- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"In Celebration of David Bomberg", The Daniel Katz Gallery, 13 Old Bond St., London London Senses and Experiences — Ben Uri Gallery, London NW8 די "לאָנדאָנער שול" אין דער מאָדערנער ייִדישער קונסט איז ניט אַזוי באַקאַנט ווי די "שול פֿון פּאַריז", אָבער די צוויי אויסשטעלונגען, וועלכע קומען פֿאָר איצט אין לאָנדאָן, וועלן אפֿשר העלפֿן אויספֿילן דעם דאָזיקן בלויז. צווישן אַלע וועלט־פּאָליטיקער פֿונעם ערשטן ראַנג איז ווינסטאָן טשערטשיל געווען מן־הסתּם דער סאַמע פֿרײַנדלעכער צו ייִדן. אָן זײַן שטיצע וואָלט דעם ציוניסטישן פּראָיעקט געווען אַ סך שווערער צו פֿאַרווירקלעכן. ניט אַזוי בולט איז געווען זײַן סימפּאַטיע צו ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז תּמיד געווען אַ פֿאַרביסענער שׂונא פֿון היטלערס ראַסיסטישער פּאָליטיק, גרייט צו העלפֿן אירע ייִדישע קרבנות; דער אַטאַק פֿון 9/11 און די מלחמה אין איראַק האָבן גורם געווען אַ סך ענדערונגען אין אונדזער וועלטבאַנעם. זיי האָבן אויך אויפֿגעוועקט אַ פֿרישן אינטערעס אין דער געשיכטע און קולטור פֿון דער אַראַבישער וועלט. צווישן די טעמעס, וועלכע ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון זשורנאַליסטן, מעדיאַ און פֿאַרלעגער, איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה אין איראַק. ביז 1950 איז עס געווען איינע פֿון די עלטסטע און וויכטיקסטע ייִדישע קהילות אין דער וועלט. אירע היסטאָרישע וואָרצלען ליגן אין דער תּקופֿה פֿון גלות־בבֿל. צווישן די אַמאָליקע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור פֿאַרנעמט ווין אַ באַשיידן אָרט. אין משך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די הויפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר צענדליקער טויזנטער גאַליציאַנער ייִדן — פּליטים פֿון די מיזרחדיקע שטחים, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער פֿראָנט־זאָנע. זיי האָבן מיטגעבראַכט קיין ווין חסידישע מינהגים און די ייִדישע שפּראַך. אַ סך פֿון זיי האָבן נאָך דער מפּלה פֿון דער אימפּעריע ניט געקאָנט באַקומען די עסטרײַכישע בירגערשאַפֿט און זיך אומגעקערט צוריק קיין גאַליציע, וואָס איז צו יענער צײַט אַרײַן אין דער נײַער פּוילישער מלוכה. ש. אַנ־סקי (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863־1920) האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע אַרכיוואַלע ירושה, וואָס נעמט אַרײַן טויזנטער בריוו, טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען. אַנ־סקיס מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אין אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין מאָסקווע און פּעטערברוג, ירושלים און ניו־יאָרק. אָבער די גרעסטע און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטע קאָלעקציע פֿון זײַנע מאַטעריאַלן פֿאַרהיט זיך אין דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען אין קיִעוו. די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל כּמעט 1,500 אַרכיוו־איינסן, וועלכע זײַנען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעוו פֿון לענינגראַד נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט אין 1930. דאָס בוך "דאָס פּנים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום" איז אַ מוסטער פֿון אַ האַרמאָנישער מיטאַרבעט צווישן אַ שרײַבער און אַ קינסטלער. דער טעקסט און די בילדער "שמועסן" איינער מיטן אַנדערן, און צוזאַמען רעדן זיי צו דעם לייענער. אָנגעשריבן פֿונעם באַקאַנטן דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער אַרנאָלד צווײַג (1887—1968) און אילוסטרירט פֿון דעם חשובֿן דײַטשיש־ייִדשן מאָלער הערמאַן (חיים אַהרן) שטרוק (1876—1944), איז דאָס בוך אַ ליבע־דערקלערונג פֿון צוויי דײַטשישע ייִדן צו דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, וועלכן זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. צווישן אַ סך אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע און היסטאָרישע פּובליקאַציעס אין דער לעצטער רוסישער פּעריִאָדיק וואַרפֿן זיך אין די אויגן די אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן פֿון אַהרן שטיינבערגס פּריוואַטן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן אַרכיוו פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין ירושלים. די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווערן צוגעגרייט צום דרוק דורך דער פֿאָרשערין פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור נעלי פּאָרטנאָוואַ. זיי נעמען אַרײַן שטיינבערגס אינטימע קאָרעספּאָנדענץ, זכרונות, פֿראַגמענטן פֿון זײַנע טאָגביכער. דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער פּובליציסט און פּאָליטאָלאָג איתן פֿינקעלשטיין האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ ברייטן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿונעם רוסיש־ייִדישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. דאָס בוך איז באַוווינט מיט הונדערטער היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. ס׳רובֿ פֿון זיי באַווײַזן זיך בלויז אויף אַ פּאָר זײַטלעך און ווערן ווידער נעלם. דער מחבר אַליין דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן ווערק ווי אַ "מישמאַש־ראָמאַן", און דער דאָזיקער באַגריף פּאַסט זייער גוט צו דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום. דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קריטישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָוועטישער רעזשים איז געוואָרן מילדער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָריטאַרער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּעריאָדישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּובליקאַציעס, עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קולטורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך. די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ און דערנאָך אין מדינת־ישׂראל איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרשונג־טעמע. דאָס האָט צו טאָן אי מיט דעם װוּקס פֿונעם אינטערעס צו ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה בכלל, אי מיט דער רעװיזיע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און איר ראָלע בײַם פֿאָרמירן די מאָדערנע יישׂראלדיקע קולטור. דאָס בוך פֿון יעל חבֿר שטײט אין מיטן, צווישן אָט די צװײ טענדענצן. די פֿאָרשערין װײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם קולטורעלן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הגם דער דאָזיקער פֿאַקט איז געװען פֿאַרשװיגן דורך דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער היסטאָריאָגראַפֿיע. קיין געשטאַלט האָט ניט אַרויסגערופֿן אַזעלכע הייסע סיכסוכים און חילוקי־דעות אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, ווי די פֿיגור פֿון ישו הנוצרי. דער סאַמע באַרימטסטער סקאַנדאַל האָט אויסגעבראָכן אין "פֿאָרווערטס" נאָך דער ענגלישער פּובליקאַציע פֿון שלום אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת" אין 1938. פֿאַר דעם האָט אַש באַצאָלט מיט זײַן פֿאַרלאָזן דעם "פֿאָרווערטס", ווי דער ראָמאַניסט נומער איינס. |