. דאָס וואָרט "קלעזמער" איז געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע אין די לעצטע צוואַנציק־דרײַסיק יאָר. כאָטש דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַ העברעיִש־ייִדישן אָפּשטאַם, איז זײַן באַטײַט אינעם אַמעריקאַנישן לשון אַנדערש פֿונעם אַלט־פֿרענקישן "כּלי־זמר". "קלעזמער" באַטײַט ניט סתּם אַ מוזיקאַנט, נאָר אַ גאַנצן לעבנס־שטייגער. יונתן פֿרידמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, האָט זיך באַנוצט מיט אָט דעם באַגריף, כּדי צו באַשרײַבן זײַן וויזיע פֿון ייִדן אינעם אַמעריקאַנער לעבן. די פּראָבלעם פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך פֿאַרנעמט אַ וויכטיק אָרט אין טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום דעם ענין פֿון ייִדישער קולטור. דאָס נײַע בוך פֿון דער אונגאַרישער פֿאָרשערין זשוזשאַ העטעני באַהאַנדלט די דאָזיקע פּראָבלעם אויפֿן סמך פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. ווי עס קומט אַרויס פֿונעם בוך־טיטל, געהערט העטעני צו דער שול, וואָס האַלט, אַז די רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור איז אַ ממשותדיקער פֿענאָמען, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן דער רעאַליסטישער פּראָזע. צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטעראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוסלאַנד און ענגלאַנד. וולאַדימיר חזן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ליטעראַטן און קולטור־טוער, וואָס זייער לעבן און אַרבעט איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל. אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז די פֿיגור פֿונעם קאַפּיטאַן אַריה באָיעווסקי (1891—1942) אַ יוצא־דופֿן. אַ רוסישער ים־מאַן, וועלכער האָט נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ארץ־ישׂראל און איז געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿלאָט, איז דערצו נאָך געווען אַ באַגאַבטער דיכטער און זשורנאַליסט. ל. שאַפּיראָ (1878—1948) איז, דאַכט זיך, דער איינציקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּראָזאַיִקער, וועלכער האָט זוכה געווען, אַז זײַנע געקליבענע ווערק זאָלן דערשינען ווערן אויף ענגליש אין אַ חשובֿער אַקאַדעמישער סעריע, מיט אַ הקדמה און פֿוסנאָטעס. דאָס האָט ער אַוודאי כּשר פֿאַרדינט. אַ שאָד, וואָס דער דאָזיקער באַנד איז צווישן די לעצטע ביכער אין דער סעריע פֿון "נײַער ייִדישער ביבליאָטעק", וואָס דער פֿאַרלאַג פֿון יעיל־אוניווערסיטעט לאָזט אַרויס בשותּפֿות מיט דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. אָן דער דאָזיקער סעריע וועט די גאַנצע ריזיקע "כּמו־טעריטאָריע" פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור ווײַטער בלײַבן אַ "טעראַ אינקאָגניטאָ" פֿאַרן ברייטן עולם. Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007. אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007. דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן. די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז אַן אייגנאַרטיקער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, וואָס בלײַבט עד–היום ניט דערשאַצט און ניט דערפֿאָרשט ווי עס פּאַסט צו זײַן. בלויז עטלעכע אַספּעקטן און זשאַנערס, אַזעלכע ווי מאָדערניסטישע פּאָעזיע פֿון פֿאַרשידענע שטרעמונגען, האָט באַקומען אַ געוויסע קריטישע אָפּשאַצונג מצד די מאָדערנע פֿאָרשער. די גאַנצע פּראָזע שטייט אין שאָטן פֿון יצחק באַשעוויסן, וועלכער האָט ניט געהאַלטן פֿון זײַנע אַמעריקאַנער קאָלעגעס. עומר ברטובֿ איז אַ באַקאַנטער הורבן־היסטאָריקער. אַ געבוירענער אין ישׂראל, איז ער שוין לאַנגע יאָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין בראַון־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע. די דאָזיקע צוויי אומשטאַנדן זײַנען וויכטיק, כּדי צו פֿאַרשטיין זײַן אינטערעס אין דער פּראָבלעם פֿון היסטאָרישן זכּרון, וואָס ווערט באַהאַנדלט אינעם בוך. אויפֿגעהאָדעוועט אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה, וווּ די עלטערן האָבן ניט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן עבֿר אַפֿילו מיט די אייגענע קינדער, האָט ברטובֿֿ בײַ זיך אַנטוויקלט אַן אינטערעס צו דער דאָזיקער "סודותדיקער" טעמע ערשט אין אַמעריקע. |