געשיכטע
Israel Bartal. The Jews of Eastern Europe, 1772-1881. Translated by Chaya Naor. Philadelphia: University of Pennsylvania Press, 2005
Israel Bartal. The Jews of Eastern Europe, 1772-1881. Translated by Chaya Naor. Philadelphia: University of Pennsylvania Press, 2005

סוף־כּל־סוף, האָט דער ברײטער ענגליש־רעדנדיקער עולם באַקומען די געלעגנהײט צו באַקענען זיך מיט דעם הײַנטיקן מצבֿ אין דער פֿאָרשונג פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון ישׂראל ברטל, פּראָפֿעסאָר פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים, װעט בלי־ספֿק װערן אַ מוז־לעקטור אין אַ סך אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן. דאָס בוך איז זאַכלעך, קלאָר, צוטריטלעך, און די ענגלישע איבערזעצונג איז אַקוראַט און עלעגאַנט. דער קומעדיקער דור פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער אינטעליגענץ װעט זיך באַקענען מיט דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדישן עבֿר פֿון ברטלס בוך, און דאָס װעט באַװירקן זײער ייִדישן זעלבסט־באַנעם. דער מחבר איז אױסן דורכצומאַכן אַ גרינטלעכע רעװיזיע פֿון אַ סך סטערעאָטיפּן און באַגריפֿן, װעלכע באַשטימען ביזן הײַנטיקן טאָג דאָס בילד פֿון דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום אין מאַסן־באַװוּסטזײַן בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן.

ברטל הײבט אָן זײַן באַשרײַבונג מיט דער קריטיק פֿון זײַנע פֿאָרגײער. ער דעקט אױף די אידעאָלאָגישע מאָטיװן, װעלכע האָבן באַװירקט די היסטאָריקער פֿון פֿאַרשידענע שולן און ריכטונגען: סײַ די, װאָס זײַנען געװען טעטיק אין מיזרח־אײראָפּע, אַזעלכע װי שמעון דובנאָװ און מאיר באַלאַבאַן, סײַ זײערע ישׂראלדיקע קאָלעגעס, שמואל עטינגער און בן־ציון דינור — און סײַ די פֿאָרשטײער פֿון דער דײַטשישער שול פֿון "װיסנשאַפֿט דעס יודענטומס". אײן חידוש פֿון ברטלס צוגאַנג באַשטײט אין דעם, װאָס ער באַטראַכט די ייִדן ניט װי פּאַסיװע אָביעקטן פֿונעם היסטאָרישן פּראָצעס, נאָר װי אַקטיװע שפּילער אױף דער היסטאָרישער בינע. אַן אַנדער חידוש איז זײַן אַרומנעמיקער קוק אױפֿן מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדישן קיבוץ אין פֿאַרשידענע לענדער װי אַ גאַנצקײט. ברטל באַטאָנט, אַז ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַלט־פּױלן זײַנען געװען אַ טײל פֿון דעם אַלגעמײנעם געזעלשאַפֿטלעכן נעצװערק פֿונעם לאַנד, און די װײַטערדיקע געשיכטע איז געװען אַ טראַנספֿאָרמאַציע פֿון דעם דאָזיקן סדר. דובנאָװ האָט, להיפּוך, אידעאַליזירט די ייִדישע קהילה־אױטאָנאָמיע, װי עפּעס אַ יחיד־במינו, װאָס האָט גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט דער פּױלישער געזעלשאַפֿט און זײַנע אינסטיטוטן. בכלל פֿאַרנעמט דער זכר פֿון אַלטן פּױלן אַ חשובֿ אָרט אין ברטלס קאָנצעפּציע. ער דערװײַזט, װי אַזױ דער ייִדישער קאָלעקטיװער זכּרון האָט אָפּגעהיטן דעם לאַנג־פֿאַרגאַנגענעם עבֿר פֿון די פֿעלקער און מלוכות, וואָס האָבן שוין לאַנג ניט עקזיסטירט.

אָבער אין דעם פֿאָקוס פֿונעם בוך שטײט ניט דער נעכטן, נאָר דער דינאַמישער הײַנט פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט. די װיכטיקע בײַטן און נײַ־אײַנפֿירונגען אינעם ייִדישן לעבן, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען זינט די צעטײלונגען פֿון פּױלן, סוף 18טן יאָרהונדערט, װערן אױסגעטײַטשט װי אַ רעזולטאַט פֿון אַקטיװער ייִדישער באַטײליקונג אין דעם היסטאָרישן פּראָצעס. פֿאַרשידענע גרופּעס אינעם ייִדישן קיבוץ האָבן אױסגעקליבן פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס, און דאָס האָט צומאָל גורם געװען טיפֿע שפּאַלטונגען און מחלוקתן. להיפּוך צו זײַנע פֿאָרגײער, װיל ברטל ניט קריטיקירן אָדער ראָמאַנטיזירן די היסטאָרישע פֿענאָמענען. אין דעם זין רײַסט ער איבער מיט דער טראַדיציע אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע, װאָס ציט איר ייִחוס פֿון דער השׂכּלה־אידעאָלאָגיע. ברטלס צוגאַנג איז, דער עיקר, אַ סאָציאַלער, מיט אַ טראָפּ אױפֿן פֿאַרשטײן דעם באַטײַט פֿון דער אָדער יענער היסטאָרישער דערשײַנונג פֿאַרן כּלל־ישׂראל. אַזױ אַרום, װערט די השׂכּלה־באַװעגונג פֿאָרגעשטעלט װי אַ פּאָליטישע אידעאָלאָגיע פֿון די פֿאַרמעגלעכע סוחרישע שיכטן, וואָס האָבן געװאָלט געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ייִדן אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן גערעם פֿון דער אַבסאָלוטער מאָנאַרכיע אין פּרײַסן, עסטרײַך און רוסלאַנד.

