ליטעראַטור
באָריס סאַנדלער
באָריס סאַנדלער

די מאָדערנע תּקופֿה אין ייִדישער פּראָזע הייבט זיך אָן מיט ישׂראל אַקסענפֿעלדס ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל "לויהאָיאָפּאָליע". דאָס איז אַן אָריגינעלער נעאָלאָגיזם פֿונעם מחבר, וואָס באַשטייט פֿון צוויי העברעיִשע ווערטער, "לא היה" (ניט געווען), און דעם סלאַווישן סופֿיקס "-פּאָליע", וואָס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין די געאָגראַפֿישע נעמען, בפֿרט אין פּאָדאָליע: "בעלאָפּאָליע", "קראַסנאָפּאָליע".

אַקסענפֿעלדס קינסטלערישע כּוונה איז געווען צו שאַפֿן אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון אַ שטעטל, וואָס איז אי אַלגעמיין, אי קאָנקרעט. לויהאָיאָפּאָליע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טיפּיש שטעטל אין פּאָדאָליע פֿון דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט אַרײַנגענומען אין זיך שטריכן פֿון פֿאַרשידענע רעאַלע שטעטלעך, און דערבײַ איז דאָס אַ ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיע. אַקסענפֿעלדס המצאה איז אַריבערגעגאַנגען בירושה צו די קלאַסיקער, מענדעלע און שלום־עליכם. די גילגולים פֿון לויהאָיאָפּאָלאָע הייסן גלופּסק און כּתרילעווקע. אַזוי ווי לויהאָיאָפּאָליע, זײַנען די נעמען סינטעטישע סימבאָלישע אימאַזשן פֿון ייִדישע שטעט.

דאָס איז דער ליטעראַרישער ייִחוס, אַזוי צו זאָגן, פֿונעם "טאַטנס" צד, פֿון באָריס סאַנדלערס נײַער נאָוועלע "קיינעמסדאָרף". פֿון "מאַמעס" צד שטאַמט דאָס דאָזיקע ווערק פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָר־טראַדיציע, בפֿרט פֿון די מעשׂיות וועגן כעלעמער חכמים. גענומען אין איינעם, באַקומען מיר אַ מעשׂה וועגן דעם שטעטל "קיינעמסדאָרף", וואָס געפֿינט זיך, אַ פּנים, ערגעץ "אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון אַריזאָנע". דאָס דאָזיקע שטעטל איז באַוווינט דורך מאָדנע באַשעפֿענישן, וועלכע רופֿן זיך "פֿראָע באַרגער פֿון קיינעמסדאָרף". זיי רעדן אַ שפּראַך, וואָס קלינגט ענלעך צו אַ ייִדיש, אַ ביסל אַרכאַיִש דײַטשמעריש, מיט שפּורן פֿון גאַליציאַנער אָדער בעסאַראַבישן דיאַלעקט. דאָס בוך איז כּלומרשט "באַזאָרגט" מיט אַ קורצן ווערטערבוך מיט אויסטײַטשונגען, הגם כּמעט אַלץ איז פֿאַרשטענדעלך סײַ ווי סײַ.

ווער זײַנען אָט די "פֿראָע באַרגער פֿון קיינעמסדאָרף"? פֿון איין זײַט, האָט זייער לעבנסשטייגער אַ געוויסן ייִדישן טעם, מיט "טאַקאַנעס" (קאָנסטיטוציע), "כאַכמאַרניע" (ראָטהויז), און "סייפֿעריִע" (אַרכיוו און ביבליאָטעק). אפֿשר שטאַמען זיי פֿון ייִדן, ווי אַ מין פֿאַרלוירענער שבֿט, וואָס לעבן שוין לאַנג אָפּגעריסן פֿון דער ייִדישער וועלט? אָדער, פֿאַרקערט — גרים, וועלכע האָבן איבערגענומען געוויסע מינהגים בײַ ייִדן, וועלכע האָּבן זיך אַ מאָל פֿאַרבלאָנדזשעט אין אַריזאָנע? וועגן דעם דערציילן זייערע לעגענדעס, וואָס האָבן, ווײַזט אויס, אַ דירעקטן שײַכות צו דעם דערציילער עדי האָפֿמאַן.

דער דערציילער פֿון דער מעשׂה איז אויך אַ באַקאַנטע פֿיגור אין ייִדישער ליטעראַטור. ער איז אַ קאָמיוואָיאַזשאָר (אָדער ווי מע רופֿט עס הײַנט, "האַנדלס-אַגענט"), וואָס פֿאָרט אַרום איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿאַרקויפֿט זײַן זעלטענע סחורה — "בריליאַנטן־פּראָשעק" קעגן וואַנצן. אַ באַרעדעוודיקער, ניט איבעריק קלוג אָדער מיט אַ חוצפּה — הקיצור, אַ טיפּ פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות, וואָס איז ניט קיין זעלטנקייט אינעם הײַנטיקן ברוקלין.

איז ער על־פּי־צופֿאַל אַרײַנגעפֿאַלן אין קיינעמסדאָרף, וווּ די היגע תּושבֿים האָבן אים אויפֿגענומען מיט גרויס דרך־ארץ ווי אַ חשובֿן גאַסט, דעם "ראָטע ליטוואַק".

