יעדער דור אַמעריקאַנער דאַרף האָבן זײַן אייגענעם "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן", אַ ווערק פֿונעם עפּישן פֿאַרנעם, וואָס מאָלט דעם סימבאָלישן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט — אַזוי פֿירט זיך דאָ אין אַמעריקע. צו אַזאַ מין ראָמאַנען געהערן "מאָבי דיק" פֿון הערמאַן מעלוויל, "האָקלבערי פֿין" פֿון מאַרק טווען, ראָמאַנען פֿון וויליאַם פֿאָלקנער, סקאָט פֿיצדזשעראַלד, פֿיליפּ ראָט. צו שאַפֿן אַ "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן" איז דער גרעסטער אויפֿטו פֿון אַ שרײַבער אין אַמעריקע. דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער לעזלי פֿידלער האָט אַ מאָל באַמערקט אין שײַכות מיט דעם׃ "דער אַמעריקאַנער שרײַבער וווינט אין אַ לאַנד, וואָס איז איינצײַטיק אי אַ חלום פֿון אייראָפּע, אי אַ פֿאַקט פֿון דער געשיכטע; ער וווינט אויף דעם שטח, וווּ עס באַגעגענען זיך די טעאָריע פֿונעם קדמון־גוטס מיטן פֿאַקט פֿונעם קדמון־חטא".
ווען מען פּרוּווט צו געפֿינען מוסטערן פֿונעם "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן" אין דער ייִדישער ליטעראַטור, טראַכט מען קודם־כּל פֿון שלום אַשס "איסט־ריווער", דעם עפּישן פּאָרטרעט פֿונעם עמיגראַנטישן לעבן אין ניו־יאָרק. ווייניקער באַקאַנט איז דוד איגנאַטאָווס טרילאָגיע "אויף ווײַטע וועגן", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן ליטעראַרישן עקספּערימענט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט אַ מאָל אָנגעשריבן, אַז "אין דער געשיכטע פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור וועט דוד איגנאַטאָוו פֿאַרנעמען עטלעכע קאַפּיטלען. ער אַליין, ווי אַ קינסטלער וועט אויך ערשט ווי געהעריק אָפּגעשאַצט ווערן מיט יאָרן שפּעטער." די דאָזיקע צײַט איז מן־הסתּם נאָך ניט אָנגעקומען.
די טרילאָגיע "אויף ווײַטע וועגן" איז אַרויס אין ניו־יאָרק אין 1932, אָבער איר האַנדלונג קומט פֿאָר אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. איגנאַטאָוו באַשרײַבט די סבֿיבֿה פֿון דער ראַדיקאַלער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וועלכע איז געקומען מיט די ערשטע כוואַליעס פֿון דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד נאָך 1881. דער קערן פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט באַשטייט פֿון די מיטגלידער פֿון דער סאָציאַליסטישער אָרגאַניזאַציע "עם־עולם", וואָס איר ציל איז געווען צו באַנִײַען דאָס ייִדישע לעבן אויף די יסודות פֿון דער "פּראָדוקטיווער" אַרבעט און קאָלעקטיוון אייגנטום. די פּראָיעקטן פֿון ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים אויף דעם אַמעריקאַנער ערד זײַנען ניט מקוים געוואָרן, און די אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג האָבן זיך סוף־כּל־סוף באַזעצט אין די גרויסע שטעט.
