קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלגאַ בעלאָוואַ, וולאַדימיר פּעטרוכין. דער ייִדישער מיטאָס אין דער סלאַווישער קולטור. ירושלים, מאָסקווע׃ גשרים, 2007.

די סאַמע ערשטע קאָנטאַקטן צווישן די ייִדן און דער סלאַווישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט מער ווי איין טויזנט יאָר צוריק. זינט דעמאָלט און ביזן הײַנטיקן טאָג פֿירן די ייִדן און סלאַוון אַן אינטענסיוון קולטורעלן דיאַלאָג. אָבער ביז לעצטנס איז דאָס געביט פֿון ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען פֿאַרבליבן אויף דעם ראַנד פֿון סײַ ייִדישע, סײַ סלאַווישע פֿאָרשונגען. ערשט אין די לעצטע צענדליק יאָר האָבן זיך די געלערנטע אין פֿאַרשידענע לענדער — רוסלאַנד, פּוילן, דײַטשלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע — גענומען פֿאַר סיסטעמאַטישער פֿאָרשונג פֿון ייִדיש־סלאַווישער קולטורעלער צוזאַמענווירקונג.

ליטעראַטור, טעאַטער, געשיכטע
Владислав Иванов. ГОСЕТ: Политика и искусство 1919-1928. Москва, ГИТИС, 2007.

דער רוסישער טעאַטער־פֿאָרשער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו איז באַקאַנט מיט זײַן גרונדיקער פֿאָרשונג פֿון די אָנהייב־יאָרן פֿון דעם "הבימה"־טעאַטער אין מאָסקווע. דאָס נײַע בוך זײַנס באַהאַנדלט דעם זעלבן פּעריאָד אין דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דאָס אָפֿיציעלע פּנים פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, להיפּוך צו דער "ציוניסטישער" און "קלעריקאַלער הבימה". דאָס בוך באַזירט זיך אויף אַ גרויסן מאַסיוו פֿון אַרכיוואַלע דאָקומענטן, וועלכע דערמעגלעכן צו רעקאָנסטרויִרן די געשעענישן אַרום דעם "גאָסעט" ממש טאָג נאָך טאָג.

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Samuel D. Kassow,
Who Will Write Our History?: Emanuel Ringelblum,
the Warsaw Ghetto,
and the Oyneg Shabes Archive.
Indiana University Press, 2007.

עמנואל רינגעלבלום איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער אָרגאַניזאַטאָר און אָנפֿירער פֿון "עונג שבת", דעם געהיימען אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ. פֿאַרבאַהאַלטן אונטער די חורבֿות פֿונעם געטאָ, איז אַ גרויסער טייל פֿונעם דאָזיקן אַרכיוו געראַטעוועט געוואָרן נאָך דער מלחמה. רינגעלבלום אַליין האָט ניט דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג פֿון וואַרשע עטלעכע חדשים. "עונג שבת" איז געווען דער לעצטער העלדישער אויפֿטו פֿון דער קורצער, אָבער זייער אינטענסיווער תּקופֿה פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל און דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט בפֿרט.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Yehoshue Perle. Everyday Jews: Scenes from a Vanished Life. Edited by David G. Roskies, translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birstein. New Haven:
Yale University Press, 2007.

די ענגלישע אויסגאַבע פֿונעם בעסטן ראָמאַן פֿון איינעם פֿון די אינטערעסאַנטסטע פּוילישע ייִדישע מחברים יהושע פּערלע (1888—1943), "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", איז ממשיך די ביכער־סעריע "נײַע ייִדישע ליטעראַטור", וואָס איר ציל איז צו באַ­קענען דעם ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט די אוצרות פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין 1938 האָט דער דאָזיקער ראָמאַן, אין איינעם מיט צוויי אַנדערע ביכער, אַהרן צייטלינס "ברענענדיקע ערד" און לייב ראַשקינס "מענטשן פֿון גאָדלעבאָזשיץ", באַקומען די פּרץ־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור פֿונעם וואַרשעווער ייִ

