קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַרק עפּשטיין, אַ פֿידלער

דער נאָמען פֿון דעם קינסטלער מאַרק עפּשטיין (1899—1949) פֿאַרנעמט נישט קיין חשובֿן אָרט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע; אָבער איצט קערט ער זיך אום קיין קיִעוו, דער שטאָט, וווּ ער האָט געשאַפֿן אַלע זײַנע וויכטיקע ווערק. די אויסשטעלונג "דער אומקער פֿונעם מײַסטער" אין דעם נאַציאָנאַלן קונסט־מוזיי פֿון אוקראַיִנע איז די ערשטע גרויסע עקספּאָזיציע, וואָס ווײַזט די ירושה פֿון אָט דעם אייגנאַרטיקן, אָבער פֿאַרגעסענעם מײַסטער פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד.

עפּשטיין איז געווען נישט בלויז אַ באַגאַבטער מאָלער, גראַפֿיקער און סקולפּטאָר, נאָר אויך אַן אַקטיווער געזעלשאַפֿטלעכער טוער. אין 1917 איז ער געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע", וווּ ער האָט געשאַפֿן די קונסט־סעקציע און אָרגאַניזירט די ערשטע אויסשטעלונגען פֿון ייִדישער קונסט. ער איז פֿאַרבליבן אין קיִעוו נאָך דעם, ווי די קיִעווער "קולטור־ליגע" איז אַריבער אונטער דער השגחה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און די באַרימטע קינסטלער און ליטעראַטן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט, כּדי צו זוכן גליקן אין מאָסקווע און אין אויסלאַנד. עפּשטיין האָט פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קונסט־אינדוסטריעלער שול (1923—1931), די איינציקע אינסטיטוציע, וואָס האָט ממשיך געווען די מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון ייִדישער קונסט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

David Assaf.
Untold Tales of Hasidim:
Crisis and Discontent
in the History of Hasidism.
Waltham, Mass:
Brandeis University Press, 2010



מעשׂיות וועגן נסים און ניפֿלאָות פֿון חסידישע רביים געהערן צו דעם סאַמע קערן פֿון חסידישער ליטעראַטור. איבערגעניצעוועט, פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט האָבן זיי אויך געדינט ווי אַ שטאָף פֿאַר דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. די מחברים, וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש, דײַטשיש און אַנדערע לשונות, האָבן צוגעפּאַסט די דאָזיקע מעשׂיות צו אידעיִשע השׂגות און עסטעטישן געשמאַק פֿון זייער סבֿיבֿה. דערבײַ האָט מען ניט זעלטן באַזײַטיקט און פֿאַרווייכערט יענע פּרטים, וואָס זײַנען געווען צו גראָב פֿאַרן מאָדערנעם לייענער.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס סאַנדלער

די מאָדערנע תּקופֿה אין ייִדישער פּראָזע הייבט זיך אָן מיט ישׂראל אַקסענפֿעלדס ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל "לויהאָיאָפּאָליע". דאָס איז אַן אָריגינעלער נעאָלאָגיזם פֿונעם מחבר, וואָס באַשטייט פֿון צוויי העברעיִשע ווערטער, "לא היה" (ניט געווען), און דעם סלאַווישן סופֿיקס "-פּאָליע", וואָס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין די געאָגראַפֿישע נעמען, בפֿרט אין פּאָדאָליע: "בעלאָפּאָליע", "קראַסנאָפּאָליע".

אַקסענפֿעלדס קינסטלערישע כּוונה איז געווען צו שאַפֿן אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון אַ שטעטל, וואָס איז אי אַלגעמיין, אי קאָנקרעט. לויהאָיאָפּאָליע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טיפּיש שטעטל אין פּאָדאָליע פֿון דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט אַרײַנגענומען אין זיך שטריכן פֿון פֿאַרשידענע רעאַלע שטעטלעך, און דערבײַ איז דאָס אַ ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיע. אַקסענפֿעלדס המצאה איז אַריבערגעגאַנגען בירושה צו די קלאַסיקער, מענדעלע און שלום־עליכם. די גילגולים פֿון לויהאָיאָפּאָלאָע הייסן גלופּסק און כּתרילעווקע. אַזוי ווי לויהאָיאָפּאָליע, זײַנען די נעמען סינטעטישע סימבאָלישע אימאַזשן פֿון ייִדישע שטעט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Gabriella Safran.
Wandering Soul:
The Dybbuk’s Creator, S. An-sky.
Harvard University Press, 2010.