עדי האָפֿמאַן גיט אונדז אַ פּרטימדיקן עטנאָגראַפֿישן באַריכט וועגן די מינהגים און לעבנס־שטייגער פֿון די קיינעמסדאָרפֿער תּושבֿים. זיי זײַנען גאַנץ קאָנסערוואַטיוו אין זייער וועלטבאַנעם, האַלטן זיך פֿעסט בײַ זייערע טראַדיציעס און האָבן אייגנאַרטיקע השׂגות וועגן דער אַרומיקער וועלט. מען דערמאָנט זיך ווידער אָן שלום־עליכמס "קליינע מענטשעלעך מיט קליינע השׂגות". און דערבײַ פֿאַרשטייט מען, אַז דאָס איז אַ משל מיט אַ נמשל — אָבער ווי אַזוי טײַטשט מען דאָס אויס, און וואָס איז דער מוסר־השׂכּל פֿון דער מעשׂה?

זינט דער קלאַסישער תּקופֿה און עד־היום ציט זיך אין דער ייִדישער ליטעראַטור די טראַדיציע פֿון סאַטירישער שפּיציקייט. מענדעלעס קריטיק פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט איז געווען אַזוי שאַרף, אַז אייניקע ליטעראַטן האָבן אים אַפֿילו חושד געווען אינעם הטא פֿון "אַליין־שׂינאה". אָבער מענדעלע האָט געפֿילט, אַז ער רעדט צו דעם אייגענעם עולם און קאָן זאָגן וואָס ער וויל און ווי ער וויל. אָבער ווען אַ ייִדישער מחבר שרײַבט אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך, איז ער געוויינטלעך מער אָפּגעהיט, ווײַל מען דאַרף האַלטן אין זינען "וואָס וועלן זאָגן די גויים".

אויף ייִדיש קאָן מען רעדן פֿרײַ וועגן אייגענע צרות און חסרונות, און דווקא דאָס איז אינטערעסאַנט אין סאַנדלערס נאָוועלע. קיינעמסדאָרף מיט זײַנע תּושבֿים לאָזט זיך אויסטײַטשן ווי אַ מין גלופּסק אָדער כעלם, אַ מעטאַפֿאָר פֿון "ייִדישער מלוכה". צום סוף פֿון דער נאָוועלע דערקלערט עדי האָפֿמאַן די מעלות פֿון לעבן אין קיינעמסדאָרף: "יעדער לעבט דאָ, ווי קיינער וואָלט אים נישט געזען און נישט געהערט, אָבער קאָן אָן אים זיך נישט באַגיין. דעריבער פֿירט מען זיך אויף פֿרײַ און אויפֿריכטיק; מע דאַרף נישט אויסבאַהאַלטן די געפֿילן און געדאַנקען, מע דאַרף נישט שמייכלען, ווען מען וויל נישט — וואָס מען טראָגט אויפֿן האַרצן און אין מוח, פֿאַרטרויט מען דעם צווייטן."

קיינעמסדאָרף איז אַ שטעטל, וווּ אַלע פֿילן זיך באַקוועם און היימיש, אַפֿילו די "אימיגראַנטן" ווי עדי, וואָס זײַנען געקומען פֿון דער "גרויסער" אַמעריקע. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז מען פֿילט זיך דאָרטן זיכער. מען האָט מורא פֿאַר דער גרויסער סכּנה, וואָס קומט פֿון דער דרויסנדיקער וועלט אין דער געשטאַלט פֿון די שרעקלעכע באַשעפֿענישן "שטרויעס אַפֿריקאַנאַס", וואָס קיינער פֿון די קיינעמסדאָרפֿער האָט קיין מאָל נישט געזען. כּדי צו פֿאַרטיידיקן דעם ייִשובֿ באַשליסט מען צו בויען אַ "וואַנטע". צי האָט מען שוין אַ מאָל געהערט אַזאַ מעשׂה? אפֿשר אין כעלם, אָדער ערגעץ וווּ אַנדערש...

אין זײַן נײַער נאָוועלע לעבט באָריס סאַנדלער אויף די טראַדיציע פֿון דער משׂכּילישער אַלעגאָרישער סאַטירע, און שמעלצט זי צונויף מיט די עלעמענטן פֿון פּאָסט־מאָדערניסטישער פֿאַנטאַזיע. די מעשׂה איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער דערבײַ איז זי גאַנץ הײַנטצײַטיק. זי איז ווײַט ניט גראָדליניק אידעאָלאָגיש: זי פֿאַרבעט דעם לייענער זיך אַרומצוקוקן און אַרײַנצוקוקן אין זיך אַליין. אפֿשר וווינען מיר אַלע אין אַ מין "קיינעמסדאָרף", וואָס מיר האָבן געירשנט פֿון אונדזערע אָבֿות און זיך אַרומגערינגלט מיט אַ וואַנט?

דאָס ערשטע קאַפּיטל פֿון "קיינעמסדאָרף", הייבט זיך אָן די וואָך אין "פֿאָרווערטס" אויף זײַט 12