ליטעראַטור

מיכאַיִל קיזילאָוו.
קרימער יהודה׃ בילדער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן, כאַזאַרן,
קאַראַיִמער און קרימטשאַקעס
אין קרים פֿון אַנטיקישער תּקופֿה
ביז הײַנטיקע טעג.
סימפֿעראָפּאָל׃ "דאָליאַ", 2011


דער האַלב–אינדזל קרים פֿאַרנעמט אין דער ייִדישער געשיכטע אַ גאָר חשובֿ אָרט. אין דער הקדמה צו זײַן בוך מאַכט מיכאַיִל קיזילאָוו אַ פֿאַרגלײַך צווישן קרים און ארץ–ישׂראל׃ דאָ און דאָרט האָבן ייִדן געוווינט זינט אוראַלטע צײַטן; ביידע געגנטן האָבן געהערט צו די אייגענע וועלט־אימפּעריעס — די ביזאַנטישע און די אָסמאַנישע. דער ייִדישער ייִשובֿ סײַ אין קרים סײַ אין ארץ־ישׂראל, איז געווען אַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע עדות; און אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען זיך גענומען צו שאַפֿן דאָרט ייִדישע אויטאָנאָמע טעריטאָריאַלע איינסן אויפֿן יסוד פֿון לאַנד־ווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס. דערצו נאָך איז דער קלימאַט און די לאַנדשאַפֿט אין קרים ענלעך אויף ארץ־ישׂראל׃ ים, בערג, און אַ סך ניט־באַוווינטע שטחים.
קיזילאָוו איז אַ יונגער ייִדישער היסטאָריקער פֿון קרים, וואָס האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין געשיכטע פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער איז אַ מחבר פֿון צוויי וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ענגליש וועגן די קאַראַיִמער אין קרים און גאַליציע. אין זײַן נײַעם רוסישן בוך מאַכט ער אַ פּרוּוו צו דערציילן אין אַ פּאָפּולערן אופֿן, אָבער אויף אַ געהעריקן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ, די גאַנצע לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדן אין קרים.
אַזאַ מין אויפֿגאַבע איז ניט קיין פּשוטע. ניט נאָר דאַרף מען האָבן ברייטע קענטענישן אין שפּראַכן — צווישן זיי גריכיש, טערקיש, טאָטעריש, איטאַליעניש, רוסיש, העברעיִש — און קענען די געשיכטע פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע פֿעלקער און מלוכות; מען דאַרף אויך זײַן אַ מומחה אין לינגוויסטיק, אַרכעאָלאָגיע, רעליגיע און פֿאָלקלאָר. דערצו דאַרף מען אויך זײַן אַ ניכטערער פֿאָרשער מיט אַ קריטישן קוק אויף כּלערליי אַלטע און נײַע כּמו–וויסנשאַפֿטלעכע "טעאָריעס", וואָס זײַנען אויסן צו דערקלערן אַלע פֿאַקטן מיט איין מאָל.
קיזילאָוו האָט אָנגעשריבן זייער אַ געראָטן בוך, וואָס פֿאַרסך־הכּלט מער ווי צוויי טויזנט יאָר פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין קרים. אָבער ליידער וועט עס מסתּמא ניט דערגיין צו דער ברייטערער לייענערשאַפֿט אַפֿילו אין רוסלאַנד, שוין אָפּגערעדט אין אויסלאַנד. דאָס דאָזיקע ווערטפֿולע בוך, די איינציקע אַקאַדעמישע געשיכטע פֿון ייִדן אין קרים, איז אַרויס אין אַ קליינעם פֿאַרלאַג אין סימפֿעראָפּאָל, דער הויפּטשטאָט פֿון דער קרימער געגנט אין אוקראַיִנע.
די דאָזיקע געשיכטע הייבט זיך אָן מיטן אָנקומען פֿון ייִדן, מסתּמא פֿון ארץ־ישׂראל דורך קליין–אַזיע, אינעם באָספֿאָרישן מלכות אויף דעם מיזרח־ברעג פֿונעם האַלב־אינדזל און אין די אַלט–גריכישע קאָלאָניעס אויפֿן מערבֿ־ברעג. וועגן זיי זאָגן עדות אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן מיט העברעיִשע אויפֿשריפֿטן און ייִדישע סימבאָלן. די עלטסטע ייִדישע מצבֿות שטאַמען פֿונעם ערשטן יאָרהונדערט פֿון אונדזער צײַט–רעכענונג. אָבער מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַוויזן דאָרט נאָך פֿריִער, אין דער תּקופֿה פֿון די יורשים פֿון אַלכּסנדער המוקדון.
עס בלײַבט אָבער ניט קלאָר, וואָס איז געשען מיט די דאָזיקע ייִדישע קהילות צווישן דעם פֿינפֿטן און זיבעטן יאָרהונדערט, ווען קיין קרים זײַנען געקומען די כאַזאַרן (כּוזרים) פֿון די מיזרחדיקע סטעפּעס. אַרום יענער צײַט האָבן זיך אין קרים באַוויזן ייִדן פֿון פּערסיע און ביזאַנטיע, און מיט אַ פּאָר יאָרהונדערט שפּעטער — אויך די קאַראַיִמער. און כאָטש די היסטאָרישע מקורים פֿון יענער תּקופֿה זײַנען זייער קאַרג, האָבן זיי פֿון דעסטוועגן געגעבן שטאָף פֿאַר כּלערליי פֿאַנטאַזיעס.
מיכאַיִל קיזילאָוו
מיכאַיִל קיזילאָוו
דער "כאַזאַרישער מיטאָס" ווערט געבוירן אינעם 10טן יאָרהונדערט אין דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן חסדאי אבן שפּרוט, דעם עצה־געבער פֿונעם כאַליף פֿון קאָרדאָבאַ אין שפּאַניע, און דעם כאַזאַרישן מלך יוסף. אָבער ווי עס האַלטן הײַנטיקע פֿאָרשער, זײַנען יוספֿס בריוו באמת אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַ געלערנטן ייִד אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל און ניט דורך אַ כאַזאַרישן קעניג. דער כאַזאַרישער מיטאָס בלײַבט פֿריש עד־היום. זײַן לעצטן גילגול געפֿינט מען אינעם וועלט־בעסטסעלער "דאָס דערפֿינדען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" פֿון שלמה זאַנד, וואָס טענהט, אַז מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן שטאַמען פֿון אָט דעם טערקישן שבֿט.
אונטער דער אָטאָמאַנישער שליטה ווערן אין קרים אויסגעפֿורעמט צוויי אייגנאַרטיקע ייִדישע עדות, די קרימטשאַקעס און די קאַראַיִמער. ביידע האָבן גערעדט אַ טאָטערישן דיאַלעקט און געוווינט בשכנות, אָבער יעדע עדה האָט זיך געהאַלטן בײַם אייגענעם נוסח ייִדישקייט. די קאַראַיִמער האָבן ניט אָנערקענט די הלכה דרבנן און האָבן געפֿאָלגט זייערע אייגענע כּללים. אָבער ביזן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיי זיך ניט אָפּגעטיילט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. זיי האָבן אַפֿילו געטענהט, אַז זייער נוסח ייִדישקייט איז דער סאַמע אַלטער און עכטער.
די צאַרישע מאַכט האָט באַפֿרײַט די רוסישע קאַראַיִמער, וואָס האָבן דעמאָלט געוווינט אין קרים, וואָלין און ליטע, פֿון אַלע אַנטי־ייִדישע באַגרענעצונגען, ווײַל די קאַראַיִמער האָבן ניט געגלייבט אינעם תּלמוד. די קאַראַיִמער זײַנען געוואָרן די סאַמע רײַכע צווישן אַלע רעליגיעזע עדות אין דער רוסישער אימפּעריע. אָבער זייער גײַסטלעך לעבן האָט געליטן אַן ירידה און זיי האָבן ניט געקאָנט אונטערהאַלטן זייער אַמאָליקע געלערנטקייט.
די קרימטשאַקישע עדה איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון צונויפֿשמעלצונג פֿון ייִדישע שאָר־ירקות, וואָס זײַנען געקומען קיין קרים פֿון דער גאָרער וועלט. צווישן זיי זײַנען געווען אי אַשכּנזים פֿון פּוילן און ליטע, אי איטאַליענישע און גריכישע ייִדן, אי ייִדן פֿון פּרס ומדי, אי ייִדן פֿון בבֿל. די דאָזיקע ייִדישע קהילות האָבן געהאַלטן אין איין וואַקסן זינט דעם 13טן יאָרהונדערט, און בהדרגה האָט זיך אויסגעפֿורעמט די אייגנאַרטיקע קרימטשאַקישע אידענטיטעט. אונטער דער אָטאָמאַנישר שליטה איז קרים געווען אַ מקום־מיקלט פֿאַר ייִדישע פּליטים׃ נאָכן גירוש־ליטע אין 1495 איז קיין קרים געקומען אַ גרופּע ייִדן פֿון קיִעוו.
ערבֿ דעם חורבן האָבן אין קרים געוווינט אַרום 58,000 אַשכּנזים, 7,000 קרימטשאַקעס און 7,000 קאַראַיִמער. פֿאַקטיש זײַנען אַלע ייִדן אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציסטן. די קליינע קרימטשאַקישע קהילה איז געווען ממש פֿאַרטיליקט, אָבער זייערע שכנים די קאַראַיִמער האָבן געהאַט אַ גוטן מזל. די נאַציסטישע "ראַסן־מומחים" אויף דער "ייִדישער פֿראַגע" האָבן טאַקע יאָ געגלויבט אינעם "כאַזאַרישן מיטאָס" און ניט געהאַלטן די קאַראַיִמער פֿאַר עטנישע ייִדן.
אין 1991 איז קרים געוואָרן אַ טייל פֿון דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִִנע. אין 2001 האָבן דאָרט געוווינט בסך־הכּל 4,500 אַשכּנזים, 672 קאַראַיִמער און 204 קרימטשאַקעס, אויף דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 2.5 מיליאָן מענטשן. ייִדן און קאַראַיִמער האָבן באַקומען צוריק אייניקע געבײַדעס און געשאַפֿן קולטורעלע געזעלשאַפֿטן. אָבער דער מצבֿ פֿון די אַלטע מאָנומענטן און בית־עלמינס בלײַבט לרובֿ זייער אַ נעבעכדיקער. די רעסטאַווראַציע, וואָס מען פֿירט דורך, איז אָפֿטמאָל ניט אויף דעם געהעריקן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. און דאָך, שליסט קיזילאָוו זײַן בוך אויף אַן אָפּטימיסטישער נאָטע׃ "דער נר־תּמיד, וואָס איז אָנגעצונדן געוואָרן אין קרים מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק דורך די איבערוואַנדערער פֿון ארץ־ישׂראל, האַלט נאָך אַלץ אין איין ברענען."