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Anita Norich. Discovering Exile: Yiddish and Jewish American Culture During the Holocaust. Stanford: Stanford University Press, 2007

יעדער איינער ווייסט, אַז די ייִדישע קולטור איז אומגעבראַכט געוואָרן דורך היטלערן און סטאַלינען. דאָס איז אַוודאי אמת, ווען מען רעדט וועגן אייראָפּע, אָבער מען פֿאַרגעסט אָפֿטמאָל, אַז ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דווקא צפֿון–אַמעריקע געווען דער שטאַרקסטער און לעבעדיקסטער וועלט־צענטער פֿון ייִדישער קולטור. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן ניט געליטן פֿון די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע צרות, וועלכע האָבן געפּײַניקט די ייִדישע קולטורעלע לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, רומעניע און ליטע. דאָ איז די ירידה פֿון ייִדיש פֿאָרגעקומען גלאַט און פּאַמעלעך, אָן קיין גרויסע טראַגעדיעס און קרבנות.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך
דוד בערגעלסאָן

צווישן די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז קיינער ניט געווען אַזוי ברייט באַוווּסט אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן. באַזונדערס גוט האָט מען אים געקענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כאָטש ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע ווייניקער פֿון זעקס חדשים — אין סוף 1928 און אָנהייב 1929. אָבער אין די 1920ער יאָרן און שפּעטער איז זײַן נאָמען ניט אַראָפּ פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען — לכתּחילה אין "פֿאָרווערטס" און, זינט 1926, אין דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט".

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Joanna Wiszniewicz.
And Yet I Still Have Dreams:
A Story of a Certain Loneliness.
Translated from Polish by
Regina Grol.
Evanston: Northwestern
University Press, 2004

די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן האָבן ניט ליב איבערזעצונגען פֿון מיזרח־אייראָ­פּעיִשע שפּראַכן, בפֿרט נאָך פֿון ווייניק־באַקאַנטע מחברים. אין דעם פּרט איז דער "נאָרטוועסטערן יוניווערסיטי פּרעס" אַ לאַנגע צײַט געווען אַ יוצא־מן־הכּלל, כאָטש לעצטנס, דאַכט זיך, האָט אויך דער דאָזיקער בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג פֿאַרלוירן דעם חשק צו אַזאַ מין ליטעראַטור. אָבער אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿצן־צוואַנ­ציק יאָר האָט דווקא דער פֿאַרלאַג שטאַרק באַרײַכערט די אַמעריקאַנער ליטע­ראַטור מיט זײַנע מוסטערהאַפֿטיקע פּוב­ליקאַציעס.

פּובליציסטיק
André Schiffrin. A Political Education: Coming of Age in Paris and New York (Hoboken: Mellville House, 2007)

דער אַמעריקאַנער פֿאַרלעגער אַנדרע שיפֿרין האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פּובליקאַציעס פֿון לינקע און ראַדיקאַלע דענקער, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען די עפֿנטלעכע מיינונג. שיפֿרין איז באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דער קאָמערציעלער פֿאַרלעגערישער גרויס־אינדוסטריע. ער האַלט פֿאַרלעגערײַ פֿאַר אַ מלאכה, וואָס ברענגט ניט קיין ריזיקע רווחים. אין 1990 האָט שיפֿרין געשאַפֿן זײַן אייגענעם פֿאַרלאַג, "פֿרי פּרעס", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָזט די גרויסע פֿאַרלעגערישע פֿירמע "פּאַנטעאָן", וואָס איז איבערגענומען געוואָרן דורך אַ גרויסן קאָנצערן. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע קוקט שיפֿרין צוריק אויף זײַנע קינדער־יאָרן אין פּאַריז, זײַן יוגנט אין אַמעריקע, און באַטראַכט זײַן רוסיש־ייִדישע ירושה.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מינהג פֿון דעם חסידישן עולה־רגל זײַן צום קבֿר פֿון רבי נחמן פֿון בראַסלעוו האָט אַ לאַנגע געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן גלײַך נאָך זײַן פּטירה אין 1810. די דאָזיקע טראַדיציע איז כּמעט איבערגעריסן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט טאָלערירט קיין שום עפֿנטלעכע אויסדרוקן פֿון רעליגיע. די נײַע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אויפֿקום פֿון גאָרבאַטשעווס "פּערעסטרויקע". אין 1985 האָט אַ קליינע גרופּע אַמעריקאַנער חסידים באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן דעם קבֿר. זינט דעמאָלט האַלט די צאָל מענטשן, וואָס קומען יעדן האַרבסט קיין אומאַן כּדי צו דאַווענען ראָש־השנה בײַם רביס קבֿר,

