פֿונעם פֿילם "דאָס ייִדישע גליק", 1926 |
דער טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס האַלט אין איין ענדערן אונדזערע באַגריפֿן ניט נאָר פֿונעם הײַנט און מאָרגן, אָבער אויך פֿונעם עבֿר. הײַנט קאָן מען ניט נאָר לייענען אַלטע ייִדישע ביכער אויף דער אינטערנעץ (אַ דאַנק דער פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט־ און שטאָט־ביבליאָטעק), אָבער אויך באַשטעלן (אינעם ייִדישן פֿילם־צענטער בײַם ברײַנדײַס־אוניווערסיטעט) אַלטע ייִדישע פֿילמען, און צווישן זיי אַזעלכע מײַסטערווערק ווי "בעניאַ קריק" און "דאָס ייִדישע גליק". ביידע שטומע פֿילמען זײַנען אַרויס אַרום 1926, ווען די פּרינציפּן פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם" זײַנען נאָך ניט געוואָרן אָנגענומען ווי די געזעצן פֿון דער סאָוועטישער קונסט. אין די דאָזיקע פֿילמען האָבן זיך באַטייליקט די סאַמע שטערן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור׃ דער שרײַבער איסאַק באַבעל, דער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, דער רעזשיסאָר אַלעקסיי גראַנאָווסקי, דער קינסטלער נתן אַלטמאַן.
דער גורל פֿון אָט די צוויי מײַסטערווערק פֿונעם סאָוועטישן קינעמאַטאָגראַף איז געווען אַ פֿאַרשידענער. "בעניאַ קריק" איז אַראָפּגענומען געוואָרן פֿונעם עקראַן גלײַך נאָך דעם אַרויסלאָז, לויט דעם פּערזענלעכן באַפֿעל פֿונעם פּאַרטיי־פֿירער פֿון אוקראַיִנע, לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש. מען דערציילט, אַז קאַגאַנאָוויטש האָט געזען דעם פֿילם אין כאַרקאָוו און גלײַך אַרויסגעזאָגט זײַן פּסק׃ "ראָמאַנטיזירונג פֿון באַנדיטיזם". די גאַנצע פּראָדוקציע־געשיכטע פֿון "בעניאַ קריק" איז געווען פֿאַרפּלאָנטערט. אַ פּנים, האָט דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם לכתּחילה געדאַרפֿט זײַן סערגיי אײַזענשטיין, אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה האָט באַבעל איבערגעגעבן זײַן סצענאַר דער אָדעסער קינאָ־סטודיע, וועלכע האָט באַשטעלט וולאַדימיר ווילנערן פֿאַרן רעזשיסאָר. אַנשטאָט "בעניאַ קריק", האָט אײַזענשטיין אויפֿגעפֿירט אַן אַנדערן פֿילם, וואָס האָט אים געמאַכט וועלט־באַרימט׃ "די פּאַנצערשיף 'פּאָטעמקין’". צוערשט האָט אײַזענשטיין אַפֿילו געהאַט אין זינען צו מאַכן ביידע פֿילמען איינצײַטיק, אָבער דער דאָזיקער פּלאַן איז ניט מקוים געוואָרן.
איסאַק באַבעל האָט אָנגעשריבן דעם סצענאַר אויפֿן סמך פֿון זײַנע "אָדעסער דערציילונגען". אָבער אין דעם פֿילם האָט ער געדאַרפֿט לייזן אַ קאָמפּליצירטע קינסטלערישע און אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. פֿון איין זײַט, איז זײַן העלד, דער אָדעסער גזלן בעניאַ קריק, געווען אַ נעגאַטיווער פּאַרשוין. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרמאָגט בעניאַ אַ סך חן, וואָס מאַכט אים באַליבט בײַ די לייענער און צושויער. אָבער בעניאַס חן שטעקט, קודם־כּל, אין זײַן באַזונדערן אָדעסער זשאַרגאָן — אַזאַ געמיש פֿון רוסיש, אוקראַיִניש און ייִדיש. ווי אַזוי קאָן מען דאָס איבערגעבן אין אַ שטומען פֿילם? חוץ דעם, האָט דער פֿילם געדאַרפֿט ווײַזן דעם סאָוועטישן עולם, אַז די רעוואָלוציע האָט געמאַכט אַ סוף צו דער אָדעסער אונטערוועלט. אַנדערש באַקומט זיך, אַז דער וווילער יאַט בעניאַ פֿאַלט אַ קרבן פֿון דער רעוואָלוציע. להיפּוך צו באַבעלס "אָדעסער דערציילונגען", וועלכע קומען פֿאָר פֿאַר דער רעוואָלוציע, איז די האַנדלונג פֿונעם פֿילם אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין סאַמע ברען פֿון רעוואָלוציע־יאָרן. בעניאַ און זײַן כאַליאַסטרע האָבן זיך געפֿילט גאַנץ היימיש מיט דער אַלטער מאַכט. זיי האָבן געקאָנט אָפּנאַרן די צאַרישע פּאָליציי, אָבער די סאָוועטישע "טשע־קאַ", די באָלשעוויסטישע געהיים־פּאָליציי, איז געווען גאָר אַן אַנדערע באַשעפֿעניש. איז בעניאַ געפֿאַלן אויף אַ המצאה׃ צו פֿאַרוואַנדלען זײַן כאַליאַסטרע אין אַ "רעוואָלוציאָנערן פּאָלק" און אונטער דער רויטער פֿאָן צו באַראַבעווען רײַכע בעלי־בתּים. אָבער מען טאָר ניט אָפּנאַרן די סאָוועטישע מאַכט. בײַם סוף פֿונעם פֿילם ווערט בעניאַ געכאַפּט און דערשאָסן דורך דעם "טשע־קאַ".
