פֿאָטאָגראַפֿישער אַלבום "שפּורן פֿון זכּרון, אַנטפּלעקט פֿון דאָס נײַ׃ די ייִדישע ירושה פֿון דער פּוילישער גאַליציע" |
די ייִדישע שפּראַך האָט אַן אייגנאַרטיקן כּוח־הזכּרון. דעריבער ווערן אָפּגעהיט געאָגראַפֿישע באַגריפֿן פֿון די אַלטע צײַטן, וואָס זײַנען שוין לאַנג אָפּגעמעקט געוואָרן פֿון דער מאַפּע. למשל, די ייִדישע "ליטע" איז אַ סך ברייטער, איידער די איצטיקע ליטווישע רעפּובליק, און נעמט אַרײַן היפּשע טיילן פֿון ווײַסרוסלאַנד און צפֿון־אוקראַיִנע, וואָס זײַנען אַמאָל געווען אין באַשטאַנד פֿונעם ליטווישן גרויס־פֿירשטנטום.
גאָר אַנדערש איז דער ענין גאַליציע. אין תּוך גענומען, איז גאַליציע ניט קיין היסטאָרישער באַגריף. ווען די האַבסבורג־אימפּעריע האָט אָפּגעשניטן אַ שטיק פּוילישע טעריטאָריע אין 1772, בעת דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, האָט מען געדאַרפֿט צוטראַכטן אַ פּאַסיקן נאָמען פֿאַר אָט דעם נײַעם קרוין־לאַנד. איז מען אין ווין געפֿאַלן אויף אַ המצאה אָנצורופֿן די נײַע פּראָווינץ לויט דעם נאָמען פֿון די אַלטרוסישע פֿירשטנטומער פֿון האַליטש און לודמיר (וולאַדימיר־וואָלינסקי). עס האָט זיך באַקומען אַ "קיניגרײַך פֿון גאַליציע און לאָדאָמעריע", כאָטש היסטאָריש האָט אַזאַ קיניגרײַך קיינמאָל ניט עקזיסטירט.
שפּעטער, ווען עסטרײַך האָט באַקומען אין זײַן רשות נאָך מער דרומדיקע טיילן פֿון פּוילן, האָט מען זיי צוגעטשעפּעט צו גאַליציע. אַזוי אַרום האָבן זיך באַקומען צוויי פּראָווינצן, מיזרח־גאַליציע און מערבֿ־גאַליציע. אַפֿילו די שטאָט קראָקע, וואָס איז אַדמיניסטראַטיוו געווען אויטאָנאָם אין דער עסטרײַכישער אימפּעריע, איז אויך געוואָרן אַ טייל פֿון גאַליציע — הגם היסטאָריש איז קראָקע געווען די הויפּט־שטאָט פֿון פּוילן און האָט גאָר ניט צו טאָן מיט האַליטש אָדער לודמיר!
אָבער אויסצוטראַכטן אַ נאָמען פֿאַר אַ נײַעם קרוין־לאַנד איז נאָר אַ האַלבע זאַך. מען דאַרף נאָך שאַפֿן אַ לאָקאַלע "אידענטיטעט" פֿאַר דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. דאָס האָט זיך דער עסטרײַכישער מאַכט ניט אײַנגעגעבן. די פּאָליאַקן אין גאַליציע האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאַקן, די רוטענער — אַ פֿאָלק לויט דער עסטרײַכישער עטנישער נאָמענקלאַטור — האָבן זיך געפֿילט אַ טייל פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאָלק אין איינעם מיט זייערע ברידער אויף יענער זײַט פֿון דער רוסישער גרענעץ.
