Matthew Hoffman. From Rebel to Rabbi: Reclaiming Jesus and the Making of Modern Jewish Culture. Stanford University Press, 2007. |
קיין געשטאַלט האָט ניט אַרויסגערופֿן אַזעלכע הייסע סיכסוכים און חילוקי־דעות אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, ווי די פֿיגור פֿון ישו הנוצרי. דער סאַמע באַרימטסטער סקאַנדאַל האָט אויסגעבראָכן אין "פֿאָרווערטס" נאָך דער ענגלישער פּובליקאַציע פֿון שלום אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת" אין 1938. פֿאַר דעם האָט אַש באַצאָלט מיט זײַן פֿאַרלאָזן דעם "פֿאָרווערטס", ווי דער ראָמאַניסט נומער איינס. אָבער ניט געקוקט אויף איר סתּירותדיקן און פּראָוואָקאַטאָרישן כאַראַקטער, פֿאַרנעמט די געשטאַלט פֿון "אותו האיש", ווי פֿרומע ייִדן באַצייכענען צומאָל ישו הנוצרי, כּדי אויסצומײַדן אָנצורופֿן אים בײַם נאָמען, אַ צענטראַל אָרט אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור אויף העברעיִש און ייִדיש. חוץ שלום אַשן, האָבן די דאָזיקע טעמע באַרירט אַזעלצע באַקאַנטע שרײַבער ווי אורי־צבֿי גרינבערג, יוסף־חיים ברענער, אַ. אַ. קאַבאַק, דער קינסטלער מאַרק שאַגאַל, און אַנדערע.
די נײַע פֿאָרשונג פֿון מעטיו האָפֿמאַן איז דער ערשטער פּרוּוו צו באַהאַנדלען די יעזוס־געשטאַלט אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור אויף אַ סיסטעמאַטישן אופֿן. דאָס בוך הייבט זיך אָן פֿון אַן אַרומנעמיקער היסטאָריש־טעאָלאָגישער רעוויזיע פֿון די עיקרים פֿון דער ייִדישער אמונה, וואָס איז אונטערגענומען געוואָרן אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע אין די קרײַזן פֿון ייִדישע רעפֿאָרמיסטן. זיי האָבן געלאָזט אין גאַנג דעם פּראָצעס פֿון "פֿאַרייִדישן" יעזוסן, וואָס האָט געהאַט אַ טאָפּלטן צוועק. פֿון איין זײַט, האָט מען בדעה געהאַט צו דערנענטערן די ייִדן צו דער קריסטלעכער ציוויליזאַציע, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען געוואָלט דעמאָנען די קריסטן, אַז דער גרינדער פֿון זייער גלויבן איז געווען אַ ייִד.
אין די ווײַטערדיקע קאַפּיטלען רוקט זיך איבער דער פֿאָקוס פֿון דער פֿאָרשונג צו דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער קולטור. צוערשט, אַנאַליזירט האָפֿמאַן דעם וויכּוח וועגן דער "צלם־פֿראַגע" צווישן חיים זשיטלאָווסקין און ש. אַנ־סקין אויף די זײַטן פֿון דער ניו־יאָרקער צײַטשריפֿט "דאָס נײַע לעבן" אין 1909. דער סיכסוך האָט זיך אָנגעהויבן פֿון זשיטלאָווסקיס רעצענזיע אויף אַשס נאָוועלע "אין אַ קאַרניוואַל נאַכט", וואָס אידענטיפֿיצירט די געשטאַלט פֿון יעזוסן מיט ייִדישע קרבנות פֿון קריסטלעכע רדיפֿות. אָבער אין תּוך איז עס געגאַנגען ניט אין ליטעראַטור נאָר אין די גרענעצן פֿון דעם ייִדישן מהות. זשיטלאָווסקי האָט געטענהט, אַז די מאָדערנע ייִדן דאַרפֿן ענדערן זייער נעגאַטיווע באַציִונג צו קריסטנטום, בעת אַנ־סקי האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז די ייִדן דאַרפֿן האַלטן זיך ווײַט פֿון אַזעלכע רעפֿאָרמעס. אינטערעסאַנט, וואָס ביידע מחברים זײַנען אַליין געווען ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערן און גאַנץ ווײַט פֿון וואָסער ניט איז פֿרומקייט.
