"דער בעכער פֿון ביטערגראָז".
מאָסקווע–ירושלים׃ "גשרים", 2012.
דער נײַער ראָמאַן פֿונעם רוסיש–ישׂראלדיקן שרײַבער וולאַדימיר פֿראָמער באַהאַנדלט אין דער בעלעטריסטישער פֿאָרעם די געשיכטע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן איז וויטאַלי־וויקטאָר־חיים אַרלאָזאָראָוו, דער פּאָליטישער אָנפֿירער פֿון דער סוכנות (די ייִדישע אַגענץ). חוץ אים, טרעפֿט זיך דער לייענער מיט גאָר פֿאַרשידענע אַנדערע פּערזענלעכקייטן פֿון יענער תּקופֿה, סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע׃ וולאַדימיר-זאבֿ זשאַבאָטינסקי, דוד בן־גוריון, פּינחס רוטענבערג, חיים ווײַצמאַן, מאַרטין בובער, ווי אויך דער רוסישער רעוואָלוציאָנער־טעראָריסט און ליטעראַט באָריס סאַווינקאָוו, די שרײַבערין נינאַ בערבעראָוואַ, און אַפֿילו מאַגדאַ געבעלס, די פֿרוי פֿון היטלערס פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער.
פֿראָמער איז קודם־כּל פֿאַראינטערעסירט אין די אינטעלעקטועלע חילוקי־דעות און פּאָליטישע וויכּוחים, וואָס די אָנהענגער פֿון פֿאַרשידענע ציוניסטישע בראַנזשעס האָבן געפֿירט צווישן זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִשובֿ און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער ראָמאַן איז אינטערעסאַנט ווי אַ פּרוּוו צו דערציילן אָט די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון אַ "רוסישן" שטאַנדפּונקט.
דעם מחברס סימפּאַטיע איז אויף דער זײַט פֿון די ייִדישע פּאָליטישע טוער פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ, אַזעלכע ווי: אַרלאָזאָראָוו, זשאַבאָטינסקי, רוטענבערג. זיי געהערן צו דער סמעטענע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג, בעת דער פּוילישער ייִד דוד בן–גוריון איז אויסגעמאָלט, להיפּוך, ווי אַ קליין–שטעטלדיקער טיפּ מיט ריזיקע אַמביציעס, אָבער מיט אַ קנאַפּער אינטעלעקטועלער אַמוניציע.
מען קאָן אָבער ניט בויען אַ ראָמאַן בלויז אויף אינטעלעקטועלע יסודות. דער אונטערטיטל פֿונעם בוך הייסט׃ "ליבע און גורלות אויפֿן פֿאָן פֿון עפּאָכאַלישע געשעענישן". די ליבע–ליניעס זײַנען נייטיק כּדי צו מאַכן דעם טעקסט מער לעבעדיק און געשפּאַנט, אָבער ליטעראַריש זײַנען זיי אַרויס די שוואַכסטע אינעם בוך. די פֿרויען ווערן געמאָלט ווי שוואַכע פּערזענלעכקייטן, וואָס זײַנען אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון די שטאַרקע מאַנצבילן. און אַרלאָזאָראָוו אַליין, אַ ייִדישער פּאָליטיקער און אַ רוסישער אינטעליגענט, ווײַזט זיך אַרויס דערצו נאָך אַ שטאַרקער גבֿר. די פֿרויען זײַנען פּשוט ניט בכּוח אויסצושטיין פֿאַר זײַן מענערישער קראַפֿט און וואַרפֿן זיך אויף אים, צומאָל קעגן זייער אייגענעם ווילן.
איינע פֿון די ליבע־געשיכטעס דינט דעם מחבר ווי אַ מיטל אַרויסצוברענגען זײַן אייגענע ווערסיע פֿון אַרלאָזאָראָווס מאָרד אויף דער תּל–אָבֿיבֿער פּלאַזשע אין 1933. פֿראָמער לאָזט צו פֿאַרשטיין, אַז דער דאָזיקער מאָרד איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער נאַציסטישער געהיימדינסט לויטן פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון געבעלס, ווי אַ מין נקמה־אַקט פֿאַר אַרלאָזאָראָווס ליבע–אַפֿערע מיט זײַן פֿרוי מאַגדאַ. און די דאָזיקע ליבע־סצענע פֿאַרדינט אַ פּרעמיע פֿאַר דער ערגסטער סעקס–שילדערונג.
