ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק
אין רוסלאַנד,
רעדאַקטאָר ישׂראל ברטל (באַרטאַל).
באַנד 2׃ פֿון די צעטיילונגען פֿון פּוילן
ביזן סוף פֿון דער רוסישער אימפּעריע,
1772—1917,
רעדאַקטאָר איליאַ לוריע.
מאָסקווע־ירושלים׃ גשרים, 2012

דער צווייטער באַנד פֿון דעם דרײַ-בענדיקן ווערק "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד" באַהאַנדלט די סאַמע רײַכע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ייִדנטום. אַזוי ווי דער ערשטער באַנד, איז דאָס דאָזיקע בוך, וואָס פֿאַרמאָגט העכער פֿינף הונדערט זײַטן, מיט אַ סך זעלטענע אילוסטראַציעס; כּולל טעמאַטישע קאַפּיטלען, וואָס זײַנען אָנגעשריבן דורך באַקאַנטע מומחים אויף די געהעריקע פֿעלדער. בסך־הכּל באַשטייט דער באַנד פֿון איין און צוואַנציק קאַפּיטלען, וואָס זײַנען אָרגאַניזירט אין פֿינף טיילן׃ די רוסישע מלוכה און די ייִדן, דאָס אינערלעכע לעבן פֿונעם רוסישן ייִדנטום, דעמאָגראַפֿיע און לענדער, אידעאָלאָגיע און פּאָליטיק, ליטעראַטור און קונסט.
אַזאַ מין סטרוקטור האָט געוויסע מעלות און געוויסע חסרונות. פֿון איין זײַט, ווערט יעדער ענין באַהאַנדלט דורך אַן אמתדיקן קענער, וועלכער גיט דעם לייענער אַ געפּרעסטן קיצור פֿון זײַנע גרעסערע פֿאָרשונגען. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן מען דערבײַ ניט אויסמײַדן אַ געוויסן ווידעראַנאַנד, סײַ וואָס שייך דעם סטיל און סײַ וואָס שייך דעם מיין.
דער רעדאַקטאָר פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט פּראָפֿעסאָר ישׂראל ברטל און דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד, פּראָפֿעסאָר איליאַ לוריע, האָבן אַרײַנגעלייגט אַ סך מי בײַם צונויפֿברענגען אָט די פֿאַרשידענע טעקסטן, אָבער פֿון מאָל־צו־מאָל שטויסט מען זיך אָן אויף קעגנזעצלעכע אָפּשאַצונגען און אויסטײַטשונגען פֿון דער אָדער יענער היסטאָרישער דערשײַנונג. איין בײַשפּיל — די באַציִונג פֿון דער צאַרישער רעגירונג צו דער ציוניסטישער באַוועגונג׃ איז זי געווען נייטראַל (ווי עס האַלט י. גאָלדשטיין) אָדער נעגאַטיוו (לויט ה.-ד. לעווע)?
די מחברים פֿון דעם קאָלעקטיוון ווערק קומען פֿון פֿינף לענדער מיט אייגענע היסטאָריאָגראַפֿישע טראַדיציעס׃ ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד און רוסלאַנד. דאָס בוך, ווי אַ גאַנצקייט, האָט ניט קיין איינהײַטלעכע אידעאָלאָגישע פּאָזיציע, הגם עס שפּירט זיך צומאָל אַ ציוניסטישער טעם. פּראָפֿעסאָר ברטל באַמערקט אין זײַן הקדמה, אַז הײַנטיקע ייִדישע היסטאָריקער "ראַנגלען זיך מיט דער באַפֿרײַונג פֿון אידעאָלאָגישע סכעמעס און פּאָליטישע התחײַבֿותן", וואָס זײַנען אויפֿגעקומען אין דער צאַרישער און שפּעטער, סאָוועטישער תּקופֿה.