די חורבֿות פֿון דער בימה אין דער טאַרנאָווער שיל |
די איינציקע עכטע גאַליציאַנער זײַנען געוואָרן די ייִדן, די סאַמע געטרײַע אונטערטאַנען פֿונעם עסטרײַכישן קיסר. עד־היום דערמאָנט מען זיך נאָך וועגן יענער "גאָלדענער תּקופֿה" מיט ביטער־זיסער נאָסטאַלגיע. אַ פֿרישער בײַטראָג צו דער גאַליציאַנער נאָסטאַלגיע איז דער פֿאָטאָגראַפֿישער אַלבום "שפּורן פֿון זכּרון, אַנטפּלעקט פֿון דאָס נײַ׃ די ייִדישע ירושה פֿון דער פּוילישער גאַליציע", די פֿאָטאָס פֿון קריס שוואַרץ מיטן טעקסט פֿון יונתן וועבער. דאָס בוך נעמט אַרײַן מאַטעריאַלן פֿונעם מוזיי "ייִדישע גאַליציע" אין קראָקע.
אַזוי אַרום איז קראָקע געוואָרן די הויפּטשטאָט פֿון דער אויסגעטראַכטער "פּוילישער גאַליציע", וואָס מען האָט אָפּגעשניטן פֿונעם מיזרחדיקן טייל פֿון דער פּראָווינץ, צוליב געאָ־פּאָליטישע סיבות. הײַנט געהערן פּוילן און אוקראַיִנע צו צוויי פֿאַרשידענע וועלטן, און די גרענעץ צווישן "אייראָפּע" און "פּאָסט־סאָוועטישן רוים" גייט דורך פּונקט אין דער מיט. די מאַפּע אויף זײַט 10 מאַכט די צעטיילונג זייער בולט׃ די מיזרח־זײַט פֿון דער גרענעץ איז פּוסט ווי אַ מידבר, קיין שטעט און שטעטלעך זײַנען דאָרט ניטאָ.
היסטאָריש איז גאַליציע געווען ווײַט ניט קיין גן־עדן־לאַנד. עס איז געווען אַ שלאַכט־פֿעלד פֿון עטנישע, רעליגיעזע און סאָציאַלע קאָנפֿליקטן. ייִדן האָבן כּסדר געליטן מער ווי אַנדערע, ווײַל זיי האָבן געהאַט שׂונאים פֿון אַלע זײַטן. אָבער דער לייענער פֿונעם בוך באַקומט זייער אַ קנאַפּן אײַנדרוק וועגן דעם, ווי קאָמפּליצירט און צומאָל ברוטאַל ס׳איז געווען די ווירקלעכע טאָג־טעגלעכקייט אין גאַליציע. וועבערס היסטאָרישע דערקלערונגען זײַנען ציכטיק און קאָרעקט. ער גייט ניט אַרײַן אין קיין שום פֿאַרפּלאָנטערטע ענינים, אַזעלכע ווי דער קאַמף צווישן פּאָליאַקן און אוקראַיִנער, די אויפֿשטאַנדן פֿון פּוילישע פּויערים קעגן פּוילישע פּריצים, די פּאָליטישע, רעליגיעזע, און סאָציאַלע מחלוקתן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.
דאָס בוך באַשטייט פֿון פֿינף אָפּטיילן, וואָס פֿירן דעם לייענער פֿון אַמאָל צו הײַנט. דאָס צענטראַלע — דריטע — אָרט פֿאַרנעמט דער חורבן. אוישוויץ, גלײַך מיט קראָקע זײַנען איצט געוואָרן די באַקאַנטסטע לאָקאַלן אין דער נײַער "פּוילישער גאַליציע". ווייניקער באַקאַנט איז בעלזשעץ, וווּ עס זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן ס׳רובֿ גאַליציאַנער ייִדן. די אימאַזשן פֿון די שטילע שיינע פֿעלדער און וועלדער פֿון בעלזשעץ, וואָס פֿאַרדעקן איינעם פֿון די שרעקלעכסטע מאָרד־פֿעלדער אין פּוילן, מאַכן אַן אײַנדרוק, וואָס איז אפֿשר שטאַרקער, איידער די באַקאַנטע בילדער פֿון דער אוישוויצער אײַזנבאַן און באַראַקן.