די העלדן פֿונעם ראָמאַן אָרגאַניזירן אַ סאָציאַליסטישן פֿאַראיין "אָפּגעריסענע בלעטער", כּדי אונטערצוהאַלטן דעם גײַסט פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע אינעם אַמעריקאַנישן גלות. לויט די געזעצן פֿונעם זשאַנער פֿון דער ראַדיקאַלער רוסישער בעלעטריסטיק, קאָן דער פֿײַער פֿון דער רעוואָלוציע לאַנג ניט ברענען אין עמיגראַציע. צווישן די "אָפּגעריסענע בלעטער" הייבן זיך אָן מחלוקות, לינקע ליבעס, צרות מיט געלט. עס הערשט די שטימונג פֿון ירידה. דער מצבֿ ענדערט זיך מיטן אָנקומען פֿון רוסלאַנד פֿון דעם יונגן "עם־עולמניק" בערמאַן, וועלכער ווערט דער הויפּטהעלד פֿונעם ראָמאַן. בערמאַן וואַרפֿט זיך אַרײַן אין דעם שטורעם פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער־באַוועגונג. ער אָרגאַניזירט שטרײַקן און רעדט אויף די "מיטינגס" פֿון די "יוניאָנס". דאָס דערפֿירט צו אַ קאָנפֿליקט מיט די אַלטע סאָציאַליסטן, בפֿרט אַז אייניקע פֿון זיי זענען מיט דער צײַט מגולגל געוואָרן אין קאַפּיטאַליסטן. בערמאַן לויפֿט פֿון ניו־יאָרק אין די ווײַטע "פּרעריעס", אָבער סוף־כּל־סוף קומט ער צוריק אין דער שטאָט.
די געשטאַלט פֿון בערמאַן איז אַ סך מער קאָמפּליצירט איידער אַ סטערעאָטיפּישער פּאָזיטיווער טיפּ פֿון אַ רעוואָלוציאָנער. בערמאַן איז אַ "נּבֿיא", וועלכער איז געקומען צו ייִדן אין אַמעריקע, כּדי צו ווײַזן זיי דעם וועג אין דער צוקונפֿט. אין זִײַנע וויזיעס מישן זיך צונויף די סאָציאַליסטישע אידייען, תּלמודישע חכמות, משלים פֿון מדרש און דרשות פֿון זײַן פֿאָטער דעם מגיד. אין מיטן פֿון דעם אַמעריקאַנישן וויסטעניש פֿרעגט זיך בערמאַן׃ "וואָס בין איך? איך בין דען איך? איך בין דאָך נאָך אַלץ ווי דער שאָטן פֿון מײַן טאַטן. איך מיין אַלץ, אַז איך אַנטלויף פֿון אים, ערשט איך לויף אים גאָר נאָך...". דער שאַרפֿער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין האָט גוט געכאַפּט דעם אידעיִשן עצם פֿון דעם ווערק׃ "די פֿראַגע, וואָס איגנאַטאָווס ראָמאַן פֿרעגט, אָן שום ליצנות, אין פֿולן ערנסט׃ ווי וואָלט געווען, אַז אַ פֿאַרצײַטיקער נבֿיא זאָל זיך באַווײַזן הײַנטיקע צײַטן צו די ייִדן פֿון אַמעריקע?"
די קינסטלערישע באַנײַונג פֿון די תּנ״כישע אימאַזשן און סימבאָלן איז דער קו־השווה צווישן דער ייִדישער און אַמעריקאַנער ליטעראַטור. איגנאַטאָוו האָט געפּרוּווט צונויפֿצושמעלצן ביידע טראַדיציעס אין זײַן ראָמאַן, און צוליב דעם האָט ער געפֿונען אַן אייגנאַרטיקן סטיליסטישן מכשיר׃ די ליטעראַרישע עסטעטיק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. זײַנע באַשרײַבונגען פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק זײַנען ענלעך אויף די בילדער פֿון פּעטערבורג אינעם ראָמאַן פֿון אַנריי בעלי; די סתּירותדיקע כאַראַקטערן פֿון עמיגראַנטן קומען פֿון די רוסישע ראָמאַנען וועגן רעוואָלוציע און איר מפּלה. די הויפּט־העלדן ראַנגלען זיך מיט די טיפֿע מאָראַלישע פֿראַגעס, וואָס זיי האָבן געירשנט פֿון די העלדן פֿון דאָסטאָיעווסקין. איגנאַטאָוו האָט, אָבער, געשטעלט פֿאַר זיך אַן אויפֿגאַבע, וואָס איז געווען איבער זײַנע שעפֿערישע כּוחות. ער האָט געהאַט אין זינען אָנצושרײַבן אַ גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן אויף ייִדיש אין דעם סטיל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. טײַלווײַז האָט זיך עס אים אײַנגעגעבן — אָבער וווּ נעמט מען איצט דעם לייענערישן פֿאַרשטאַנד אויף אָפּצושאַצן אַזאַ מין שעפֿערישן עקספּערימענט?