אין דעם יסוד פֿון אָט דעם סיפּור־המעשׂה ליגט די רעאַלע געשיכטע פֿונעם באַקאַנטן אָדעסער באַנדיט מישקע־יאַפּאָנטשיק (משה וויניצקי), וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין דער רעוואָלוציע אין אָדעס און געהאָלפֿן אויפֿשטעלן די סאָוועטישע מאַכט. אַזוי ווי בעניאַ קריק, האָט מישקע־יאַפּאָנטשיק פֿאָרמירט אַ מיליטערישע בריגאַדע פֿון זײַנע וווילע יאַטן, וועלכע איז אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון דער אַנאַרכיסטישער באַוועגונג. די דאָזיקע געשיכטע איז באַקאַנט אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער שרײַבער ב. עפּלבוים, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און רעוואָלוציע אין אָדעס, וווּ ער האָט אַ צײַט געדינט ווי אַ סעקרעטאַר בײַ ש. י. אַבראַמאָוויטש, האָט אין 1923 (כּמעט צוויי יאָר פֿאַר באַבעלס "אָדעסער דערציילונגען") פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַרשע זײַן ראָמאַן "אויפֿברויז" וועגן די רעוואָלוציע־יאָרן אין אָדעס, מיט מישקע־יאַפּאָנטשיק, ווי דער הויפּט־העלד. מיט אַ יאָר שפּעטער איז דער דאָזיקער ראָמאַן אַרויס אין המשכים אין דעם ניו־יאָרקער "מאָרגען־זשורנאַל" אונטער דעם טיטל "מישקע־יאַפּאָנטשיק — פֿון דער שטורמישער רעוואָלוציע־צײַט אין דרום־רוסלאַנד". עפּלבוימס בוך געהערט צו די סאַמע ערשטע ייִדישע ראָמאַנען וועגן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע.
נאָך קאַגאַנאָוויטשעס קריטיק פֿון דעם פֿילם האָט באַבעל געמוזט זיך שלאָגן על־חטא. ער האָט געטענהט, אַז די קינאָ־סטודיע האָט פֿאַלש אויסגעטײַטשט זײַן קינסטלערישע כּוונה. דעם פֿילם גופֿא האָט ער געהאַלטן פֿאַר "גאָר אַ שלעכטן". אַזוי אַרום איז "בעניאַ קריק" געוואָרן דער ערשטער — און דער לעצטער — פּאָרטרעט פֿון אַ "ראָמאַנטישן גזלן" אין דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אין די שפּעטערע יאָרן האָט מען שוין פֿאָרגעשטעלט אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי למשל, דעם אַנדערן באַנדיט גריגאָרי קאָטאָווסקין, ווי באַוווּסטזיניקע באָלשעוויקעס.
"דאָס ייִדישע גליק" איז פֿאַרבליבן דער איינציקער מוסטער פֿון דער מיטאַרבעט צווישן אַלעקסיי גראַנאָווסקין, דער ערשטער רעזשיסאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער, און דעם געניאַלן אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, וועלכער האָט איבערגענומען די לייצעס פֿון דער טעאַטער־פֿאַרוואַלטונג נאָך גראַנאָווסקיס עמיגראַציע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם באַזירט זיך אויף שלום־עליכמס סעריע "מנחם־מענדל", וואָס איז צוגעפּאַסט געוואָרן פֿאַרן קינעמאַטאָגראַף. אין תּוך גענומען, האָט מען אינעם פֿילם אויסגענוצט בלויז צוויי עפּיזאָדן, אין וועלכע מנחם־מענדל פּרוּווט אויס זײַן מזל ווי אַ שדכן און ווי אַ סטראַכיר־אַגענט. אָבער דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אינעם פֿילם קומט דווקא ניט פֿון שלום־עליכמען. דער אַוואַנטורישער סיפּור־המעשׂה האָט דערמעגלעכט גראַנאָווסקין און מיכאָעלסן צו מאַכן דרייסטע קינסטלערישע עקספּערימענטן אין דעם סטיל פֿון אַוואַנגאַרד, צונויפֿמישנדיק דעם רעאַליסטישן שטעטל־שטייגער (אינעם פֿילם זעט מען, למשל, אַ זעלטענע פּאַנאָראַמע פֿון דעם אַלטן) מיט קאָנסטרוקטיוויסטישע קאָמפּאָזיציעס און געשטאַלטן. דער פֿילם האָט אַ פּרעכטיקע "מעשׂה אין אַ מעשׂה", מנחם־מענדלס חלום וועגן זײַן וועלט־דערפֿאָלג אויפֿן פֿעלד פֿון שדכנות־געשעפֿט, וואָס ליפֿערט כּלות פֿון בערדיטשעוו קיין אַמעריקע דורך אָדעס. דאָ זעט מען בפֿירוש אַ פֿרוידיאַנישע אויסטײַטשונג פֿון שלום־עליכמס טעקסט. אין אונטערשיד צו "בעניאַ קריק", האָט "דאָס ייִדישע מזל" אויסגענומען סײַ בײַ דער סאָוועטישער קריטיק און סײַ בײַם ברייטן עולם. מן־הסתּם, האָט דאָס צו טאָן מיט דעם, וואָס דער פֿילם באַרירט ניט קיין סענסיטיווע אידעאָלאָגישע טעמעס, און דער אַוואַנגאַרדיסטישער קונסט־סטיל האָט דעמאָלט נאָך ניט אויסגעזען טריף אין די אויגן פֿון די משגיחים פֿון דער סאָוועטישער קולטור און קונסט.