די געשטאַלט פֿון דעם ייִדישן ישו האָט עטלעכע אַספּעקטן. יעדער מאָדערנער שרײַבער אָדער קינסטלער האָט אויסגעקליבן פֿאַר זיך דאָס, וואָס איז בעסער צוגעפּאַסט צו זײַנע אייגענע געדאַנקען און שטימונגען. פֿאַר זשיטלאָווסקין איז ישו געווען אַ נבֿיא פֿון דער סאָציאַלער עטיק, אַן עלטער־זיידע פֿון דעם מאָדערנעם סאָציאַליזם; אַש האָט אויסגעמאָלט דעם "מאַן פֿון נצרת", ווי אַן אוראַלטן חסידישן צדיק, בעת פֿאַר אַזעלכע עקספּרעסיאָניסטישע דיכטער ווי גרינבערג, פּרץ מאַרקיש און זלמן שניאור, איז די יעזוס־געשטאַלט געווען אַ סימבאָלישער פּראָטאָטיפּ פֿון ייִדישער מאַרטירערשאַפֿט "על־קידוש־השם". זיי האָבן אָפּגעטיילט דעם ייִדישן מאַרטיר ישו הנוצרי פֿון דעם קריסטלעכן יעזוס קריסטוס, דעם גרינדער פֿון דער אַנטיסעמיטישער קריסטלעכער קירך.
די קריטיק פֿון דער ייִדישער "קריסטאָלאָגיע" מצד די פֿרומע און ניט־פֿרומע אָפּאָנענטן האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט דעם עסטעטישן אָדער היסטאָרישן צד פֿון דעם ענין. דער עיקר, איז מען געווען חושד, אַז הינטער דעם אינטערעס צו דער היסטאָרישער אָדער לעגענדאַרער ישו־געשטאַלט פֿאַרבאַהאַלט זיך אַ געהיימע פּראָפּאַגאַנדע פֿון קריסטנטום. די נעגאַטיווע שטימונג לגבי דער גאַנצער קריסטלעכער ציוויליזאַציע איז געוואָרן בולטער ערבֿ דעם חורבן. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט אויסגעדריקט די דאָזיקע פּאָזיציע אין זײַן ליד "אַ גוטע נאַכט, וועלט": "נעמט די יעזוסמאַרקסעס, ווערגט זיך מיט זייער מוט". צום שלוס פֿון זײַן שטודיע, באַמערקט האָפֿמאַן, אַז נאָך דער מלחמה איז דער פֿאָקוס פֿון ייִדישע וויכּוחים וועגן קריסטנטום אַריבער אין דעם תּחום פֿון היסטאָרישער און פֿילאָלאָגישער וויסנשאַפֿט און אַוועק פֿון דער קינסטלערישער שאַפֿונג.
האָפֿמאַנס טעזיס, אַז דער ענין ישו און קריסטנטום האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן מאָדערניזם, וועט האָבן אַ גרויסע השפּעה אויף די צוקונפֿטיקע קאָנצעפּציעס פֿון ייִדישער קולטור. דאָס בוך באַגרענעצט זיך מיט דער ייִדישער קולטורעלער און אידעאָלאָגישער סבֿיבֿה און באַהאַנדלט ניט די פֿראַגע פֿון דרויסנדיקע השפּעות, ווי עס געהער צו זײַן. מען קאָן בקיצור אָפּמערקטן בלויז עטלעכע אַזעלכע פֿאַלן, וועלכע האָבן צו טאָן מיט דער מיטצײַטלערישער רוסישער קולטור. די "גאָט־זוכערישע"־באַוועגונג אין דער סבֿיבֿה פֿון דער לינקער רוסישער אינטעליגענץ האָט געלאָזט אַ שטעמפּל אויף די פּאָזיציעס סײַ פֿון אַנ־סקי און סײַ פֿון זשיטלאָווסקי אין זייער סיכסוך אַרום דער "צלם־פֿראַגע"; לעאָניד אַנדרעעווס מעשׂיות האָבן געהאַט אַ השפּעה סײַ אויף ל. שאַפּיראָ און סײַ אויף ברענערן, בעת אַנדרעעווס ראַדיקאַלע רעוויזיע פֿון דעם יעוואַנגעליזם האָט באַווירקט די ייִדישע עקספּרעסיאָניסטן. און מען טאָר אַוודאי ניט פֿאַרגעסן אין אַזעלכע חשובֿע לערער פֿון דעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם, ווי דאָסטאָיעווסקי און ניטשע (וואָס זשיטלאָווסקי האָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש). אָבער דאָס איז שוין אַ טעמע פֿאַר ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען.