פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סטרוגאַצקי
באָריס סטרוגאַצקי
די ברידער אַרקאַדי (1925—1991) און באָריס (1933—2012) סטרוגאַצקי זײַנען בלי־ספֿק די סאַמע באַקאַנטע רוסישע שרײַבער אינעם זשאַנער פֿון "וויסנשאַפֿטלעכער" פֿאַנטאַסטיק. אין זייערע ווערק טרעפֿט מען וואַנדערונגען איבערן קאָסמישן רוים, כּלערליי כּישופֿדיקע מכשירים, מענטשן מיט אומנאַטירלעכע פֿעיִקייטן, און אַנדערע בולטע סימנים פֿונעם פֿאַנטאַסטישן זשאַנער. אָבער ניט דאָס איז דער עיקר אין זייער רײַכער ליטעראַרישער ירושה.
די ברידער סטרוגאַצקיס ווערק זײַנען ניט וועגן אַ ווײַטער אָדער נאָענטער צוקונפֿט, נאָר וועגן דעם הײַנטיקן איצט. אין אַלע ווערק זייערע דערציילן זיי וועגן זיך און זייער דור, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז אַרײַן אין לעבן צום סאַמע סוף פֿון סטאַלינס שליטה. די לאַנגע און פֿרוכטבאַרע תּקופֿה פֿון שעפֿערישקייט בחבֿרותא האָט זיך געענדיקט אין 1991 מיטן טויט פֿונעם עלטערן ברודער אַרקאַדי. איינע פֿון די לעצטע ווערק זייערע, די פּיעסע "זשידן פֿון דער שטאָט פּיטער", איז געווען שוין ניט קיין "וויסנשאַפֿטלעכע", נאָר אַ ביז גאָר אַקטועלע סאָציאַל־פּאָליטישע פֿאַנטאַזיע.
די האַנדלונג קומט פֿאָר אין לענינגראַד אין דער צײַט פֿון דער לעצטער ירידה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. אין איין נאַכט באַקומען אַלע העלדן אַ רופֿצעטל מיט אַ פֿאָדערונג צו קומען אין דער פֿרי, מיט נייטיקע זאַכן, אין אַ געוויסן לאָקאַל אין לענינגראַד. דער טעקסט פֿונעם רופֿצעטל חזרט איבער דעם דײַטשישן אַפּעל פֿון 1941, וואָס האָט געהייסן אַלע ייִדן פֿון קיִעוו צו מעלדן זיך פֿאַר דער מאַסן־צעשיסונג אין באַבי יאַר.
די סיטואַציע אין דער פּיעסע האָט אויסגעזען ווי אַ מין "סאָציאַל־וויסנשאַפֿטלעכער" עקספּערימענט׃ וואָס וועלן טאָן די סאָוועטישע בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווען יעדער איינער פֿון זיי באַקומט אַזאַ רופֿצעטל, וואָס איז אַדרעסירט צו אים ווי אַ מיטגליד פֿון אַ געוויסער גרופּע׃ איינער אַ "גבֿיר", אַן אַנדערער אַ "כאַבאַרניק", אַ דריטער אַ "נואף", און, אַוודאי, איינער אויך אַ "זשיד". אַזוי ווערט יעדער איינער געשטעלט אין אַ פּאָזיציע פֿון אַ "ייִד".
דער צוועק פֿון דער דאָזיקער פּיעסע איז געווען צו ווײַזן, אַז דער סאָוועטישער רעזשים האַלט זיך ניט אויף דער דרויסנדיקער דיקטאַטור פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, נאָר אויף דעם אינעווייניקן פּחד און הכנעה פֿון דער באַפֿעלקערונג. קיינער איז ניט צופֿרידן מיט דעם סאָוועטישן לעבן, אָבער אַלע זײַנען גרייט ניט נאָר אויסצופֿילן דעם סאַמע ווילדן און אוממענטשלעכן באַפֿעל, נאָר דערצו אויך צו באַרעכטיקן די "צוועקמעסיקייט" פֿון טעראָר. אָנהייב די 1990ער האָט מען די דאָזיקע פּיעסע אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג אין פֿאַרשידענע שטעט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זי בלײַבט עד־היום צאַפּלדיק־אַקטועל אין רוסלאַנד.