דער ענין ייִדן אינעם גערעם פֿון דער פֿילנאַציאָנאַלער אימפּעריע פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין אַלע קאַפּיטלען פֿונעם באַנד. כּדי צו אָנצוּווײַזן אויף דעם ברייטערן אימפּעריאַלן פֿאַרנעם פֿון דער "ייִדישער פֿראַגע", האָט מען צוגעגעבן צוויי ניט־אַשכּנזישע קאַפּיטלען, וועגן די בוכאַרער ייִדן און די קאַראַיִמער. צום באַדויערן, פֿעלט אינעם דאָזיקן באַנד אַ קאַפּיטל וועגן קאַווקאַז, הגם אינעם ערשטן באַנד האָט מען יאָ באַהאַנדלט די קאַווקאַזישע ייִדישע עדות.
אָבער אַ גרעסערער און מער וויכטיקער בלויז פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער אימפּעריאַלער געשיכטע, איז דאָס כּמעט פֿולקאָמע אויספֿעלן פֿון קרוין־פּוילן. דאָס אויסשליסן קרוין־פּוילן פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד שפּיגלט אַוודאי אָפּ די פּאָזיציע פֿון די רעדאַקטאָרן. מען קאָן אַזאַ שטאַנדפּונקט באַרעכטיקן מיט פֿאַרשידענע טעמים, אָבער צוליב דעם פֿאַרלירט די געשיכטע איר טיפֿקייט און פֿילזײַטיקייט.
ניט נאָר, וואָס די רוסישע ייִדן, דאָס הייסט ייִדן אין דער ליטע, רײַסן, אוקראַיִנע און בעסאַראַבער, האָבן געהאַט נאָענטע פּערזענלעכע, עקאָנאָמישע, סאָציאַלע, רעליגיעזע און קולטורעלע פֿאַרבינדונגען מיט קרוין־פּוילן, נאָר אויך די פּאָליטישע "פּוילישע פֿראַגע" האָט געהאַט אַ סך שײַכותן מיט דער "ייִדישער פֿראַגע" אין די אויגן פֿון דער צאַרישער אַדמיניסטראַציע.
אין דעם זין, דאַכט זיך, אַז דער אַנדערער וועג, וועלכן עס האָט אויסגעקליבן פּראָפֿעסאָר ענטאָני פּאָלאָנסקי אין זײַן אָקערשט־דערשינענער "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" איז מער פּאַסיק פֿאַר דער אויפֿגאַבע. פּאָלאָנסקיס דרײַ־בענדיקע געשיכטע דעקט דעם זעלביקן צײַט־אָפּשניט, אָבער גיט זיך אָפּ בלויז מיט די אַשכּנזים. אמת, זײַן צוגאַנט איז מער אַ פּוילישער איידער אַ רוסישער. דער ירושלימער פּראָיעקט וואָלט געקאָנט שאַפֿן אַ ניצלעכן קעגנגעוויכט צו פּאָלאָנסקיס בוך, אָבער צוליב דעם וואָלט מען געדאַרפֿט לייגן מער אַכט אויף פּוילן.
אַן אַנדערע מעלה פֿון פּאָלאָנסקיס בוך איז אַ ספּעציעל קאַפּיטל וועגן דעם שטעטל. ער באַשרײַבט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס־שטייגער אויף אַ סינטעטישן אופֿן, אַנשטאָט צו צעטיילן אים אויף דעמאָגראַפֿישע, קולטורעלע, רעליגיעזע און אַנדערע אַספּעקטן. אַזאַ מין פֿילזײַטיקע שילדערונג פֿעלט אינעם באַנד "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד", הגם דאָס ווערט אין אַ געוויסער מאָס קאָמפּענסירט דורך דעם זייער געראָטענעם קאַפּיטל וועגן דעם ייִדישן משפּחה־לעבן פֿון שײַ-רען פֿריז.
