- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש זײַנען הײַנטיקע טעג אַ זעלטנקייט, על־אחת־כּמה־וכּמה אין רוסלאַנד. דאָס נײַע זאַמלבוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, פֿון זיי זײַנען דרײַ אויף ייִדיש. דאָס בוך באַזירט זיך אויף די רעפֿעראַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין רוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. ווי אַ צוגאָב, באַקומט דער לייענער חיים ביידערס ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1961 ביז 1993. דער ייִדישער קיום אין רוסלאַנד הײַנט איז אַן ענין פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע וויכּוחים צווישן סאָציאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, פּאָליטאָלאָגן. זייערע אײַנדרוקן און אויספֿירן זײַנען סתּירותדיק׃ פֿון איין זײַט, זײַנען ייִדן די סאַמע פּריווילעגירטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט אינעם לאַנד. ייִדן געהערן צו אַלע בראַנזשעס פֿון דער רוסישער עליט. זיי זײַנען אין דער רעגירונג, קולטור, וויסנשאַפֿט, צווישן די רײַכסטע בירגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אָביעקטיווע דעמאָגראַפֿישע אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם רוסישן ייִדנטום ווי אַן עדה, זייער קליין. דער נאָמען פֿונעם רוסישן דיכטער סאָלאָמאָן באַרט (שלמה קאָפּעלמאַן) איז קוים באַקאַנט אַפֿילו צווישן די מומחים פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. קיינער ווייסט ניט, ווען און וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, און עס איז ניט באַקאַנט, מיט וואָס ער האָט זיך פֿאַרנומען ביזן יאָר 1918, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע. אויפֿן סמך פֿון אומדירעקטע ידיעות נעמט מען אָן, אַז פֿאַר דער רעוואָלוציע איז באַרט געווען רײַך און האָט ליב געהאַט די מאָדערנע רוסישע דיכטונג. דער שווייצער פּסיכאָלאָג און שרײַבער פּאַול פּאַרין (1916—2009), וואָס איז געשטאָרבן אין ציריך דעם 18טן מײַ, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך אין דער האַבסבורגער אימפּעריע. זײַן משפּחה איז געווען ניט קיין טיפּיש ייִדישע׃ זײַן פֿאָטער האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסן מאַיאָנטעק מיט אַ שלאָס אין סלאָוועניע, וווּ מען האָט געלעבט אויף אַן אַריסטאָקראַטישן שטייגער אַפֿילו נאָך דעם ווי די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן. די קינדער האָבן באַקומען אַ פּריוואַטע בילדונג אין דער היים, געשפּילט טעניס און געפֿאָרן אויף פּאָניס. דער שרײַבער אָלעג יוריעוו לאָזט זיך ניט דעפֿינירן אין קלאָרע און איינדײַטיקע באַגריפֿן. ער שטאַמט פֿון לענינגראַד און וווינט אין פֿראַנקפֿורט; ער שרײַבט לידער, פּיעסעס און פּראָזע אויף רוסיש, און ליטעראַרישע קריטיק אויף דײַטש; די טעמעס פֿון זײַנע דראַמאַטישע און פּראָזאַיִשע ווערק זײַנען אָפֿטמאָל ייִדישע, בעת זײַן פּאָעטישע שאַפֿונג געהערט צו דער ספּעציפֿישער פּעטערבורגער/לענינגראַדער שיטה פֿון מאָדערנער רוסישער דיכטונג. יוריעווס נײַער ראָמאַן איז אַרויס אין אַ בוכפֿאָרעם אין דײַטשלאַנד, בעת אין רוסלאַנד איז ער דערשינען בלויז אין אַ פֿאַרקירצטן צײַטשריפֿט־נוסח. דער נסתּרס סימבאָליסטישע ירושה געהערט צו די סאַמע פּאָפּולערע טיילן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַנע סודותדיקע מעשׂיות און לידער עפֿענען פֿאַרן פֿאָרשער אַ ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון פֿאַרשידענע פֿאַרטײַטשונגען, סײַ פֿון אינעווייניק, דורך אַנטפּלעקן דעם אינהאַלט פֿון סימבאָלן און אימאַזשן אינעם טעקסט גופֿא, סײַ פֿון דרויסן, דורך פֿאַרבינדן דעם טעקסט מיט די אומשטאַנדן פֿונעם מחברס לעבן און מיט דער היסטאָרישער סיטואַציע. די רעדאַקטאָרן פֿונעם זאַמלבוך מיטן פּראָוואָקאַטאָרישן טיטל "קולטור־פֿראָנט" דערקלערן