|
Anna Shternshis. Soviet and Kosher: Jewish Popular Culture
in the Soviet Union, 1923—1939. Indiana University Press, 2006. |
|
ביז לעצטנס האָט די פֿאָרשונג פֿון סאָוועטישן ייִדנטום געהערט צו דער אַקאַדעמישער בראַנזשע פֿון "סאָוועטאָלאָגיע". דעם טראַף פֿלעגט מען לייגן אויף דעם פּאָליטישן אַספּעקט, דאָס הייסט, אויף דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מלוכה און דעם קאַמף פֿאַר דער עמיגראַציע. דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן האָט באַקומען ווייניקער אויפֿמערק פֿון די מערבֿדיקע פֿאָרשער, בפֿרט אַז זיי האָבן ניט געהאַט קיין צוטריט צו די מקורים אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אין די לעצטע צען יאָר איז געקומען אַ נײַער דור פֿאָרשער, וועלכע האָבן זיך גענומען איבערצוקוקן די אַלטע "אמתן". דער צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ניט בלויז געעפֿנט די סאָוועטישע אַרכיוון פֿאַר די אויסלענדישע פֿאָרשער, נאָר זיי אויך געבראַכט דעם געדאַנק אַנדערש צו באַטראַכטן די גאַנצע סאָוועטישע תּקופֿה. די פֿאָרשונגען פֿון דוד שניר, גענאַדי עסטרײַך, דזשעפֿרי ווײַדלינגער, גאַבריעלאַ פֿרײַטאַג האָבן אויסגעמאָלט אַ נײַ בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סאָוועטישע ייִדן האָבן באַקומען אַ נײַע ראָלע אין דער היסטאָרישער דראַמע׃ די פֿלאַכע געשטאַלטן פֿון קרבנות פֿון דיסקרימינאַציע זײַנען בהדרגה מגולגל געוואָרן אין לעבעדיקע מענטשן פֿון בשׂר־ודם מיט זייערע אייגענע אינטערעסן, אַמביציעס, דערפֿאָלגן און מפּלות. אַ סך ייִדן האָבן געשפּילט וויכטיקע ראָלעס אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט, און ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געהאַט קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט דער סאָוועטישער מלוכה.
דאָס נײַע בוך פֿון אַנאַ שטערנשיס איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין אָט דער שיטה פֿון היסטאָרישער פֿאָרשונג. דאָס איז דאָס ערשטע ווערק, וואָס נעמט אין באַטראַכט ניט בלויז דאָקומענטן, נאָר אויך לעבעדיקע מענטשן. דאָס בוך "סאָוועטיש און כּשר" באַהאַנדלט דעם פֿענאָמען פֿון סאָוועטישן ייִדנטום פֿון אַ טאָפּלטן שטאַנדפּונקט — דעם קאָלעקטיוון און דעם פּריוואַטן. צום ערשטן מאָל הערט דער ענגלישער לייענער די ממשותדיקע שטימען פֿון סאָוועטישע ייִדן, וועלכע דערציילן וועגן זייער לעבן. זייערע סיפּורים קלינגען גאָר אַנדערש פֿון די פֿאַרשפּרייטע סטערעאָטיפּן. אַנאַ שטערנשיס האָט געהאַט לאַנגע שמועסן מיט 225 ייִדן, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד אָדער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צווישן די יאָרן 1906 און 1930. זיי האָבן פּרטימדיק דערציילט וועגן זייער קינדהייט און יוגנט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן ייִדישע שולן, אַלטע און נײַע מינהגים, לידער און ביכער, וואָס האָבן פֿאָרמירט זייערע פּערזענלעכקייטן. אַזוי אַרום האָט זיך באַקומען אַ מין קאָלעקטיווער פּאָרטרעט פֿון סאָוועטישן ייִדנטום.
דאָס בוך לייענט זיך ווי אַ געשפּאַנטער ראָמאַן. זײַן ספּרוזשינע שטעקט אין דעם קאָנפֿליקט צווישן צוויי באַשטאַנד־טיילן פֿון סאָוועטישער ייִדישער אידענטיטעט, וואָס די מחברין באַצייכנט מעטאַפֿאָריש ווי "סאָוועטיש" און "כּשר". דער חידוש פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשונג, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם אַלטן "סאָוועטאָלאָגישן" צוגאַנג, באַשטייט אין דעם, וואָס די דאָזיקע שפּאַנונג ווערט געלייזט בשלום, אָן אַן אינערלעכן ריס. ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדן האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר געטרײַע סאָוועטישע בירגער און האָבן שטאָלצירט מיט זייער לאַנד (פּונקט אַזוי ווי הײַנט שטאָלצירן זיי מיט זייער נײַעם לאַנד אַמעריקע). אַוודאי האָבן זיי געליטן פֿון דעם אַנטיסעמיטיזם, מצד דער סאָוועטישער מלוכה און אירע בירגער, אָבער דערבײַ זײַנען זיי כּסדר פֿאַרבליבן געטרײַע סאָוועטישע פּאַטריאָטן. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך די ייִדישע יוגנט מיט התלהבֿות צוגעכאַפּט צו די נײַע פֿרײַהייטן, וואָס די סאָוועטישע מלוכה האָט געעפֿנט פֿאַר זיי׃ דער צוטריט צו דער העכערער בילדונג, קאַריערעס אויף מלוכישער דינסט, סאָציאַלע און געאָגראַפֿישע מאָבילקייט. יונגע ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך פֿון זייערע עלטערן, וואָס זײַנען געגאַנגען לאיבוד נאָך דער רעוואָלוציע, און האָבן אַרײַנגעשטראָמט אין די גרויסע אינדוסטריעלע שטעט. די ייִדישע שפּראַך, קולטור, מנהגים זײַנען פֿאַרבליבן אין דעם עבֿר.