פֿון אַלע ייִדישע ליטעראַטן איז ש. אַנ־סקי (שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863—1920) אפֿשר געווען די סאַמע פֿילזײַטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט געשריבן אויף רוסיש און ייִדיש און געפֿאָרשט ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, און דערבײַ איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אין דער ראַדיקאַלער רוסישער פּאָליטיק, געווען אַ ייִדישער עפֿנטלעכער טוער און האָט געהאָלפֿן ייִדישע קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַנ־סקי איז געווען אַן אייגענער אין גאָר פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, און האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע דאָקומענטאַלע און ליטעראַרישע ירושה, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן.

נאָך זײַן טויט, טיילווײַז אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד חיים זשיטלאָווסקי, האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַ מין קולט פֿון ש. אַנ־סקין, ווי אַ מוסטער פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט, וואָס האָט מקריבֿ געווען זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרן פֿאָלק. אָבער הײַנט־צו־טאָג געדענקט מען אים, דער עיקר, ווי דעם מחבר פֿונעם "דיבוק".

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויטאָ־פּאָרטרעט פֿון יצחק לעוויטאַן

יצחק לעוויטאַן (1860—1900) איז אפֿשר איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע קינסטלער. רעפּראָדוקציעס פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן באַגלייטן יעדעס קינד פֿון די סאַמע ערשטע שול יאָרן; מען זעט זיי אין לערנביכער פֿאַר רוסישער ליטעראַטור, אין קלאַסצימערן און צומאָל אין אָפֿיציעלע ביוראָען. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז לעוויטאַן האָט אין אַ געוויסן זין אַנטדעקט די רוסישע לאַנדשאַפֿט ווי אַן עסטעטישן און מאָלערישן יש.

אָבער דווקא די דאָזיקע ברייטע פּאָפּולערקייט, דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון לעוויטאַן אין דער רוסישער קולטור שטערט צו זען זײַן אָריגינעלקייט. לעוויטאַן איז פּשוט צו גוט באַקאַנט, מען זאָל קענען באַמערקן אין זײַנע ווערק עפּעס נײַס. אָבער ווען מען קוקט זיך צו צו זײַן לעבן און זײַן שאַפֿונג מיט מער אויפֿמערק, שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי פֿראַגעס, וועלכע ווערן קוים באַרירט אינעם אָפֿיציעלן נוסח פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
דן מירון

Dan Miron. From Continuity to Contiguity. Toward a New Jewish Literary Thinking. Stanford University Press, 2010.


דער באַגריף "ייִדישע ליטעראַטור" איז פֿולגעפּאַקט מיט אומקלאָרע און צומאָל סתּירותדיקע באַטײַטן. צי נעמט ער אַרײַן בלויז ליטעראַרישע ווערק אויף די ייִדישע שפּראַכן, אַזעלכע ווי ייִדיש, העברעיִש, לאַדינאָ און אפֿשר נאָך אַ פּאָר אַנדערע שפּראַכן און דיאַלעקטן, וואָס ייִדן האָבן געהאַלטן פֿאַר זייערע אין משך פֿון טויזנטער יאָרן? אָדער ס׳איז כּולל אַלץ, וואָס ייִדן האָבן אָנגעשריבן אויף וואָסער ניט איז שפּראַך? אָדער בלויז די ווערק, וואָס זײַנען טאַקע באַצוועקט געוואָרן פֿאַרן ייִדישן עולם? צי אפֿשר ווערט די "ייִדישקייט" באַשטימט טעמאַטיש? און לעצנטנס, איז די ייִדישע ליטעראַטור בכלל נאַציאָנאַל, לויטן שטייגער פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן, אַזעלכע ווי די ענגלישע, די פֿראַנצויזישע אָדער די רוסישע?

