פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
David Biale. Blood and Belief: 
The Circulation of a Symbol between Jews and Christians. Berkeley: University of California Press, 2008.
David Biale. Blood and Belief: The Circulation of a Symbol between Jews and Christians. Berkeley: University of California Press, 2008.

"בלוט איז סײַ אַ סימבאָל און סײַ אַ מאַטעריעלע סובסטאַנץ", זאָגט פּראָפֿעסאָר דוד בייל אינעם אָנהייב פֿון זײַן פֿאָרשונג פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן ייִדן און בלוט. אָט די צוויי אַספּעקטן, דעם מעטאַפֿאָרישן און דעם בוכשטעבלעכן, זײַנען ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס בלוט צעטיילט און פֿאַראייניקט, עס האָט אַן אַבסטראַקטן מעטאַפֿיזישן און אַ קאָנקרעטן פֿיזישן מיין. עס שטייט צווישן לעבן און טויט, צווישן ייִדן און אומות־העולם, און צווישן קודש און חול.

ביילס פֿאָרשונג ווערט געבויט כראָנאָלאָגיש, ממש פֿונעם תּנ״ך ביזן פּלמ״ח. ער הייבט אָן פֿון דער היסטאָריש־אַנטראָפּאָלאָגישן אַנאַליז פֿון פֿאַרשיידענע פּסוקים וועגן בלוט אין חומש און בײַ די נבֿיאים, בפֿרט וועגן די באַציִונגען צווישן בלוט און קדושה, ריינקייט און אומריינקייט. ער דערווײַזט, אַז הגם בלוט פֿאַרנעמט זייער אַ וויכטיק אָרט אין דער ייִדישער טראַדיציע, פֿעלט אַ קלאָרע דערקלערונג, וואָס איז דאָס אַזוינס פֿון דעם רעליגיעזן קוקווינקל. נאָך מער, שוין בײַ די נבֿיאים געפֿינט מען ספֿקות, אַז דווקא בלוט איז דער יסוד פֿון ייִדישן אַחדות ווי אַ פֿאָלק. אין דעם דאָזיקן מאָמענט, טענהט דוד בייל, הייבט זיך אָן אַ נײַע תּקופֿה, ווען פֿאַרשיידענע מעטאַפֿאָרישע זינען פֿונעם בלוט־באַגריף ווערן מער וויכטיק אין דער ייִדישער טראַדיציע, איידער דער בוכשטעבלעכער, פֿיזישער באַגריף.

די אידעע פֿונעם ברית, אַ בונד וואָס ווערט געשלאָסן דורך בלוט, איז צענטראַל סײַ פֿאַרן ייִדישן און סײַ פֿאַרן קריסטלעכן גלויבן, הגם יעדע טראַדיציע פֿאַרשטייט אים אויף איר אייגענעם אופֿן. פֿון אָט דעם חילוק וואַקסט אַרויס די טעאָלאָגישע און היסטאָרישע שפּאַנונג צווישן די ביידע רעליגיעס. היסטאָריש האָבן ייִדן ניט געהאַט קיין פּאָליטישע מאַכט אין דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט, אָבער אינעם רעליגיעזן זין האָבן זיי יאָ פֿאָרגעשטעלט אַ סכּנה אין די קריסטלעכע אויגן. אָט דאָס געפֿיל פֿון אומזיכערקייט לגבי ייִדן האָט גורם געווען כּלערליי זאַבאָבאָנעס, און בפֿרט דעם בלוט־בילבול — דעם גלויבן, אַז ייִדן ניצן דאָס בלוט פֿון קריסטן פֿאַר פֿאַרשידענע רעליגיעזע צוועקן, ווי למשל באַקן מצות. די דאָזיקע באַשולדיקונג האָט געפֿירט צו פּאָגראָמען און גירושים, וואָס זײַנען געוואָרן אַ "מוז־באַשטאַנדטייל פֿון דער קריסטלעכער פֿרומקייט" אין דער מיטל–עלטערלעכער תּקופֿה.

דער גלויבן, אַז בלוט פֿאַרמאָגט אַ מיסטישן כּוח, וואָס איז חוץ לדרך־הטבֿע, האָט באַקומען אַ נײַעם גילגול אין דער מאָדערנער תּקופֿה אין דער ראַסן–"וויסנשאַפֿט". די נירנבערגער געזעצן פֿון 1935 האָבן פֿאַרווערט אַלע סעקסועלע קאָנטאַקטן צווישן ייִדן און דײַטשן. לויט דער נאַציסטישער טעאָריע, האָט דאָס גורם געווען "ראַסן־שאַנדע", דאָס הייסט, דאָס "אָפּסמען" פֿון דעם "ריינעם" אַרישן בלוט דורך דעם "שמוציקן" ייִדישן. די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אויסגעמאָלט דעם ייִדן ווי אַ פּרימיטיוון בלוט־זויגער, און ווי אַ באַווײַז האָט זי געבראַכט דעם "באַרבאַרישן" מנהג פֿון שחיטה. ניט נאָר אויסגעשפּראָכענע אַנטיסעמיטן, נאָר אַפֿילו ליבעראַלע אינטעליגענטן ווי דער שרײַבער טאָמאַס מאַן האָבן חושד געוועּן די ייִדישע רעליגיע אין אַ ספּעציעלער "בלוטדורשטיקייט".