אַנאַ שטערנשיס דערציילט די געשיכטע פֿון ייִדישער אַסימילאַציע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דורך פּערזענלעכע איבערלעבונגען פֿון אירע אינפֿאָרמאַנטן, וואָס אַנטפּלעקן זיך אויף דעם ברייטן היסטאָרישן הינטערגרונט. זי אַנאַליזירט די פּסיכאָלאָגישע, קולטורעלע און סאָציאַלע מעכאַניזמען פֿון אָט דעם דאָזיקן פּראָצעס אויפֿן סמך פֿון די פּרטים פֿון פּריוואַטע דערפֿאַרונגען. דער ערשטער שריט אויף דעם וועג פֿון דער סאָוועטישער אַסימילאַציע איז געווען די אַנטי־רעליגיעזע קאַמפּאַניע אין די 1920ער און אָנהייב 1930ער יאָרן, וואָס איז געפֿירט געוואָרן, דער עיקר, אויף ייִדיש. אַ גרויסע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט די פּרעסע און טעאַטער. די סאָוועטישע אַנטי־רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדיסטן זײַנען אַליין געווען גוט באַהאַוונט אין די קליינע אותיות און האָבן זיך קונציק באַנוצט מיט די זשאַנערס פֿון פּאַראָדיע און גראָטעסק, וואָס האָבן אַזוי גוט געדינט די ייִדישע משׂכּילים אין זייער קאַמף קעגן חסידות מיט הונדערט יאָר פֿריִער (די דאָזיקע אָבסערוואַציע געהערט שמואל ניגערן). דער קומענדיקער עטאַפּ איז געווען דאָס "מה־יפֿית־זינגען" פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט און דעם חבֿר סטאַלין. די ייִדישע קינדער האָבן געזונגען אויף דעם באַקאַנטן מאָטיוו פֿון "טום־באַלאַלײַקע": "זאָל זײַן נאָמען, זאָל זײַן נאָמען, זאָל זײַן נאָמען זײַן געבענטשט". די טראַדיציע פֿון רימען דעם גוטן "מלך" האָט אויך געוויסע וואָרצלען אין דער משׂכּילישער קולטור פֿון 19טן יאָרהונדערט. אָבער צום סוף 1930ער יאָרן איז שוין ייִדיש מער ניט געווען די שפּראַך פֿון דער ייִדישער יוגנט.
דער איבערגאַנג פֿון ייִדיש צו רוסיש האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטן פּועל־יוצא. די סאָוועטיש־ייִדישע אַסימילאַציע האָט געהאַט אַ בײַ־עפֿעקט׃ בעת דאָס רובֿ ייִדן האָבן אָפּגעוואָרפֿן ייִדיש און די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קולטור, האָבן זיי, ווי אַ במקום, אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקן מין קולטורעלער פֿילבאַרקייט צו דער רוסישער קולטור. מען האָט אויסגעאַרבעט אויף רוסיש אַ ספּעציעלע קונסט פֿון "לייענען צווישן די שורות", אַרײַנטײַטשנדיק אַ ייִדישן אינהאַלט אין די ווערק פֿון די רוסישע מחברים פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער מין ייִדישע סובקולטור, וואָס האָט כּולל געווען די ליטעראַרישע ווערק פֿון איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן, לידער פֿון לעאָניד אוטיאָסאָוו, מוזיק פֿון יצחק דונאַיעווסקי, ווי אויך שלום־עליכמס ווערק אין דער רוסישער איבערזעצונג. אַזוי אַרום איז אַנטשטאַנען די "הויכע" סאָוועטיש־ייִדישע קולטור, להיפּוך צו דער "נידעריקער" קולטור אויף ייִדיש, וואָס מען האָט באַצייכנט מיטן ביטול־וואָרט — ווי "קליינשטעטלדיקע". ווי עס באַמערקט אַנאַ שטערנשיס, איז וויכטיק געווען דווקא דאָס, וואָס די שעפֿער פֿון דער "הויכער" קולטור האָבן פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. דער פֿאַקט, וואָס זיי זײַנען דערבײַ געווען ייִדן, האָט זיי צוגעגעבן נאָך מער חשיבֿות אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן.
דאָס איז געווען אַ סימבאָלישע ייִדישע אידענטיטעט, וואָס האָט אונטערגעשטיצט די פּערזענלעכע ווירדע פֿון אַ סך סאָוועטישע ייִדן, אַן אייגנאַרטיקע "סאָוועטיש־ייִדישע נשמה", וואָס שטייט אין דעם פֿאָקוס פֿון אַנאַ שטערנשיסעס פֿאָרשונג. די מערהייט פֿון סאָוועטישע ייִדן וווינען הײַנט מחוץ די גרענעצן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער אייניקע צווישן זיי בלײַבן געטרײַ דעם לאַנד, וווּ זיי האָבן פֿאַרבראַכט זייערע בעסטע יאָרן. איינער פֿון די אינפֿאָרמאַנטן האָט אַזוי אויסגעדריקט דעם באַטײַט פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור פֿאַר זײַן דור׃ "אָט דאָס זײַנען מיר, די ייִדן, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. קיין סך גליק האָבן מיר ניט געהאַט, וועגן אונדזער ייִדישקייט האָבן מיר געהערט בלויז אַנטיסעמיטישע זידלערײַען פֿון אונדזערע שכנים און נאַטשאַלסטווע אויף דער אַרבעט. אָבער דאָס איז געווען אונדזער שטאָלץ, אונדזער לעבן. אויב איר רופֿט דאָס פּראָפּאַגאַנדע, דעמאָלט איז אונדזער גאַנץ לעבן געווען פּראָפּאַגאַנדע."