אין זײַן דיסקוסיע וועגן דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון די פֿריִערדיקע דורות האָט ברטל כּמעט ניט דערמאָנט די מאַרקסיסטישע שיטה אין אירע פֿאַרשידענע נוסחאָות — דעם סאָװעטישן און דעם פּױלישן פּועלי־ציוניסטישן. פֿון דעסטװעגן, קומט ער אין זײַנע אױספֿירן און אָפּשאַצונגען צומאָל גאַנץ נאָענט צו די אָנזיכטן פֿון אַזעלכע היסטאָריקער װי יעקבֿ לעשטשינסקי, רפֿאל מאַלער אָדער מאַקס עריק. אַװדאי איז ברטלס צוגאַנג מער אויסגעהאַלטן און פֿרײַ פֿון דער דאָגמאַטישער מליצה, װאָס האָט געהערשט אין דער סאָװעטישער װיסנשאַפֿט פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, אָבער ער האָט געירשנט זײער אַלגעמײנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער געשיכטע, װי צו אַן אַקטיװן פּראָצעס. עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און פּאָליטישע אינטערעסן האָבן געשפּילט בײַ ייִדן אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם פּראָצעס פֿון אױסאַרבעטן פּאַסיקע סטראַטעגיעס בײַם אױסלעבן זיך אין דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. און מען דאַרף מודה זײַן, אַז גאַנץ אָפֿט זײַנען די דאָזיקע סטראַטעגיעס געװען מצליח. דער בעסטער באַװײַז דערפֿון איז דער גװאַלדיקער צוּװוּקס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין מיזרח־אײראָפּע אין משך פֿון 19טן יאָרהונדערט — און דאָס אַלץ ניט געקוקט אױף אַלע גזירות, רדיפֿות און עמיגראַציע.

ברטלס צוגאַנג צו דער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע ווי אַ בשותּפֿותדיקער אַלט־פּױלישער ירושה, לאָזט באַטראַכטן דאָס גאַנצע מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדנטום, װי אַ געזעלשאַפֿטלעך־קולטורעלע גאַנצקייט. דאָס העלפֿט בעסער צו באַנעמען אַזעלכע װיכטיקע דערשײַנונגען װי חסידות און השׂכּלה, װעלכע זײַנען ניט געװען באַגרענעצט דורך מלוכישע תּחומען. פֿון דער אַנדערער זײַט, מאַכט דער דאָזיקער צוגאַנג שװער אױסצואַרבעטן אַן אַלגעמײנע כראָנאָלאָגיע, װאָס זאָל זײַן שײַכותדיק פֿאַר אַלע לענדער. דאָס רעװאָלוציע־יאָר 1848 איז געװען זײער װיכטיק פֿאַר עסטרײַך און פּרײַסן, אָבער אין רוסלאַנד איז אַלץ געװען שטיל. די פּױלישע אױפֿשטאַנדן פֿון 1831 און 1863 האָבן יאָ באַװירקט די ייִדן אין רוסלאַנד, אָבער אױף גאָר פֿאַרשידענע אופֿנים: אײניקע — האָבן געשטיצט דעם רוסישן צד, די אַנדערע — דעם פּוילישן, און נאָך אַנדערע זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין דער מיטן. אין גאַנצן ניט באַרירט בלײַבן טײלן פֿון דער ייִדישער מיזרח־אײראָפּע, װעלכע ליגן מחוץ דעם אַלטן פּױליש־ליטװישן מלכות, קודם־כּל, טראַנסילװאַניע און בוקאָװינע. ברטל ענדיקט זײַן געשיכטע מיטן יאָר 1881, דאָס הײסט, מיט דער דאַטע, װאָס נאָך דובנאָװן איז די צײַט אָנגענומען צו דעפֿינירן װי אַ מײַלשטײן אין דער ייִדיש־רוסישער געשיכטע. צי האָט אָבער געהאַט אַ השפּעה אויף די ייִדן פֿון עסטרײַך און פּרײַסן דער מאָרד פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווײטן? אין דעם זין בלײַבט ישׂראל ברטל אַ חסיד פֿון זײַנע רוסיש־ייִדישע לערער.