|
חיים עפּשטיין — ״אין אַ קאַפֿע״ |
|
ווי אַ קונסט־היסטאָרישער באַגריף, באַשטימט די "פּאַריזער שול" ניט קיין קינסטלערישע באַוועגונג אָדער סטיל, נאָר אַ היסטאָרישע סיטואַציע. דער דאָזיקער פּרינציפּ ליגט אין דעם יסוד פֿון דער נײַער אויסשטעלונג, וואָס האָט צונויפֿגעבראַכט די ווערק פֿון צוואַנציק ייִדישע קינסטלער, וועלכע זײַנען געקומען פֿון פּוילן קיין פּאַריז צווישן די יאָרן 1905־1939. די אויסשטעלונג קומט פֿאָר אין דער גאַלעריע "מאַרק מעזאָן" (75008 rue du Faubourg Saint Honoré 178, Paris) פֿון דעם 21סטן נאָוועמבער ביזן 21סטן דעצעמבער.
די דאָזיקע אויסשטעלונג איז ממשיך די סעריע פֿון אויסשטעלונגען אונטער דער השגחה פֿון נאַדין ניעשאַווער, דער באַקאַנטער פֿאָרשערין פֿון דער מיזרה־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט אין פֿראַנקרײַך. אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון די פּאַריזער רוסיש־ייִדישע קינסטלער איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי יאָר צוריק.
די מיטגלידער פֿון דער "פּאַריזער שול" זײַנען פֿאַראייניקט ניט אַזוי דורך דעם בשותּפֿותדיקן סטיל אָדער קוק אויף דער קונסט, ווי מיט זייער מענטשלעכן און שעפֿערישן גורל. זיי אַלע האָבן געהאַט זייער ערשטע אויסשולונג אין פּוילן און זײַנען שפּעטער געקומען קיין פּאַריז, כּדי צו ווערן תּושבֿים אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער מאָדערנער קונסט. אַזוי אָדער אַנדערש האָבן זיי געהערט צו דער באָהעמישער סבֿיבֿה פֿון דעם ייִדישן "שטעטל" אין מאָנפּאַרנאַס. אַ סך פֿון זיי זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן, אין פֿראַנקרײַך אָדער אין פּוילן. זיי האָבן מיטגעבראַכט פֿון וואַרשע אַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מעלאַנכאָליע און אַ ביסל חוצפּה. פּאַריז איז געווען זייער ירושלים. אָבער קיין סך דרך־ארץ פֿאַר די קלאַסישע טראַדיציעס פֿון דער פֿראַנצויזישער קונסט האָבן זיי ניט געהאַט. אַפֿילו די סאַמע דערפֿאָלגרײַכסטע פֿון זיי זײַנען פֿאַרבליבן "גרים" אין פֿראַנקרײַך — און זייער פֿרעמדקייט איז געוואָרן באַזונדער בולט בעת דער מלחמה און אָקופּאַציע.
אין זײַן בוך "בילדער און געשטאַלטן פֿון מאָנפּאַרנאַס" (פּאַריז, 1963) האָט כיל אַראָנסאָן איבערגעלאָזט אַ לעבעדיקע באַשרײַבונג פֿון דעם טיפּישן קינסטלער־אַטעליע פֿון יענער צײַט: "אָט פֿאַל איך אַרײַן אין דער אַטעליע פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן מאָלער. דאָרט הערשט אַ שרעקלעכע אומאָרדענונג. אויפֿן פּאַרקעט, אויף די שטולן זײַנען אָנגעוואָרפֿן באַמאָלטע לײַוונטן, גרעסערע און קלענערע. אויף אַ טיש — טעפּ מיט פֿאַרטריקנטע פֿאַרבן־פֿלאַקאָנען, פֿאַרדאַרטע פּענדזלען, שמוציקע פֿלעשער מיט טערפּענטין און פּאָליטור. דער מאָלער שטייט פֿאַרן מאָלברעט אין אַ ווײַסן כאַלאַט, פֿאַרשמירט מיט פֿאַרבן. איך פֿרעג זיך אַליין׃ ווי אַזוי קאָן מען אין אַזאַ אומגעלאָזטער, פֿאַרשטויבטער אַטעליע אַרבעטן? איך באַטראַכט דאָס צעקנייטשטע געזיכט פֿון מאָלער, וואָס דערציילט מיר וועגן יאָרן פֿון נויט און שווערע זאָרגן."
די איצטיקע אויסשטעלונג ברענגט ווידער צונויף די קינסטלער, וואָס האָבן אַ מאָל באַוווינט דאָס ייִדישע "שטעטל" אין פּאַריז. אייניקע פֿון זיי זײַנען געוואָרן באַרימט, ווי: הענריק בערלעווי, משה קיסלינג, מאַרעק שוואַרץ. די אַנדערע נעמען זײַנען באַקאַנט, דער עיקר, צווישן די קענער און ליבהאָבער פֿון קונסט פֿון יענער תּקופֿה. די אויסשטעלונג דערמאָנט אונדז וועגן דעם שווערן לעבן און ביטערן טויט פֿון יענעם דור קינסטלער.
יאָאַכים ווײַנגאַרט איז געבוירן אין דראָביטש אין 1895 אין אַ משפּחה פֿון אַ ווײַנשענקער. ער האָט שטודירט קונסט אין דײַטשלאַנד און געהאַט דערפֿאָלגרײַכע אויסשטעלונגען אין ווין, בערלין און לעמבערג. אין פּאַריז האָט ער זיך באַזעצט אין 1923, חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון אַ פֿראַנצויזישן דאָקטאָר און בהדרגה געוואָרן באַקאַנט. אַראָנסאָן, וועלכער האָט גוט געקענט ווײַנגאַרטן, מערקט אָפּ די ספּעציעלע מעלות פֿון דעם קינסטלערס סטיל׃ "באַזונדערס איז ווײַנגאַרט שטאַרק, ווען ער צייכנט קינדער און די אינטעלעקטועלע, ראַפֿינירטע פֿרוי פֿון אונדזער צײַט. זײַן שטריך איז דעמאָלט נערוועז, סאָליד און טרעפֿלעך גלײַכצײַטיק". אָבער די גוטע צײַטן האָבן געדויערט ניט לאַנג. דער קינסטלער האָט געליטן פֿון אַ פֿאַרפֿאָלגונג־מאַניע, זײַן פֿרוי האָט אים פֿאַרלאָזט. ער האָט זיך אין גאַנצן פֿאַרטיפֿט אין זײַן אַרבעט און זיך אָפּגעזונדערט פֿון דער וועלט, פֿאַרשפּאַרנדיק זיך אין זײַן אַטעליע. זײַנע קאָשמאַרן זײַנען געוואָרן וואָר אין 1942; ער איז געוואָרן אַרעסטירט דורך די געסטאַפּאָ־אַגענטן, פֿאַרשלעפּט געוואָרן אין דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער פּיטיוויע און פֿון דאָרטן אָפּגעשיקט קיין אוישוויץ.
לאָדזש האָט געגעבן דער וועלט אַ היפּשע צאָל ייִדישע קינסטלער, און אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען טעטיק אין פּאַריז. איינער פֿון זיי, חיים (אַנרי) עפּשטיין (1891־1944), איז געבוירן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון אַ בוכהאַלטער, און אָנגעהויבן לערנען זיך קונסט אין זײַן היימשטאָט. ער האָט געאַרבעט אין דער אַטעליע, וואָס דער גרויסער ייִדישער טעקסטיל־פֿאַבריקאַנט פּאָזנאַנסקי האָט גאַמאַכט אין זײַן פּאַלאַץ פֿאַר די לאָדזשער קינסטלער. עפּשטיין האָט ממשיך געווען זײַן בילדונג אין מינכן און אין 1913 איז ער געקומען קיין פּאַריז, וווּ ער איז גלײַך געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דעם באַרימטן קינסטלערישן קיבוץ "לאַרוש" (בינשטאָק). "דער קלוגער מענטש האָט פֿאַרמאָגט אַ סך עניוות; ווען מען פֿלעגט, למשל, אָנהייבן מיט אים רעדן וועגן זײַן אייגענער קונסט, איז ער באַלד אַריבער צו די זכרונות וועגן זײַנע פֿרײַנד, חיים סוטין און אַמאַדעאָ מאָדיליאַני" — שרײַבט וועגן עפּטשטיינען דער פֿאָרשער פֿון דער "פּאַריזער שול" הערש פֿענסטער אין זײַן לעקסיקאָן "אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער" (פּאַריז, 1951). נאָך מאָדיליאַניס זעלבסטמאָרד האָט עפּשטיין אָנגעשריבן אַ נעקראָלאָג פֿאַרן ייִדישן זשורנאַל "רענעסאַנס", וואָס איז אַרויס אין לאָנדאָן, אונטער דער רעדאַקציע פֿון לעאָ קעניג, אין 1920. עפּשטיין האָט ספּעציעל אָפּגעמערקט דעם מיסטישן, "חסידישן" כאַראַקטער פֿון מאָדיליאַניס מאָלערײַ. בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך האָט זיך עפּשטיין פֿאַרבאַהאַלטן אויף דער פֿאַרמע, וואָס ער האָט געקויפֿט פֿאַר דער מלחמה. ער איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דרײַ חדשים פֿאַר דער באַפֿרײַונג און איז אומגעקומען אין אוישוויץ.
די איצטיקע אויסשטעלונג אין פּאַריז דערמאָנט אונדז ווידער אַ מאָל וועגן דער "עדה ייִדישע קינסטלער, וואָס זײַנען אַמאָל געקומען קיין פּאַריז און זײַנען אומגעקומען דאָרט, וווּ ס׳איז אַפֿילו קיין קבֿר נאָך זיי נישט געבליבן..." (מאַרק שאַגאַל).