קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַרק עפּשטיין, אַ פֿידלער
מאַרק עפּשטיין, אַ פֿידלער

דער נאָמען פֿון דעם קינסטלער מאַרק עפּשטיין (1899—1949) פֿאַרנעמט נישט קיין חשובֿן אָרט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע; אָבער איצט קערט ער זיך אום קיין קיִעוו, דער שטאָט, וווּ ער האָט געשאַפֿן אַלע זײַנע וויכטיקע ווערק. די אויסשטעלונג "דער אומקער פֿונעם מײַסטער" אין דעם נאַציאָנאַלן קונסט־מוזיי פֿון אוקראַיִנע איז די ערשטע גרויסע עקספּאָזיציע, וואָס ווײַזט די ירושה פֿון אָט דעם אייגנאַרטיקן, אָבער פֿאַרגעסענעם מײַסטער פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד.

עפּשטיין איז געווען נישט בלויז אַ באַגאַבטער מאָלער, גראַפֿיקער און סקולפּטאָר, נאָר אויך אַן אַקטיווער געזעלשאַפֿטלעכער טוער. אין 1917 איז ער געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע", וווּ ער האָט געשאַפֿן די קונסט־סעקציע און אָרגאַניזירט די ערשטע אויסשטעלונגען פֿון ייִדישער קונסט. ער איז פֿאַרבליבן אין קיִעוו נאָך דעם, ווי די קיִעווער "קולטור־ליגע" איז אַריבער אונטער דער השגחה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און די באַרימטע קינסטלער און ליטעראַטן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט, כּדי צו זוכן גליקן אין מאָסקווע און אין אויסלאַנד. עפּשטיין האָט פֿאַרנומען די שטעלע פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קונסט־אינדוסטריעלער שול (1923—1931), די איינציקע אינסטיטוציע, וואָס האָט ממשיך געווען די מאָדערניסטישע טראַדיציע פֿון ייִדישער קונסט.

אין די 1930ער יאָרן האָט עפּשטיין זיך אויפֿגעהערט צוצופּאַסן צו דעם נײַעם סאָציאַליסטיש־רעאַליסטישן צײַטגײַסט. נאָך דעם, ווי מען האָט אים שאַרף קריטיקירט פֿאַר פֿאָרמאַליזם, איז ער אַריבער קיין מאָסקווע און זיך מפֿרנס געווען מיט אויספֿאַרטיקן אָפֿיציעלע סאָוועטישע דענקמעלער. מע האַלט, אַז ווי אַ קינסטלער, האָט ער זיך אויסגעשעפּט. געשטאָרבן איז מאַרק עפּשטיין אין אָרעמקייט, און זײַן ירושה האָט מען איבערגעגעבן אין אַ קיִעווער מוזיי, וווּ זי איז טיילווײַז צעגנבֿעט געוואָרן.

עפּשטיין האָט געהערט צו דעם דור ייִדישע קינסטלער, וואָס האָט אַנטדעקט פֿאַר זיך די ייִדישע פֿאָלקסקונסט און האָט בדעה געהאַט זי צונויפֿשמעלצן מיט דעם אייראָפּעיִשן אַוואַנגאַרד, כּדי צו שאַפֿן אַ מאָדערנעם ייִדישן סטיל. אייניקע פֿון זײַנע אַמאָליקע קיִעווער קאָלעגעס זײַנען געוואָרן וועלט־באַרימט, אַזעלכע ווי מאַרק שאַגאַל און אליעזר ליסיצקי. אָבער עפּשטיין איז פֿאַרבליבן געטרײַ דעם שליחות פֿון דער "קולטור־ליגע" און איז געווען אויסן צו פֿאַרווירקלעכן זי אין לעבן אַפֿילו אונטער דעם סאָוועטישן קאָנטראָל. אין זײַן אייגענער קינסטלערישער אַנטוויקלונג האָט ער דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע שטופֿעס׃ אימפּרעסיאָניזם, קוביזם, קאָנסטרוקטיוויזם, פּרימיטיוויזם. ווי עס באַמערקט דער אוקראַיִנישער קונסט־היסטאָריקער סערגיי פּאַפּעטאַ, האָט עפּשטיינס סטיל דערגרייכט זײַן רײַפֿקייט און שלימות אין די סוף 1920ער יאָרן, ווען ער האָט אײַנגעזאַפּט אַלע השפּעות פֿון יענער צײַט.