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וויקטאָר פּעלעווין.

אַנאַנאַסן־וואַסער
פֿאַר דער שיינער דאַמע.
מאָסקווע׃ "עקסמאָ", 2010


דער שרײַבער וויקטאָר פּעלעווין איז איינער פֿון די ווייניקע הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטן מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם, אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז ער אַ יוצא־דופֿן. פּעלעווין איז אַ געהיימניספֿולע פֿיגור. ער באַווײַזט זיך ניט אויף די עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען, גיט ניט קיין אינטערוויוען און זאָגט ניט אַרויס קיין מבֿינות וועגן פּאָליטישע אָדער קולטורעלע ענינים. פֿון דעסטוועגן, איז ער אפֿשר דער סאַמע שאַרפֿזיניקער אָבסערוואַטאָר און קריטיקער פֿונעם הײַנטיקן רוסישן לעבן. זײַנע ביכער שפּיגלען אָפּ די ווירקלעכקייט בעסער פֿון נײַעס־באַריכטן אָדער רעפּאָרטאַזשן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
האָואַרד דזשייקאָבסאָן און זײַן נײַער ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע"

Howard Jacobson.
The Finkler Question.
London: Bloomsbury, 2010


דער נאָמען פֿונעם ענגליש־ייִדישן שרײַבער האָואַרד דזשייקאָבסאָן איז עד־היום ניט ווײַט באַקאַנט, מחוץ ענגלאַנד. אָבער דער הײַיאָריקער דערפֿאָלג פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע" וועט אים אַוודאי מאַכן באַרימט אין דער ברייטער וועלט. דזשייקאָבסאָן איז איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטער פֿון דער ליטעראַרישער ענגלישער שפּראַך. ער איז שאַרפֿזיניק, איראָניש, אָבער דערבײַ ערנסט און צומאָל טרויעריק.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Transit und Transformation.
Osteuropäisch-jüdische Migranten in Berlin 1918-1939.
Verena Dohrn and Gertrud Pickan (eds.).
Göttingen: Wallstein, 2010



דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Anti-Jewish Violence:
Rethinking the Pogrom in East European History.
Edited by Jonathan Dekel-Chen,
David Gaunt, Natan M. Meir,
Israel Bartal.
Indiana Unviersity Press, 2010.


דאָס רוסישע וואָרט "פּאָגראָם" איז אַרײַן אין אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז דער ענין פֿון פּאָגראָמען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער רוסישער אימפּעריע געווען אַ הייסע טעמע אין דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג. מען איז געווען זיכער, אַז די פּאָגראָמען זײַנען געווען כּסדר אינספּירירט, אָרגאַניזירט און אויסגעפֿירט דורך דער צאַרישער רעגירונג, כּדי אָפּצוּווענדן דעם כּעס פֿונעם אָרעמען פּויערטום פֿון די קריסטלעכע פּריצים און קאַפּיטאַליסטן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Rebecca Kobrin.
Jewish Bialystok and Its Diaspora.
Bloomington: University of Indiana Press, 2010.


ביאַליסטאָק איז געווען אי אַ טיפּישע ייִדישע שטאָט אינעם רוסישן טייל פֿון פּוילן, אי אַ יחיד־במינו, אַן אייגנאַרטיקע דערשײַנונג צווישן אַנדערע ייִדישע שטעט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. מיט העכער ווי פֿופֿציק טויזנט ייִדישע תּושבֿים, וואָס האָבן באַטראָפֿן בערך דרײַ־פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט, איז ביאַליסטאָק געווען ענלעך צו באַרדיטשעוו.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Emunah Nachmany Gafny.
Dividing Hearts: The Removal of Jewish Children
from Gentile Families in Poland
in the Immediate Post-Holocaust Years. Jerusalem: Yad Vashem, 2009


Nahum Bogner. At the Mercy of Strangers: The Rescue of Jewish Children
with Assumed Identites in Poland.
Jerusalem: Yad Vashem, 2009.