זייער כּוונה אַזוי׃ "מיר האָבן בדעה מסביר צו זײַן די אַנטוויקלונג פֿון קולטורעלע פֿאָרמען און פֿונקציעס און זייערע באַטײַטן אין משך פֿון כּמעט פֿיר יאָרהונדערטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע". אין הסכּם מיטן דאָזיקן פּלאַן, עפֿנט זיך דאָס בוך מיטן אַרטיקל פֿון אָדם טעלער (חיפֿה) וועגן די ליטעראַרישע אָפּרופֿן אויף די גזירות תּ״ח־ותּ״ט און ענדיקט זיך מיט דזשעפֿרי שענדלערס (ניו־דזשויזי) באַהאַנדלונג פֿון פּראָפֿעסאָר יפֿה אליאַכס פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ מאָדעל־שטעטל אין ראשון־לציון. די ייִדישע אַקולטוראַציע אין אייראָפּע איז געגאַנגען אין דער ריכטונג פֿון די "הויכע" קולטורן פֿון די אַרומיקע אומות־העולם. ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון די מיטל־עלטערלעכע געטאָס אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי געוואָרן הייסע חסידים פֿון דער הויכער דײַטשישער קולטור. אין דער עסטרײַכישער גאַליציע איז דײַטש געוואָרן אַ נײַע "ייִדישע" שפּראַך, ווײַל דווקא די דײַטשישע קולטור האָט געעפֿנט די וויכטיקסטע טירן אין דער ברייטער וועלט. אין דער רוסישער אימפּעריע האָבן זיך די ייִדן גענומען לערנען רוסיש, אין פּוילן — פּויליש. אַזוי, לכל־-הפּחות, האָבן די קולטור־היסטאָריקער געהאַלטן ביז לעצטנס. דער באַגריף פֿון "קאָלעקטיוון זכּרון" שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אין די עפֿנטלעכע און טעאָרעטישע וויכּוחים אַרום די אַקטועלע ענינים פֿון פּאָליטיק און קולטור, בפֿרט אַרום דער פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַליזם. דער "קאָלעקטיווער זכּרון" נעמט אַרום אַ גאַנצע ריי פֿון פֿאַרשידענע גלויבענישן און פֿאָרשטעלונגען וועגן דעם עבֿר — צומאָל אמתע, צומאָל פֿאַלשע, וועלכע לעבן אינעווייניק פֿון דער אָדער יענער געזעלשאַפֿטלעכער גרופּע, רעליגיעזער עדה, אָדער נאַציע. אַזאַ מין זכּרון ווערט געפֿורעמט אין שול, אין דער משפּחה, אין רעליגיעזע אַנשטאַלטן, אין פּאָליטישע פּאַרטייען און קרײַזלעך. צווישן אַלע ייִדישע קלאַסיקער איז שלום־עליכם געווען דער סאַמע באַליבטער און דער סאַמע באַקאַנטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער סך־הכּלדיקער טיראַזש פֿון שלום־עליכמס ווערק אויף ייִדיש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן פֿון סאָוועטישע פֿעלקער, וואָס זײַנען אַרויס אין משך פֿון די יאָרן 1917—1946 איז געווען העכער פֿון פֿיר מיליאָן עקזעמפּלאַרן. נײַע קריטישע אָפּשאַצונגען און ליטעראַריש־היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון זײַן שאַפֿונג און לעבן פֿלעגן זיך רעגולער באַווײַזן אין דרוק זינט 1919, די דאָזיקע פּובליקאַציע איז אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט גאַנץ שטאַרק אין פֿאַרשידענע לייענערישע סבֿיבֿות. דאָס בוך איז כּולל דערציילונגען פֿון נײַן פֿרויען, וועלכע האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין דרײַ צענטערס פֿון דער ייִדישער וועלט׃ מיזרח־אייראָפּע, ארץ־ישׂראל און צפֿון־אַמעריקע. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ קאָלעקטיווער מי פֿון עטלעכע ליבהאָבערינס פֿונעם ייִדישן וואָרט אין וויניפּעג, קאַנאַדע, די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ווערט אָפֿטמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, די צײַט פֿון ירידה, ווען ייִדיש האָט שוין אָנגעוווירן זײַן שעפֿערישן כּוח. אָבער דווקא אין יענע יאָרן האָט זיך אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעהויבן אַ גאָר נײַע אַנטוויקלונג. צום ערשטן — און מין־הסתּם צום לעצטן מאָל אין דער געשיכטע — איז די ייִדישע קולטור געוואָרן אַרײַנגעוויקלט אינעם וועלט־פּאָליטישן געראַנגל צווישן די צוויי מעכטיקסטע מלוכות, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. |