די צוויי פֿאַר־חורבן טיילן דערציילן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין עסטרײַכישן פּוילן. זיי טראָגן די כאַראַקטערישע טיטלען "דאָס ייִדישע לעבן אין חורבֿות" און "די ייִדישע קולטור ווי זי איז געווען אַמאָל". אין די דרום־מיזרחדיקע קאַנטן פֿון פּוילן געפֿינט זיך הײַנט אפֿשר די רײַכסטע ייִדישע אַרכיטעקטורישע ירושה אין דער וועלט. ערשט אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו די דאָזיקע מאָנומענטן, סײַ אין פּוילן און סײַ מחוץ פּוילן. אָבער עס בלײַבט די פֿראַגע, וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע אוצרות; קודם־כּל, מיט די שילן און בית–עלמינס, וועלכע זײַנען צעזייט איבער שטעטלעך און דערפֿער.
ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען לאַנגע יאָרן געווען האַלב־חרובֿ, ווי די גרויסע געמויערטע שיל אין רימענאָוו, וואָס האָט ניט קיין דאַך און איז באַוואַקסן מיט גראָז און ביימער. ערשט איצט נעמט מען זיך פֿאַר דער רעקאָנסטרוקציע. די ריזיקע געבײַדעס פֿון אַמאָליקע געמויערטע שילן און ישיבֿות שטייען אין מיטן פֿון פּוילישע שטעטלעך, ווי ציקלאָפּישע רעשטן פֿון אַן אוראַלטער ציוויליזאַציע, פֿון "ייִדנלאַנטידע", ווי עס האָט זי אַמאָל אָנגערופֿן דער קעשענעווער קינסטלער מישע ברוניאַ.
אין דעם וועלדל איז אַמאָל געווען אַ בית־עולם |
דאָס צווייטע קאַפּיטל פֿונעם בוך מאַכט אַ פּרוּוו צו פֿאַרפֿיקסירן די קנאַפּע לעבעדיקע שפּורן פֿון ייִדישן אַמאָל; אַזעלכע, ווי די באַרימטע שיל פֿון רמ״א אין קראָקע אָדער דעם קבֿר פֿון רבי אלימלך פֿון ליזשענסק, וואָס ציט צו זיך צו חסידישע עולה־רגלס. די בילדער אינעם דאָזיקן קאַפּיטל באַווײַזן, אַז אַן אויפֿמערקזאַם אויג קאָן אַנטדעקן געוויסע סימנים פֿונעם ייִדישן עבֿר אינעם פּוילישן הײַנט׃ דאָ אַ האַלב־אָפּגעמעקטע אויפֿשריפֿט מיט אַ פּאָר העברעיִשע אותיות, דאָרט אַ מצבֿה, וואָס איז פֿאַרבליבן ליגן ערגעץ אין אַ גאַס־ווינקל.
די לעצטע צוויי קאַפּיטלען באַהאַנדלען דאָס ייִדישע אַמאָל אונטער דעם קוקווינקל פֿונעם פּוילישן איצט. וועבער פּרוּווט צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע׃ "ווי אַזוי פֿאַרגעדענקט מען דעם ייִדישן עבֿר אין הײַנטיקן פּוילן?" אין די לעצטע יאָרן האָט מען געעפֿנט נײַע מוזייען און מאָנומענטן, געווידמעט דעם ייִדישן לעבן און חורבן אין פּוילן. ביידע מחברים האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם דאָזיקן פּראָצעס. יונתן וועבערס באַציִונג איז גאַנץ אָפּטימיסטיש׃ "די שילן ווערן צורעכט געמאַכט, די בית־עלמינס — גערוימט, צומאָל מיט דער הילף פֿון ייִדן פֿון אויסלאַנד, אָבער אויך דורך דער פּוילישער יוגנט, וואָס איז געשטימט נאָסטאַלגיש צו דעם מולטי־קולטורעלן עבֿר פֿון זייער לאַנד."
וועבער ווייסט, אַז די אַנטיסעמיטישע געפֿילן זײַנען גאַנץ לעבעדיק אין פּוילן הײַנט, און אויף אייניקע פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען בולטע סימנים פֿון אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן אויף די ייִדישע מאָנומענטן. ער באַמערקט אויך, אַז "דאָס רובֿ שטעט און דערפֿער האָבן ניט קיין אָנדענק־צייכן נאָך זייערע ייִדישע תּושבֿים, וואָס זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן. צו פֿיל איז פֿאַרגעסן געוואָרן, אָדער בלײַבט נאָך ניט פֿאַרשריבן."