עפּשטיינס גראַפֿישע ווערק פֿון אָט דער בלי־תּקופֿה קאָמבינירן די רעאַליסטישע פֿאָרשטעלונג פֿון מענטשלעכע געשטאַלטן מיט אַ שאַרפֿן אַנאַליטישן קוק. זײַנע העלדן זײַנען כּסדר פֿאַרטאָן אין פֿיזישער אַרבעט, צומאָל זײַנען זיי קינסטלער אָדער מוזיקער. עפּשטיין האָט אויפֿגעכאַפּט דעם היסטאָרישן ירידה־מאָמענט פֿונעם אַלטן לעבנס־שטייגער אין שטעטל און דעם אויפֿקום פֿונעם נײַעם סאָציאַלן טיפּ, דעם שטאָטישן ייִדישן אַרבעטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סעריע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע פּויערים, אַרבעטער, בעל־מלאכות שאַפֿן אַ קאָלעקטיוון אימאַזש פֿונעם סאָוועטישן "פּראָסטן ייִד" אין דער צײַט פֿון דעם גרויסן היסטאָרישן איבערבראָך אויף דער שוועל פֿון די 1930ער יאָרן. זײַנע פּערסאָנאַזשן זײַנען פֿול מיט גשמיות, זיי געהערן צו דער רויער נאַטור, אָבער דערבײַ שפּירט מען אַ געוויסע איראָניע אין דעם, ווי אַזוי דער קינסטלער באַטראַכט אָט דעם נײַעם טיפּ פֿונעם "ייִדישן מוזשיק".

אַלע לימודים אין דער קיִעווער שול האָט מען געפֿירט בלויז אויף ייִדיש. עפּשטיין האָט געפֿאָדערט פֿון זײַנע תּלמידים צו שאַפֿן אַזאַ מין ווערק, וואָס לאָזן גלײַך דערקענען, אַז "דאָס איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ ייִדן". ער איז פֿאַרבליבן אין זייער זכּרון ווי אַ שטרענגער דירעקטאָר, ניט קיין באַריידעוודיקער און אַ ביסל אומעטיקער מענטש. אין זײַנע קנאַפּע דרײַסיק יאָר האָט ער אויסגעזען ווי אַן עלטערער פֿאָטער, אָנגעטאָן פֿאָרמעל, לויט דער אייראָפּעיִשער מאָדע.

ער איז געבוירן געוואָרן ווי משה עפּשטיין אין באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, אין אַ משפּחה פֿון אַ שנײַדער. אין עטלעכע יאָר אַרום איז די משפּחה אַריבער קיין קיִעוו, און משה איז אַרײַן אין אַ קינסטלערישער שול. מע דערציילט, אַז ווען ער איז אַלט געווען קנאַפּע צען יאָר, האָט די מאַמע אים געשיקט ברענגען וואַסער פֿונעם ברונעם. ער האָט זיך פֿאַרהאַלטן אַ לאַנגע צײַט, און די מאַמע איז אַרויס אַ קוק טאָן, וואָס ער טוט. זי האָט אים דערזען מאַכן פֿון שניי אַ סקולפּטור פֿון לעוו טאָלסטוי. אַ ייִד, אַ פֿאָטאָגראַף, וואָס האָט געוווינט בשכנות, האָט געמאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דעם ייִנגל מיט זײַן סקולפּטור, וואָס מע האָט דערנאָך איבערגעגעבן אין טאָלסטויס מוזיי.

די דאָזיקע מעשׂה זאָגט עדות ניט נאָר וועגן עפּשטיינס טאַלאַנט און ליבע צו קונסט, נאָר אויך וועגן דעם טרויעריקן גורל פֿון זײַנע שאַפֿונגען. כּמעט אַלע סקולפּטור־ווערק זײַנע זײַנען פֿאַרבליבן בלויז אויף פֿאָטאָגראַפֿיעס, די אָריגינאַלן זײַנען צעשטערט אָדער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ווי אַ ייִדישער קינסטלער, האָט עפּשטיין ניט באַקומען קיין אָנערקענונג אין דער אָפֿיציעלער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. אָבער אויך די ייִדישע קונסט־היסטאָריקער האָבן ביז לעצטנס ניט געהאַט קיין סך אינטערעס צו דער דאָזיקער וויכטיקער פֿיגור, מסתּמא ווײַל זײַן וויזיע פֿון ייִדישער קונסט האָט זיך ניט צוגעפּאַסט צו זייערע השׂגות פֿון "ייִדישקייט". עס איז אויך סימפּטאָמאַטיש, אַז דווקא אין אוקראַיִנע האָט זיך הײַנט אויפֿגעוועקט אַ פֿרישער אינטערעס צו דער קיִעווער גרופּע ייִדישע קינסטלער. זייערע זוכענישן פֿון אַ נײַעם נאַציאָנאַלן סטיל לאָזן זיך פֿאַרשטיין און אָפּגעשאַצט ווערן דווקא אינעם קאָנצעפּטועלן גערעם פֿונעם אוקראַיִנישן מאָדערניזם, אויב מע פֿאַרשטייט אים אין אַ ברייטן זין. הײַנט האָבן זיך די אוקראַיִנער קריטיקער און קונסט־היסטאָריקער צוגעכאַפּט צו אָט דער ירושה ווי אַ באַשטאַנדטייל פֿון דער אַלגעמיינער קונסט־געשיכטע פֿון זייער לאַנד, וואָס העלפֿט צו פֿאַרברייטערן און פֿאַרטיפֿן דעם באַגריף פֿון אוקראַיִנישער קונסט. צום באַדויערן, עד־היום האָט נישט די הויפּט־שטראָמיקע ייִדישע קונסט־געשיכטע קיין גרויסן אינטערעס צו איר אייגענער ירושה.