נאָכן ברודערס טויט האָט באָריס סטרוגאַצקי געביטן זײַן ליטעראַרישן סטיל און גענומען אַן אַנדערן פּען־נאָמען, ס. וויטיצקי. אונטער דעם דאָזיקן נאָמען האָט ער אָנגעשריבן צוויי וואָגיקע פֿילאָסאָפֿישע הײַנטצײַטיקע ראָמאַנען. דאָס איז געווען זייער אַ שווערע און לאַנגע טירחה. סטרוגאַצקי דערקלערט זײַן מצבֿ מיט אַזאַ מעטאַפֿאָר׃ "שטעלט זיך פֿאָר׃ איר האָט לאַנגע יאָר געהאַלטן אין איין זעגן האָלץ מיט אַ צווייהאַנט־זעג, און פּלוצעם בלײַבט איר אָן דעם אַנדערן, אָבער אַלץ בלײַבט ווי עס איז געווען׃ דאָס האָלץ, די זעג, און מען מוז זעגן ווײַטער."
דער ערשטער ראָמאַן פֿון ס. וויטיצקי, "זוכעניש נאָך אַ שליחות, אָדער די זיבן־און־צוואַנציקסטע טעאָרעם פֿון עטיק" (1994) באַזיניקט, פֿון אַן אויטאָביאָגראַפֿישן שטאַנדפּונקט, דאָס לעבן פֿון סטרוגאַצקיס אייגענעם דור, פֿון די קינדער־יאָרן בעת דער מלחמה ביזן סוף פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. באָריס סטרוגאַצקי האָט פֿאַרבראַכט צוויי ערשטע מלחמה־יאָר אין לענינגראַד אונטער דער בלאָקאַדע, און די דאָזיקע קאַפּיטלען געהערן ממש צו דער קלאַסיק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. דער צווייטער ראָמאַן, "די אָנמעכטיקע פֿון עולם־הזה" (2003), קומט פֿאָר שוין אין דער פּאָסט־סאָוועטישער תּקופֿה. דער פֿאַנטאַסטישער סיפּור־המעשׂה ווערט דאָ צונויפֿגעשמאָלצן מיטן אַבסורד פֿון דער פּאָסט־סאָוועטישער ווירקלעכקייט.
די ברידער סטרוגאַצקיס השפּעה אויף דער רוסישער קולטור איז שווער איבערצושאַצן, ווײַל מיליאָנען לייענער האָבן אויפֿגענומען זייערע ווערק יונגערהייט. זיי האָבן אַ סך יורשים אין דער איצטיקער רוסישער ליטעראַטור, וואָס האָבן איבערגענומען סטרוגאַצקיס אייגנאַרטיקע און שאַרפֿזיניקע איראָניע, זייער טבֿע פֿון איבערמישן פֿאַנטאַסטיק מיט דער ווירקלעכקייט, און זייער פּינקטלעכקייט צו טעכנישע פּרטים. אָבער דווקא באָריס סטרוגאַצקי / ס. וויטיצקי האָט זיך אין זײַנע לעצטע ווערק אָפּגעזאָגט פֿון אַ סך כאַראַקטעריסטישע שטיק פֿון סטרוגאַצקיס סטיל און געוואָרן אַ סך מער רעאַליסטיש.
אין די לעצטע יאָרן האָט באָריס סטרוגאַצקי ניט געשריבן קיין גרויסע ליטעראַרישע ווערק. אַנשטאָט דעם האָט ער געפֿירט אַ לאַנגן שמועס מיט זײַנע לייענער און תּלמידים דורך אינטערנעץ. ער האָט געענטפֿערט אויף זייערע פֿראַגעס און אויסגעטײַטשט זײַנע ווערק. די ברידער סטרוגאַצקי האָבן געהאַט אַ היפּשע צאָל חסידים, וואָס האָבן געזאַמלט זייערע פֿילצאָליקע ווערק און געשאַפֿן דעם "קאַנאָנישן" קאָרפּוס אויף אינטערנעץ, וואָס איז אַ יחיד־במינו אין דער רוסישער ליטעראַטור.
באָריס סטרוגאַצקי איז געווען אַ מאַטעריאַליסט און אַן אַטעיִסט, ער האָט געגלייבט אין דער עוואָלוציע פֿונעם יחיד. ער האָט אויך געגלייבט אין אַ בעסערער צוקונפֿט, אָבער ניט געהאַט קיין אילוזיעס וועגן דעם הײַנט. זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז געווען נאָענט צו "פּרקי אָבֿות", כאָטש קיין ספּעציעלן אינטערעס צו ייִדישקייט האָט ער אַ פּנים ניט געהאַט.