- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"דער בעכער פֿון ביטערגראָז". מאָסקווע–ירושלים׃ "גשרים", 2012. דער נײַער ראָמאַן פֿונעם רוסיש–ישׂראלדיקן שרײַבער וולאַדימיר פֿראָמער באַהאַנדלט אין דער בעלעטריסטישער פֿאָרעם די געשיכטע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן איז וויטאַלי־וויקטאָר־חיים אַרלאָזאָראָוו, דער פּאָליטישער אָנפֿירער פֿון דער סוכנות (די ייִדישע אַגענץ). חוץ אים, טרעפֿט זיך דער לייענער מיט גאָר פֿאַרשידענע אַנדערע פּערזענלעכקייטן פֿון יענער תּקופֿה, סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע׃ וולאַדימיר-זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דוד בן־גוריון, פּינחס רוטענבערג, חיים ווײַצמאַן, מאַרטין בובער, ווי אויך דער רוסישער רעוואָלוציאָנער־טעראָריסט און ליטעראַט באָריס סאַווינקאָוו, די שרײַבערין נינאַ בערבעראָוואַ, און אַפֿילו מאַגדאַ געבעלס, די פֿרוי פֿון היטלערס פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער. פֿראָמער איז קודם־כּל פֿאַראינטערעסירט אין די אינטעלעקטועלע חילוקי־דעות און פּאָליטישע וויכּוחים, וואָס די אָנהענגער פֿון פֿאַרשידענע ציוניסטישע בראַנזשעס האָבן געפֿירט צווישן זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִשובֿ און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער ראָמאַן איז אינטערעסאַנט ווי אַ פּרוּוו צו דערציילן אָט די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון אַ "רוסישן" שטאַנדפּונקט. דעם מחברס סימפּאַטיע איז אויף דער זײַט פֿון די ייִדישע פּאָליטישע טוער פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ, אַזעלכע ווי: אַרלאָזאָראָוו, זשאַבאָטינסקי, רוטענבערג. זיי געהערן צו דער סמעטענע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, בעת דער פּוילישער ייִד דוד בן–גוריון איז אויסגעמאָלט, להיפּוך, ווי אַ קליין–שטעטלדיקער טיפּ מיט ריזיקע אַמביציעס, אָבער מיט אַ קנאַפּער אינטעלעקטועלער אַמוניציע. קרימער יהודה׃ בילדער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן, כאַזאַרן, קאַראַיִמער און קרימטשאַקעס אין קרים פֿון אַנטיקישער תּקופֿה ביז הײַנטיקע טעג. סימפֿעראָפּאָל׃ "דאָליאַ", 2011 דער האַלב–אינדזל קרים פֿאַרנעמט אין דער ייִדישער געשיכטע אַ גאָר חשובֿ אָרט. אין דער הקדמה צו זײַן בוך מאַכט מיכאַיִל קיזילאָוו אַ פֿאַרגלײַך צווישן קרים און ארץ–ישׂראל׃ דאָ און דאָרט האָבן ייִדן געוווינט זינט אוראַלטע צײַטן; ביידע געגנטן האָבן געהערט צו די אייגענע וועלט־אימפּעריעס — די ביזאַנטישע און די אָסמאַנישע. דער ייִדישער ייִשובֿ סײַ אין קרים סײַ אין ארץ־ישׂראל, איז געווען אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע עדות; און אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען זיך גענומען צו שאַפֿן דאָרט ייִדישע אויטאָנאָמע טעריטאָריאַלע איינסן אויפֿן יסוד פֿון לאַנד־ווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס. דערצו נאָך איז דער קלימאַט און די לאַנדשאַפֿט אין קרים ענלעך אויף ארץ־ישׂראל׃ ים, בערג, און אַ סך ניט־באַוווינטע שטחים. קיזילאָוו איז אַ יונגער ייִדישער היסטאָריקער פֿון קרים, וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין געשיכטע פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז אַ מחבר פֿון צוויי וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ענגליש וועגן די קאַראַיִמער אין קרים און גאַליציע. אין זײַן נײַעם רוסישן בוך מאַכט ער אַ פּרוּוו צו דערציילן אין אַ פּאָפּולערן אופֿן, אָבער אויף אַ געהעריקן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ, די גאַנצע לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדן אין קרים. כּנרת, זמורה־ביתן, 2011 מתן חרמוני, אַ ישׂראלדיקער שרײַבער און אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, האָט זיך געווענדעט אין זײַן ערשטן ראָמאַן צו אַ טעמע, וואָס איז עד־היום געווען כּמעט ווי ניט־דערטאַפּט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור׃ דער ייִדישער ניו־יאָרק אינעם ערשטן טייל פֿון 20סטן יאָרהונדערט. עס איז ממש אַ חידוש, פֿאַרוואָס האָט דער גרעסטער אין דער וועלט ייִדישער כּרך אַזוי ווייניק אינטערעסירט די גאַנצע העברעיִשע ליטעראַטן. On the Eve: The Jews of Europe Before the Second World War. New York: Simon and Schuster, 2012
The Trace of Judaism: Dostoevsky, Babel, Mandelstam, Levinas. Evanston, Ill. Northwestern University Press, 2008.
ייִדישע דעפּוטאַטן אין דער רוסישער אימפּעריע, 1772—1825. מאָסקווע, "נלאָ", 2011 דאָס ערשטע פֿערטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, די תּקופֿה פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם ערשטן, האָט ביז לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ קנאַפּן אינטערעס בײַ די היסטאָריקער פֿונעם רוסישן ייִדנטום. עס האָט זיי געפֿעלט אַ "מײַסטער–נאַראַטיוו", וואָס זאָל אײַנאָרדענען פֿאַרשיידענע געשעענישן און אַרײַנברענגען אין זיי אַ היסטאָרישע לאָגיק. ווען די מלכּה יעקאַטערינאַ האָט צווישן 1772 און 1795 פֿאַרכאַפּט ווײַסרוסלאַנד, ליטע, אוקראַיִנע און מיזרח־פּוילן, האָט רוסלאַנד באַקומען די גרעסטע אין דער וועלט ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון בערך איין מיליאָן נפֿשות. יעקאַטערינאַ האָט פֿאַר זיי אײַנגעשטעלט אַ מין רעזערוואַציע אין דער פֿאָרעם פֿון תּחום־המושבֿ און אײַנגעפֿירט אַנדערע באַגרענעצונגען לגבי זייער לעבן און טעטיקייט. מיט געוויסע ענדערונגען איז זיך דער דאָזיקער פּאָליטישער סדר אָנגעגאַנגען ביז דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917. ווען מען לייענט רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער, סײַ די אַלטע, אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו און יולי געסען, סײַ די נײַע, אַזעלכע ווי דזשאָן קליר, מײַקל סטאַניסלאַווסקי, בנימין נייטענס און יונתן פֿרענקעל, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז צווישן די יאָרן 1800 און 1825 איז געווען אַ לאַנגע הפֿסקה. ערשט מיטן אויפֿשטײַג אויפֿן רוסישן טראָן פֿונעם נײַעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן האָט זיך אָנגעהויבן דער נײַער אַקט פֿון דער רוסיש־ייִדישער היסטאָרישער דראַמע. צווישן היסטאָריקער האָט מען ליב צו רעדן וועגן "לאַנגע" און "קורצע" יאָרהונדערטער. פֿאַר ייִדן האָט זיך אַזאַ מין "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אָנגעהויבן אין 1881, מיט דעם הרגענען