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דוד בערגעלסאָנס זון לעוו האָט זיך לעצטנס דערמאָנט אין זײַנע זכרונות, אַז זײַן פֿאָטער האָט באַזונדערס ליב געהאַט צוויי שרײַבער, אַנטאָן טשעכאָוו און גוסטאַוו פֿלאָבער. בערגעלסאָן פֿלעגט אָפֿט מאָל לייענען זייערע ווערק, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז "ליטעראַטור איז אַ מין מלאכה, אין וועלכער מען דאַרף זײַן געניט". אין זײַן אייגענעם שרײַבן האָט בערגעלסאָן תּמיד אָנגעהויבן מיט דער שטימונג, וואָס האָט באַפֿאַרבט די געשעענישן און געשטאַלטן אין דער מעשׂה׃ "מײַן גאַנצער ציל איז שוין נאָך דעם נאָר אַרויסצוגעבן אָט די שטימונג צוזאַמענגעבונדן מיטן לעבן און מיט די געשעענישן, וועלכע קומען פֿאָר אַרום אים און (אויב ס׳איז אַזוי מעגלעך צו זאָגן) אין אים".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Warszawska awangarda jidysz. Antologia tekstów pod redakciją Karoliny Szymaniak. Gdańsk: Słowo/obraz terytoria, 2006

דער ייִדישער אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן בלײַבט אַ פּאָפּולערע טעמע צווישן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור. דאָס איז געווען אַ מאָמענט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווען ייִדיש האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון די ד׳ אַמות פֿון דער שטעטל־טעמע און זיך אָפּגעגעבן מיט גרויסע "וועלט־פּראָבלעמען". דער עקספּערימענטאַלער גײַסט, פּאָליטישער ראַדיקאַליזם, דאָס זוכן נײַע פֿאָרמען אין ליטעראַטור און קונסט געפֿינט אַ שטאַרקן אָפּרוף בײַ הײַנטיקע פֿאָרשער, בפֿרט בײַ די יונגע. אָבער ניט געקוקט אויף אַלע פֿאָרשערישע דערגרייכונגען, האָבן מיר ביז לעצטנס ניט פֿאַרמאָגט קיין גוטע אַנטאָלאָגיע פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער אַוואַנגאַרד־תּקופֿה.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Roland Gruschka.
Übersetzungswissenschaftliche Aspekte von Mendel Lefin Satanowers Bibelübersetzungen. Hamburg: Buske, 2007.

בלויז צוויי פֿאַרלאַגן אין דער גאַנצער וועלט האָבן ספּעציעלע סעריעס פֿאַר פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש. "העלמוט בוסקע" אין האַמבורג פּובליקירט אַקאַדע­מישע מאָנאָגראַפֿיעס אויף דײַטש און "לעגענדע" אין אָקספֿאָרד אויף ענגליש. דאָס נײַע בוך, שוין דער 14טער באַנד אין דער סעריע "ייִדישע שטודיעס" פֿון "בוס­קע־פֿאַרלאַג", שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿונעם יונגן דײַטשישן ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס איז פֿאַר­טיידיקט געוואָרן אין דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿונעם הײַנריך הײַנע־אוני­ווערסיטעט אין דיסלדאָרף אין 2005.