ווי באַוווּסט, בלײַבט דער סוד פֿון אַרלאָזאָראָווס מאָרד עד־היום ניט אויסגעקלאָרט. לכתּחילה, האָט מען חושד געווען די ראַדיקאַלע רעוויזיאָניסטן. אָבער מיט יאָרן שפּעטער איז מען געקומען צו דער מסקנא, אַז דאָס איז ניט געווען זייער אויפֿטו. אין יענער צײַט האָבן זיך צו דער דאָזיקער ווערסיע צוגעכאַפּט די אָנהענגער פֿון בן־גוריונס מפּא״י–פּאַרטיי, ווײַל זי האָט גוט געפּאַסט ווי אַ כּלי אין זייער פּראָפּאַגאַנדע־קריג קעגן די רעוויזיאָניסטן.
לויט אַנדערע ווערסיעס, איז אַרלאָזאָראָוו דערהרגעט געוואָרן דורך די אַראַבישע באַנדיטן, דײַטשישע אָדער סאָוועטישע אַגענטן. פֿראָמערס אויסקלײַב פֿון דער דײַטשישער ווערסיע איז ניט צופֿעליק. זי פּאַסט צו ניט נאָר צו דער ראָמאַנטישער אינטריגע, אָבער אויך צו דער אַלגעמיינער היסטאָרישער קאָנצעפּציע. אין פֿראָמערס בוך זײַנען די רעוויזיאָניסטן צו איידל פֿאַר אַזאַ פֿאַרברעכן, און די אַראַבער זײַנען צו פּרימיטיוו. פֿאַר די נאַציס איז אַרלאָזאָראָוו געווען די איינציקע פֿיגור פֿונעם ייִשובֿ, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַן אייראָפּעיִשן פּאָליטישן פֿאַרנעם.
גלײַך נאָך היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט האָט אַרלאָזאָראָוו אָנגעהויבן רעאַליזירן דעם פּלאַן פֿון "העבֿרה", וואָס זײַן ציל איז געווען אַרײַנצוברענגען די דײַטשישע ייִדן קיין ארץ־ישׂראל, ווי אַן אויסטויש אויף דײַטשישער עקספּאָרט–פּראָדוקציע. דער דאָזיקער פּלאַן איז געגאַנגען קעגן דער בויקאָט־קאַמפּאַניע פֿונעם דײַטשישן עקספּאָרט, וואָס איז געשטיצט געוואָרן דורך די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע און דורך די רעוויזיאָניסטן. חוץ דעם, זײַנען אויך געווען קעגנער פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע צווישן דער נאַצי־פֿירערשאַפֿט.
אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז אַרלאָזאָראָוו איז געווען פֿאַרטאָן אין דער וועלט־פּאָליטיק, בעת בן־גוריון איז תּמיד פֿאַרבליבן אַ פּאָליטיקער פֿונעם פּראָווינציאַלן, קליין–שטעטלדיקן פֿאַרנעם, וואָס איז געווען באַגרענעצט אויף דער בריטישער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע. די רוסישע אינטעליגענטן — אַרלאָזאָראָוו, זשאַבאָטינסקי און רוטענבערג זײַנען אויך געווען אייגענע אין דער סבֿיבֿה פֿון דער רוסישער אימיגראַציע אין אייראָפּע. דאָס בוך שילדערט מיט אַ סך פּרטים זייערע באַציִונגען מיט די רוסישע שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער.
פֿראָמער האַלט זיך בײַ דער טעאָריע, וואָס האָט אַ צאָל אָנהענגער צווישן דער ישׂראלדיקער אינטעליגענץ, אַז ווען אַרלאָזאָראָוו וואָלט געבליבן לעבן, וואָלט מען געהאַט אַן אַנדערע, בעסערע און מער קולטורעלע מדינה. "דער בעכער פֿון ביטערגראָז" איז אָנגעשריבן, קודם־כּל, פֿאַרן רוסיש־ישׂראלדיקן עולם, וואָס פֿילט זיך ניט אין גאַנצן היימיש אין ישׂראל. דער מחבר באַטאָנט ספּעציעל דאָס חשיבֿות פֿון די רוסישע אָנפֿירער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג. דער לייענער קומט צום גלויבן, אַז ווען אַרלאָזאָראָוו וואָלט ניט אומגעקומען אין 1933, וואָלט מדינת־ישׂראל געווען אַ מער "רוסישע" געזעלשאַפֿט אינעם זין פֿון איר קולטור און פּאָליטיק. אַנשטאָט דעם האָט בן־גוריון אויפֿגעבויט די מדינה לויטן פּראָווינציעלן און קליין–שטעטלדיקן פּוילישן מוסטער.