- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן. פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג. באָריס פֿרעזינסקיס נאָמען איז גוט באַקאַנט אין דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זײַן טעמע איז די רוסישע קולטור־געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — בפֿרט, שרײַבער אין קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן סאַמע באַליבטסטער ליטעראַרישער זשאַנער איז זכרונות, וווּ ער זוכט פּרטים, וועלכע אַנטפּלעקן די צוזאַמענווירקונג צווישן דיכטונג און ווירקלעכקייט. פֿרעזינסקי האָט זיך קונה־שם געהאַט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון איליאַ ערענבורג און פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "סעראַפּיאָנס־ברידער", וואָס האָט געבליט אין די 1920ער יאָרן. דער סוף פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט גורם געווען אַ גרונטיקע רעוויזיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע. פֿון איין זייט, האָט מען אויפֿגעהערט צו האַלטן רוסלאַנד פֿאַרן צד־שכּנגד פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. די אידעאָלאָגישע אינטערעסן האָבן מער ניט קיין השפּעה אויף דעם, ווי מען נעמט אויף רוסלאַנד סײַ אויף דער, סײַ אויף יענער זײַט פֿונעם אַמאָליקן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. הײַנט צו טאָג זײַנען די ווערק פֿון די סאַמע אַנטיסאָוועטישע מערבֿדיקע היסטאָריקער צוטריטלעך אין רוסלאַנד אין רוסישע איבערזעצונגען, דער נײַער דור פֿאָרשערס פֿון ייִדיש באַקענט זיך מיט דער שפּראַך און קולטור אין קאָלעדזשעס, גראַדויִר־שולן און פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמן. די דאָזיקע סיסטעם האָט אירע מעלות און חסרונות. מען לערנט אַ ספּעציעלן מין כּלל־ייִדיש און מען באַקומט אַ בילד פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן לויט די השׂגות און דעם געשמאַק פֿון זייערע לערערס. נאַטירלעך, שפּילט דערבײַ אַ וויכיטקע ראָלע דער "צײַטגײַסט" און די אינטעלעקטועלע מאָדע פֿון אונדזער תּקופֿה. און דווקא דערין שטעקט אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַרן ייִדישן קולטורעלן המשך. "בלוט איז סײַ אַ סימבאָל און סײַ אַ מאַטעריעלע סובסטאַנץ", זאָגט פּראָפֿעסאָר דוד בייל אינעם אָנהייב פֿון זײַן פֿאָרשונג פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן ייִדן און בלוט. אָט די צוויי אַספּעקטן, דעם מעטאַפֿאָרישן און דעם בוכשטעבלעכן, זײַנען ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס בלוט צעטיילט און פֿאַראייניקט, עס האָט אַן אַבסטראַקטן מעטאַפֿיזישן און אַ קאָנקרעטן פֿיזישן מיין. עס שטייט צווישן לעבן און טויט, צווישן ייִדן און אומות־העולם, און צווישן קודש און חול. עס איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע שרײַבן אויף ייִדיש און די, וואָס שרײַבן בלע״ז "הויזן" צווישן זיך ניט איבעריקס גוט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט באַשריבן דעם חילוק צווישן "אונדז" און "זיי" קורץ און שאַרף׃ "מיר מוזן זיי געדענקען; זיי אונדז — נישט". לויט דער ייִדישיסטישער לאָגיק, איז וואָס ווײַטער פֿון ייִדיש (צומאָל איז מען כּולל העברעיִש אויך), אַלץ ווײַטער פֿון ייִדישקייט. דזשוליאַן לעווינסאָן הייבט אָן זײַן שטודיע פֿון דער אַמעריקאַניש־ייִדישער קולטור מיט דער קריטיק פֿון