ניט אַלע ענגליש־רעדנדיקע לייענער פֿונעם בוך וועלן מסכּים זײַן מיט וועבערס פּאָזיטיווער שטעלונג לגבי דעם הײַנטיקן פּוילן. אָבער ווי עס זאָל ניט זײַן, זײַנען דווקא די פּאָליאַקן פֿאַרבליבן די הויפּט־היטער פֿון דער ייִדישער מאַטעריעלער ירושה אין פּוילן, און דווקא זיי וועלן באַשטימען, וואָס און ווי אַזוי צו טאָן מיט די ייִדישע מאָנומענטן אויף דער פּוילישער ערד. און עס איז ניט קיין ספֿק, אַז אין פּוילן זײַנען די דאָזיקע מאָנומענטן אין בעסערע הענט איידער אין אוקראַיִנע, רומעניע, מאָלדאָווע, ווײַסרוסלאַנד אָדער ליטע.
אַוודאי, דאַרפֿן די ייִדישע פֿאָרשער שפּילן אַ מער אַקטיווע ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס. יעדע רעפּרעזענטאַציע פֿון דער אַמאָליקער צײַט איז אַן איינזײַטיקע, און דאָס בוך פֿון שוואַרץ און וועבער איז ניט קיין אויסנאַם. די נאָסטאַלגישע שטימונג, וואָס קומט בולט אַרויס פֿון די פֿאַרשנייטע אומעטיק–ברייטע פּוילישע לאַנדשאַפֿטן, מיט פֿאַריתומטע חורבֿות פֿון שילן און מצבֿות, שאַפֿן אַ טיף־מעלאַנכאָלישן אײַנדרוק. די דאָזיקע מעלאַנכאָלישע נאָסטאַלגיע מעג זײַן גוט פֿאַר שאַפֿן אַ פּאַסיקע שטימונג, אָבער צומאָל שטערט זי צו אָנערקענען אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם אַמאָליקן לעבן.
וועבערס קאָמענטאַרן זײַנען באַצוועקט אויפֿן הײַנטיקן ענגליש־רעדנדיקן לייענער, וואָס האָט ניט קיין סך אינטערעס אין קאָמפּליצירטע ענינים. די אַמאָליקע גאַליציאַנער ווערן פֿאָרגעשטעלט ווי פּשוטע פֿרומע נשמות, וואָס האָבן געלעבט צווישן זייערע פּוילישע שכנים, צומאָל בשלום, כאָטש אָפֿטמאָל האָּבן זיי געליטן פֿון רדיפֿות. אָבער די שטיינער דערציילן בלויז איין זײַט פֿון דער געשיכטע, וואָס מען דאַרף ניט אָפּטיילן פֿון די אַנדערע אַספּעקטן. גאַליציע האָט פֿאַרמאָגט אַ רײַכע און אוניקאַלע ליטעראַרישע טראַדיציע אויף פֿינף שפּראַכן׃ ייִדיש, העברעיִש, דײַטש, פּויליש און אוקראַיִניש. יעדע שפּראַך און יעדע עדה דערציילט אַן אייגענע געשיכטע. קיין פּשרה צווישן זיי לאָזט זיך ניט מאַכן, אָבער מען דאַרף, לכל־הפּחות, זיך דערוויסן פֿון זיי אַלע.
וועבער האָט אויסגעקליבן בלויז איין אַספּעקט, דעם פּויליש־ייִדישן, און האָט פֿאַרשוויגן די אַנדערע. ער האָט גאָר ניט צו זאָגן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וועגן דער סאָציאַליסטישער און ציוניסטישער באַוועגונג, וועגן די אוקראַיִנער, וועגן דער עסטרײַכישער פּאָליטיק אין גאַליציע. עס זײַנען פֿאַרבליבן "שיינע מתּנות, נישט לתּשמיש, נאָר לנוי — אויסטערליש", ווי עס האָט געזאָגט י. ל. פּרץ אין דער דערציילונג "דרײַ מתּנות".