- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מיט צוויי ריזיקע כוואַליעס פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. די רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער עמיגראַציע קיין אַמעריקע זײַנען שוין גוט באַקאַנט, ווײַל דווקא יענע כוואַליע האָט געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה אויפֿן אויספֿורעמען דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור. אָבער די לעצטע כוואַליע, דער עיקר, קיין ישׂראל, האָט נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקע היסטאָרישע אָפּשאַצונג. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, עפֿנדיק דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַזאַ פֿראַזע׃ "דער אָבי־וואַן קענאָבי פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דער ליטוויש־געבוירענער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף עמנואל לעווינאַס..." ווער איז געווען לעווינאַס, ווייס איך (הגם, איך וואָלט אים אָנגערופֿן אַ "ייִדישער פֿילאָסאָף", און געבוירן איז ער טאַקע אין דער רוסישער אימפּעריע, נאָר דאָס זײַנען קלייניקייטן) — אָבער ווער איז אָט דער חכם אָבי־וואַן קענאָבי, וואָס איז אַ סבֿרה בעסער באַקאַנט דעם לייענער פֿונעם Forward, איידער לעווינאַס? די טעטיקייט פֿון ייִדישע עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס און געזעלשאַפֿטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז לעצטנס געוואָרן אַ טעמע פֿון עטלעכע נײַע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. ברײַען האָרוויץ האָט געשריבן וועגן דער גרעסטער און עלטסטער רוסיש־ייִדישער וועלטלעכער אָרגאַניזאַצע, דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אויפֿקלערונג צווישן ייִדן"; יאַשע נעמצאָוו (פּאָטסדאַם) האָט געווידמעט עטלעכע פֿאָרשונגען דער טעטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק; באָריס סאַנדלערס דיכטערישע שטים טראָגט אין זיך יענע באַקאַנטע היימישע אינטאָנאַציע, וואָס מען דערקענט גלײַך אין זײַן פּראָזע. נאַטירלעך, קלינגט דאָס פּאָעטישע וואָרט אַנדערש ווי דאָס פּראָזאַיִשע, אָבער די עיקרדיקע עלעמענטן פֿון סאַנלדערס קינסטלערישער פּערזענלעכקייט זײַנען דאָ בפֿירוש די זעלביקע. זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון ברענגט צונויף פֿאַרשידענע וועלטן און תּקופֿות, און דער מהלך אין צײַט און אין רוים שפּילט דערבײַ ניט קיין ראָלע. דאָס נײַע בוך איז אַ פֿאַרקירצטע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע "די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע 1870—2000", וואָס איז דערשינען אין 1999 און 2002 בײַ דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס. דער ייִדישער לייענער, וואָס איז באַקאַנט מיט דעם אָריגינאַל, וועט דאָרטן ניט געפֿינען קיין נײַע זאַכן, אָבער פֿאַרן ענגלישן לייענער עפֿנט דאָס בוך אַ טיר אין אַ גאַנץ נײַער קולטורעלער וועלט. די קורצע און זאַכלעכע הקדמה פֿון פּראָפֿעסאָר מענדל־שלום גאָלדסמיט, דער רעדאַקטאָר פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, דינט ווי אַ וועגווײַזער, וואָס צייכנט אָן די הויפּט־וועגן אויף דער מאַפּע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אונטער דעם דאַך פֿונעם צענטער פֿאַר פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער ציוויליזאַציע "ספֿר" פֿאַרנעמען אין דער רוסיש־רעדנדיקער אַקאַדעמישער וועלט בערך אַזאַ אָרט ווי די יערלעכע קאָנפֿערענצן פֿון דער אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים. יעדן סוף יאַנואַר—אָנהייב פֿעברואַר (די וואַקאַציע־צײַט אין רוסישע אוניווערסיטעטן) קומען זיך אין מאָסקווע צונויף הונדערטער פֿאָרשער פֿון אַלע עקן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, כּדי צו טיילן זיך מיט די לעצטע פֿרוכטן פֿון זייער אַרבעט. ניט שלום אַשס ראָמאַן "בײַם אָפּגרונט" (1936) און ניט י. י. זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי" (1942) זײַנען געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. וועגן ביידע קאָן מען מיט רעכט איבערחזרן שמואל ניגערס מיינונג וועגן אַשס ראָמאַן׃ "ס׳איז אַ מאָנומענטאַל ווערק, איינע פֿון אַשס גרויסע דערגרייכונגען, אָבער טאַקע דערפֿאַר פֿאַרדריסט, וואָס ס׳איז ניט געשריבן געוואָרן בעסער, וואָס ס׳איז נישט ווי געהעריק רעדאַגירט געוואָרן און וואָס ס׳איז נישט געבויט געוואָרן לויט אַ מער גענויעם און מער קלאָרן פּלאַן." עטלעכע יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך ה. ד. נאָמבערג ביטער באַקלאָגט וועגן דעם געשמאַק פֿון די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, וואָס לעכצן נאָך "עכטער" ייִדישקייט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט "באָרד און פּאות, אַ פֿאַרקרימט פּנים פֿון יסורים, צעדולטע אויגן פֿון נאָך אַ פּאָגראָם." פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאָדערט מען "נישט אַנדערש ווי טיפֿע מיסטיק, פֿאַרגלאָצטע אויגן, גאָט, מלאכים, רביים און חסידים." יענע דײַטשישע ייִדן זײַנען שוין לאַנג נישטאָ, דער באַגריף אַליין "רוסיש ייִדנטום" — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע פּראָבלעם, וואָס נייטיקט זיך אין אַ פּרטימדיקער באַהאַנדלונג. צי גייט דאָ די רייד וועגן אַלע ייִדן, וואָס זײַנען געווען בירגער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אָדער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צי וועגן די, וואָס האַלטן די רוסישע שפּראַך און קולטור פֿאַר זייער אייגענער? צי איז דאָס אַ מין קולטורעלע אידענטיטעט, אַ היסטאָרישער גורל, אָדער אפֿשר אַ פּאָליטישע אָנגעהעריקייט? צי קאָן מען בכלל רעדן וועגן "רוסישע ייִדן" אַנשטאָט ליטוואַקעס, וואָלינער, גאַליציאַנער, אָדער גאָר גרוזינישע, בוכאַרישע ייִדן, קרימטשאַקעס אָדער באַרג־ייִדן? מײַקל שאַבאָן געהערט צו דעם יונגן דור פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, וואָס איז אַרויס אויף דער גרויסער ליטעראַרישער בינע נאָך אַזעלכע גדולים ווי שאָול בעלאָו, באַרנאַרד מאַלאַמוד און פֿיליפּ ראָט. דאָס זײַנען אייניקלעך און אוראייניקלעך פֿון אימיגראַנטן, און האָבן ניט געהאַט קיין דירעקטן קאָנטאַקט מיט דער קולטור פֿון דער "אַלטער היים". זיי האָבן באַקומען אַ גרונטיקע בילדונג אין גוטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און פֿילן זיך אײַנגעוואָרצלט אין דער וועלט פֿון ענגלישער שפּראַך און ליטעראַטור. גאַנץ אָפֿט קומט אויס צו הערן אַ דעה, אַז די גאַנצע סאָוועטישע תּקופֿה פֿון 1917 ביז 1991 איז געווען אַ גײַסטלעכער מדבר, וואָס שײַך די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. יעדער איינער, וואָס איז כאָטש אַ ביסעלע באַקאַנט מיט דעם ענין ווייסט, אַז אין די 1920ער און די 1930ער יאָרן האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאָגט אַן אַנטוויקלט נעצווערק פֿון ייִדישע פֿאָרשונג־אינסטיטוציעס און פּעדאַגאָגישע אַנשטאַלטן, וואָס האָבן געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן. |