דעם באַגריף פֿון עצם־ייִדישקייט אין דער ייִדישער קולטור. דער אינטערעס צום שטעטל האַלט אין איין וואַקסן. אַלץ מער מענטשן, בפֿרט ווען זיי ווערן עלטער, ווילן זיך דערוויסן וועגן זייערע "וואָרצלען", וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון זייערע אָבֿות אין דער אַלטער היים. די נאַטור פֿון דער מענטשלעכער טבֿע איז אַזאַ, אַז אַן אינטערעס צום עבֿר ווערט אויפֿגעוועקט אין אַ מאָמענט, ווען קיין ממשותדיקע שפּורן פֿון דעם אַמאָליקן לעבן זײַנען שוין כּמעט נישטאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך זיי איז נאָך אַלץ לעבעדיק. ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט אין דער דײַטשיש־ייִדישער סבֿיבֿה אויפֿגעפֿלאַקערט אַ וויכּוח וועגן דעם אָרט פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער קולטור. די אַנטיסעמיטן, צווישן זיי דער קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער, האָבן לאַנג געטענהט, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט שעפֿעריש און קאָנען בלויז נאָכמאַכן, פֿאַרטײַטשן און פֿאַרשפּרייטן די "עכטע" קולטורעלע ווערטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דורך אַנדערע פֿעלקער. אַ סך ייִדן זײַנען מסכּים געווען מיט אַזאַ מיינונג, אָבער ניט מיטן פּסק־דין. דער שעפֿערישער כּוח־הדימיון פֿון די צוויי גרעסטע גאַליציאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אורי־צבֿי גרינבערג און ש.י. עגנון — האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם באָדן פֿון זייער היימלאַנד. דער באַגריף "סלאַווישע ערד" האָט פֿאַר זיי סײַ אַ קאָנקרעט־היסטאָרישן און סײַ אַן אַבסטראַקט־מעטאַפֿאָרישן באַטײַט, און אָט די צוויי באַטײַטן איז ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. אין תּוך גענומען, שטעלן זיי פֿאָר צוויי זײַטן פֿון איין מטבע, וואָס אין צווישן שטעקט דער קאָמפּליצירטער און צומאָל סתּירותדיקער שעפֿערישער מהות פֿונעם מחבר. טשערנאָוויץ קאָן מען מיט רעכט צוטיילן דעם טיטל פֿון דער שענסטער שטאָט אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. צום גרויסן טייל איז דאָס אַ פֿאַרדינסט פֿון דעם בירגערמײַסטער מיקאָלאַ פֿעדאָרטשוק. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט אויסגענוצט די פֿײַערונג פֿון דעם 600־יעריקן יובֿל ווי אַ גוטע געלעגנהייט דורכצופֿירן אַן אַרומנעמיקע רעסטאַווראַציע פֿון די געבײַדעס און גאַסן, כּדי אומצוקערן דער שטאָט דעם אַמאָליקן טעם. טשערנאָוויץ איז תּמיד געווען אַ מין יוצא־מן־הכּלל, אַ שטאָט מיט אַן אייגענעם פּנים און כאַראַקטער, וואָס פֿירט אַן אייגן לעבן און האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו די אַרומיקער סבֿיבֿות. צוליב וואָס דאַרף מען איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור? צו באַקענען די אומות־העולם מיט די אומבאַקאַנטע קולטורעלע אוצרות, אָדער צו אַנטפּלעקן די אייגענע קולטורעלע ירושה פֿאַר די ייִדן, וואָס קאָנען, נעבעך, ניט לייענען קיין ייִדיש? צי דאַרף די איבערזעצונג אָפּהיטן וואָס מער "ייִדישקייט", אָדער פֿאַרקערט, מע דאַרף צופּאַסן די איבערזעצונג צו די אַלגעמיינע באַגריפֿן און קענטענישן? וועלכע ווערק איז כּדאי איבערצוזעצן לכתּחילה, וועלכע שפּעטער, און וועלכע אפֿשר בכלל ניט? יעדער איבערזעצער פֿאַרענטפֿערט, אַזוי אָדער אַנדערש, אָט די און נאָך אַנדערע פֿראַגעס. |