|
פּאַול פּאַרין מיט זײַן פֿרוי גאָלדי |
|
דער שווייצער פּסיכאָלאָג און שרײַבער פּאַול פּאַרין (1916—2009), וואָס איז געשטאָרבן אין ציריך דעם 18טן מײַ, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך אין דער האַבסבורגער אימפּעריע. זײַן משפּחה איז געווען ניט קיין טיפּיש ייִדישע׃ זײַן פֿאָטער האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסן מאַיאָנטעק מיט אַ שלאָס אין סלאָוועניע, וווּ מען האָט געלעבט אויף אַן אַריסטאָקראַטישן שטייגער אַפֿילו נאָך דעם ווי די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן. די קינדער האָבן באַקומען אַ פּריוואַטע בילדונג אין דער היים, געשפּילט טעניס און געפֿאָרן אויף פּאָניס.
צו דעם עלטער פֿון 17 יאָר האָט זיך פּאַול פּאַרינען פֿאַרוואָלט צו גיין אין שול, כאָטש איין יאָר. דער טאַטע האָט פֿאַר אים אויסגעקליבן אַ גימנאַזיע אין דער עסטרײַכישער שטאָט גראַץ. דאָס איז געווען אין יאָר 1933, און אין דער שול האָט זיך געהאַלטן דער נײַער נאַציסטישער גײַסט.
דערפֿאַר, ווען פּאַול האָט געדאַרפֿט אויסקלײַבן אַ מלאָכה, האָט ער באַשלאָסן צו ווערן אַ כירורג. ער איז געווען זיכער, אַז עס קומט אַ נײַע וועלט־מלחמה, און האָט געוואָלט האָבן אַ ניצלעכע פּראָפֿעסיע. זײַן מעדיצינישע בילדונג האָט ער באַקומען אין זאַגרעב און זײַן מעדיצינישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן אין ציריך. די דערפֿאַרונג איז אים צו נוץ געקומען אין 1944, ווען ער איז פֿרײַוויליק אַוועק דינען בײַ די פּאַרטיזאַנען אין יוגאָסלאַוויע. אָבער ווען די פּאַרטיזאַנען האָבן אויסגעפֿורעמט די ערשטע קאָמוניסטישע רעגירונג מיט טיטאָ בראָש, האָט פּאַרין פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט ניט קיין אָרט אין דער נײַער געזעלשאַפֿט, און האָט זיך אומגעקערט קיין ציריך.
נאָך דער מלחמה האָט ער אָנגעהויבן אַ נײַע קאַריערע. ער האָט זיך אויסגעלערנט אויף אַ פּסיכאָ־אַנאַליטיקער און געעפֿנט אַן אייגענע פּראַקטיק אין ציריך. אָבער אין גיכן איז דאָס אים נימאס געוואָרן. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, גאָלדי, זײַנען זיי אַוועקגעפֿאָרן קיין מערבֿ־אַפֿריקע, כּדי צו שטודירן די אָרטיקע שבֿטים פֿונעם פּסיכאָ־אַנאַליטישן שטאַנדפּונקט. דווקא מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון די 1950ער—1960ער יאָרן האָט זיך פּאַרין קונה־שם געווען ווי דער גרינדער פֿונעם נײַעם וויסנשאַפֿטלעכן פֿעלד, עטנאָ־פּסיכאָאַנאַליז. ער האָט געטענהט, אַז די פּסיכאָ־אַנאַליטישע מאָדעלן פֿון פֿרויד און זײַנע תּלמידים זײַנען ניט אוניווערסאַל, ווײַל יעדע נאַציאָנאַלע קולטור האָט אירע אייגענע סימבאָלישע קאָדן פֿאַר אויסדריקן דאָס אונטערבאַוווּסטזײַן. פּאַרינס ביכער וועגן זײַן אַרבעט אין אַפֿריקע בלײַבן עד־היום פּאָפּולערע לעקטורן ניט נאָר בײַ ספּעציאַליסטן.
זײַן באַגריף פֿון פּסיכאָ־אַנאַליז איז גאַנץ אַנדערש פֿון דעם, וואָס מען פּראַקטיצירט הײַנט אין אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע. ער האַלט די פּסיכאָ־אַנאַליטישע טעאָריע פֿאַר אַ מעכטיקן מיטל פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער קריטיק׃ "אינעם וויסנשאַפֿטלעכן שטודירן דעם מענטש שטעקט אַ מעגלעכקייט אויסצופֿאָרשן די יסודות פֿון די קאַטאַסטראָפֿישע פּאָליטישע אַנטוויקלונגען". לויט פּאַרינס מיינונג, מוז אַ פּסיכאָ־אַנאַליטיקער אומבאַדינגט זײַן אַ פֿרעמדער אין דער סבֿיבֿה, וווּ ער אַרבעט. ער דאַרף ניט זײַן קיין מיטגליד פֿון אײַנגעפֿונדעוועטע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס אָדער סאָציאַלע גרופּעס. אין אַמעריקע, טענהט פּאַרין, האָט דער פּסיכאָ־אַנאַליז געמאַכט אַ פּשרה מיט די אָרטיקע באַדינגונגען.
די אימיגראַנטן, וואָס האָבן עקספּאָרטירט די פּסיכאָ־אַנאַליטישע מעטאָדיק פֿון מיטל־אייראָפּע, האָבן אַרויסגעוואָרפֿן דעם וויכטיקן סאָציאַל־קריטישן און פּאָליטישן עלעמענט פֿון זייער תּורה און זי איבערגעטײַטשט ווי אַ פּראַקטישע טעראַפּיע: "די טראַגעדיע פֿון דער מענטשלעכער נאַטור איז געוואָרן אַ פּאַטאָלאָגיע". דעם טיפֿערן קאָנפֿליקט צווישן דעם מענטש און זײַן סאָציאַלער סבֿיבֿה האָט מען איבערגעטײַטשט ווי אַ פּראָבלעם פֿון צופּאַסן זיך צו די "נאַטירלעכע" אַרומיקע באַדינגונגען. פֿאַר פּאַרינען, להיפּוך, איז פּסיכאָ־אַנאַליז תּמיד געווען אַ געווער אינעם געזעלשאַפֿטלעכן געראַנגל. איין מאָל האָט ער זיך מודה געווען׃ "פֿאַר מיר איז דער פּסיכאָ־אַנאַליז געווען אַ פֿאָרזעצונג פֿון דער פּאַרטיזאַנען־מלחמה, מיט אַנדערע מיטלען."
פּאַרינס פּאָפּולערקייט אין דער דײַטשיש־שפּראַכיקער וועלט האָט צו טאָן מיט זײַן אַקטיווער ליטעראַרישער טעטיקייט. אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט ער זיך גענומען צום שרײַבן זכרונות און בעלעטריסטיק, וואָס באַזירט זיך אויף זײַן רײַכער לעבנס־דערפֿאַרונג. זײַן ביאָגראַפֿיש שרײַבן שמעלצט צונויף אַ געשפּאַנטע האַנדלונג מיט אַנאַליטישע חקירות. ער דערציילט וועגן וויכטיקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון זײַן לעבן, און איינצײַטיק טײַטשט ער זיי אויס ווי אַן אַנאַליטיקער. זײַן קוק אויף דער געזעלשאַפֿט און אויף זיך אַליין איז תּמיד אַ קריטישער און אַ סקעפּטישער, און ער האַלט דאָס פֿאַר אַ ייִדישער אייגנשאַפֿט.
ווי אַ "מאָראַלישער אַנאַרכיסט", באַטראַכט פּאַרין אַלע פּאָליטישע געשעענישן פֿונעם פּערזענלעכן שטאַנדפּונקט, און אַנאַליזירט זיי ווי אַן אויסדרוק פֿון מענטשלעכע אונטערבאַוווּסטזיניקע קאָמפּלעקסן. געבוירן און אויפֿגעהאָדעוועט אין דער קאָסמאָפּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער אַלטער מיטל־אייראָפּע, איז ער געווען תּמיד סקעפּטיש לגבי נאַציאָנאַליזם ווי אַ פּאָליטישע און קולטורעלע אידעאָלאָגיע. אין די 1990ער יאָרן איז ער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע שאַרפֿזיניקע קאָמענטאַטאָרן פֿון די בלוטיקע קאָנפֿליקטן אין דער אַמאָליקער יוגאָסלאַוויע — דאָס לאַנד, וואָס ער האָט צוגעהאָלפֿן באַפֿרײַען פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע. אָבער ער איז געווען ניט ווייניקער קריטיש לגבי דער שווייצער קליין־שטעטלדיקער מענטאַליטעט.
פּאַול פּאַרין האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ליטעראַרישע ירושה, וואָס וועט נאָך לאַנג בלײַבן אַקטועל. זײַנע אַרטיקלען, רײַזע־ביכער, דערציילונגען און זכרונות העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין דעם אינערלעכן גאַנג פֿון דעם אייראָפּעיִשן לעבן אינעם 20סטן יאָרהונדערט. צוליב זײַן אָפּשטאַם האָט ער באַקומען ניט נאָר אַ גלענצנדיקע און פֿילזײַטיקע בילדונג, אָבער אויך אַן אוניקאַלן קוקווינקל אויף דער וועלט. ער איז אומעטום געווען אַ פֿרעמדער, און דווקא דאָס האָט אים דערמעגלעכט צו זען און פֿאַרשטיין די וועלט טיפֿער און שאַרפֿער, איידער די אָרטיקע תּושבֿים.