פֿונעם רוסישן צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, וואָס האָט גורם געווען די פּאָגראָמען און אַנטי־ייִדישע גזירות. דער פּועל־יוצא דערפֿון איז געווען די מאַסן־עמיגראַציע לעבֿר־הים און דער אידעאָלאָגישער קער צו נאַציאָנאַליזם. דער "קורצער" 20סטער יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער רוסישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905, ווען די ייִדישע מאַסן אין רוסלאַנד האָבן זיך, צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִדישן גלות, אַקטיוו אַרײַנגעטאָן אינעם פּאָליטישן קאַמף קעגן דעם מלכות. אין רוסלאַנד, רעדאַקטאָר ישׂראל ברטל (באַרטאַל). באַנד 2׃ פֿון די צעטיילונגען פֿון פּוילן ביזן סוף פֿון דער רוסישער אימפּעריע, 1772—1917, רעדאַקטאָר איליאַ לוריע. מאָסקווע־ירושלים׃ גשרים, 2012 דער צווייטער באַנד פֿון דעם דרײַ-בענדיקן ווערק "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד" באַהאַנדלט די סאַמע רײַכע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ייִדנטום. אַזוי ווי דער ערשטער באַנד, איז דאָס דאָזיקע בוך, וואָס פֿאַרמאָגט העכער פֿינף הונדערט זײַטן, מיט אַ סך זעלטענע אילוסטראַציעס; כּולל טעמאַטישע קאַפּיטלען, וואָס זײַנען אָנגעשריבן דורך באַקאַנטע מומחים אויף די געהעריקע פֿעלדער. בסך־הכּל באַשטייט דער באַנד פֿון איין און צוואַנציק קאַפּיטלען, וואָס זײַנען אָרגאַניזירט אין פֿינף טיילן׃ די רוסישע מלוכה און די ייִדן, דאָס אינערלעכע לעבן פֿונעם רוסישן ייִדנטום, דעמאָגראַפֿיע און לענדער, אידעאָלאָגיע און פּאָליטיק, ליטעראַטור און קונסט. אַזאַ מין סטרוקטור האָט געוויסע מעלות און געוויסע חסרונות. פֿון איין זײַט, ווערט יעדער ענין באַהאַנדלט דורך אַן אמתדיקן קענער, וועלכער גיט דעם לייענער אַ געפּרעסטן קיצור פֿון זײַנע גרעסערע פֿאָרשונגען. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן מען דערבײַ ניט אויסמײַדן אַ געוויסן ווידעראַנאַנד, סײַ וואָס שייך דעם סטיל און סײַ וואָס שייך דעם מיין. Essays on the History and Meaning of Yizker Volumes. Ed. Rosemary Horowitz. Jefferson, NC, 2011
Zwischen Tradition und Häresie: ‶Beer Sheva″ – eine Enzyclopädie des jüdischen Wissens der Frühen Neuzeit. Wiesbaden: Harrassowitz, 2010 ‶Be’er Sheva″ by Beer and Bella Perlhefter: An Edition of a Seventeenth Century Yiddish Encyclopedia. Ed. Nathanael Riemer and Sigrid Senkbeil. Wiesbaden: Harrassowitz, 2010
Many Pious Women: Edition and Translation. Berlin: De Gruyter, 2011
Modern Jewish Literatures: וואָס איז ייִדישע ליטעראַטור? די דאָזיקע פֿראַגע שטייט אינעם צענטער פֿון די ייִדישע אינטעלעקטועלע וויכּוחים זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה, אָבער קיין ענדגילטיקן ענטפֿער האָט מען אויף איר נאָך אַלץ ניט באַקומען. אין תּוך גענומען זײַנען דאָ דרײַ מינים ענטפֿערס: א) אַלע ווערק פֿון ייִדישע מחברים; ב) ווערק פֿון ייִדישע מחברים אויף ייִדישע טעמעס; ג) ווערק פֿון ייִדישע מחברים אויף ייִדישע טעמעס, וואָס זײַנען ספּעציעל געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן עולם. די עסטעטישע אָפּשאַצונגען שפּילן אין די דאָזיקע וויכּוחים כּסדר ניט קיין בולטע ראָלע. |