די נײַע "וויסנשאַפֿטלעכע" חקירות פֿון נאַציסטישע פֿאָרשער און אידעאָלאָגן האָבן זיך באַזירט אויף אַלטע מקורים, און אַזוי אַרום האָט דער בלוט־בילבול "געדינט ווי אַ מין בריק צווישן דעם מיטלאַלטערלעכן און מאָדערנעם אַנטיסעמיטיזם", דערקלערט דוד בייל. אויף דעם דאָזיקן יסוד איז אַרויסגעוואַקסן אַ נײַער מין "אַרישער" קריסטנטום, וואָס איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון "שעדלעכע" ייִדישע השפּעות, פּונקט ווי דאָס דײַטשישע פֿאָלק איז באַפֿרײַט פֿון ייִדישן בלוט.

די מעטאַפֿאָר פֿון בלוט פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, בפֿרט אין די ווערק פֿון אורי־צבֿי גרינבערג און איציק מאַנגער. צום באַדויערן, איז דער ליטעראַרישער אַספּעקט פֿאַרבליבן ניט דערפֿאָרשט אינעם בוך, ווײַל דער מחבר, ווי די מערהייט פֿון הײַנטיקע היסטאָריקער פֿון מערבֿ־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, האָט קנאַפּע קענטענישן אין דער ייִדישער ליטעראַטור און מוז זיך נעבעך פֿאַרלאָזן אויף סעקונדערע מקורים. אַזוי אַרום ווערן די נעמען פֿון מאַנגער, פּרץ און שלום־עליכם אַפֿילו ניט דערמאָנט אינעם בוך.

דער ניצלעכער איבערזיכט פֿון דוד בייל קאָן אויסגעברייטערט ווערן מיט דער הילף פֿון עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען. ווי עס באַווײַזן די לעצטע פּובליקאַציעס פֿון די פּעטערבורגער פֿאָרשער, בלײַבן די גלייבענישן אין ספּעציעלע באַציִונגען צווישן ייִדן און בלוט עד־היום גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין אוקראַיִנע. אינטערעסאַנט, וואָס אונטער "נאָרמאַלע" באַדינגונגען זײַנען די דאָזיקע גלייבענישן ניט גורם קיין שאַרפֿע קאָנפֿליקטן. די פֿאָרשונג פֿון אַלכּסנדר לוואָוו האָט דערוויזן, אַז אינעם טראַדיציאָנעלן שטעטל האָבן עקזיסטירט ספּעציעלע סאָציאַלע מעכאַניזמען, ווי אַזוי צו "קאָמפּענסירן" די פּאָטענציעלע סכּנה פֿון בלוט־בילבול פֿאַר ייִדן. הגם אַ סך קריסטן האַלטן אין איין גלויבן, אַז ייִדן ניצן יאָ בלוט פֿאַר באַקן מצות, זאָגן זיי זיך אַליין ניט אָפּ פֿון פֿאַרזוכן מצה, ווען ייִדן זײַנען זיי מכבד מיט איר פּסח. אַ סבֿרה, אַז דער פֿאַרשפּרייטער מינהג פֿון מכבד זײַן קריסלטעכע שכנים מיט מצה האָט וואָרצלען אין דער נויטווענדיקייט אונטערצוהאַלטן שלום אינעם שטעטל.

דוד ביילס פֿאָרשונג איז אַ וויכטיקער מוסטער פֿון אַ נײַער שיטה אין ייִדישע פֿאָרשונגען, וואָס איז אויסן ניט אַנטקעגנצושטעלן דאָס "רוחניות" און דאָס "גשמיות". דער גוף און דער גײַסט, פּראַקטיק און טעאָריע פֿאַרמאָגן דערבײַ אַ גלײַך חשיבֿות. צום באַדויערן, זײַנען די אָנהענגער פֿון דער דאָזיקער שיטה לרובֿ ניט גוט באַהאַוונט אין מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, און האָבן דערפֿאַר ניט קיין צוטריט צו מקורים אויף ייִדיש, וואָס קאָנען וואַרפֿן מער שײַן אויף זייער פֿאָרשונג.