ווען מען רעדט וועגן דעם ייִדישן "פֿאָלק", בפֿרט אינעם רוסישן קאָנטעקסט, דאַרף מען אַרומרעדן דעם מיין פֿונעם דאָזיקן באַגריף גופֿא. ווי עס באַמערקט פּראָפֿעסאָר ברטל אין זײַן הקדמה, איז דער באַגריף פֿונעם רוסישן ייִדנטום אַנטשטאַנען אין דער סבֿיבֿה פֿון דער נאַציאָנאַל־געשטימטער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. עס וואָלט געווען ניצלעך און אינטערעסאַנט צו אַנאַליזירן די וויכּוחים אַרום דעם דאָזיקן ענין; אפֿשר ווי אַ קאַפּיטל, געווידמעט דער אינטעלעקטועלער געשיכטע, וואָס זאָל דערקלערן די עיקרדיקע השׂגות פֿון די הײַנטיקע וויכּוחים.
עס קומט אַרויס אַ ביסל איראָניש, אַז דווקא דער דאָזיקער טעמע זײַנען געווען געווידמעט צוויי גרונטיקע ביאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען אויף רוסיש — גאַלינאַ עליאַסבערגס בוך וועגן ישׂראל צינבערג און וויקטאָר קעלנערס בוך וועגן שמעון דובנאָוו. אָבער צום באַדויערן, האָבן די דאָזיקע פֿאָרשונגען ניט איבערגעלאָזט קיין סך שפּורן אינעם זאַמלבאַנד.
פֿאַר דער אַמאָליקער רוסיש–ייִדישער ייִדישער וויסנשאַפֿט איז געווען וויכטיק די עטנאָגראַפֿישע דימענסיע. דאָס זעט מען בולט שוין פֿונעם טיטל פֿון דער "ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין פּעטערבורג אין 1908. ייִדישע עטנאָגראַפֿיע איז געווען גאַנץ וויכטיק אי פֿאַר די סאָוועטישע, אי פֿאַר די פּוילישע ייִדישע פֿאָרשער פֿאַר דער מלחמה. די דאָזיקע דימענסיע איז כּולל דעם פֿאָלקלאָר, די מינהגים און דעם גאַנצן לעבנס־שטייגער פֿון ייִדן, אָבער וועגן דעם באַקומט מען ניט קיין סך אַנונג פֿונעם זאַמלבאַנד.
די "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד" איז זייער אַ נייטיק בוך פֿאַרן רוסיש־רעדנדיקן עולם, וואָס האָט עד־היום ניט קיין פֿאַרלאָזלעכע רוסיש–ייִדישע געשיכטע אויף דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿטלעכער מדרגה. אָבער דאָס נײַע קאָלעקטיווע ווערק איז שוין אַ ביסל מעטאָדאָלאָגיש און קאָנצעפּטועל פֿאַרעלטערט. עס געהערט נאָך אַלץ צום 20סטן יאָרהונדערט און שפּיגלט ניט אָפּ די לעצטע טענדענצן אין דעם געביט. מען קאָן אויך פֿרעגן, ווי ניצלעך זײַנען פֿאַרן רוסישן לייענער די ביבליאָגראַפֿישע רעפֿערענצן צו איינצלנע קאַפּיטלען, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי ווײַזן אָן אויף העברעיִשע ווערק.
די פֿאָרשונג פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז הײַנט–צו–טאָג זייער אַ דינאַמישער געביט. דאָס ערשטע יאָרצענדליק פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט איז געווען באַזונדערס פֿרוכטבאַר. די נײַע ביכער פֿון דזשעפֿרי וויידלינגער, בנימין מאָס, גאַבריעלאַ סאַפֿראַן, יודזשין אַוורוטין, ברײַען האָראָוויץ האָבן געענדערט דאָס גאַנצע בילד פֿונעם רוסיש–ייִדישן אַמאָל. אָבער צום באַדויערן, איז דאָס פֿאַרבליבן מחוץ דעם גערעם פֿון דעם נײַעם באַנד פֿון "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד".