- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פּראָווינץ מערן (מאָראַוויע) פֿון דער האַבסבורג־אימפּעריע איז תּמיד געווען אין שאָטן פֿון אירע גרעסערע שכנים׃ אונגאַרן (מיט סלאָוואַקײַ), בעמן (באָהעמיע), שלעזיע און עסטרײַך. אָבער דאָס מערישע ייִדנטום האָט געהאַט זײַן אייגנאַרטיק פּנים און געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער ייִדישער און אייראָפּעיִשער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מײַקל מיקער פֿונעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט אַנטפּלעקט די דאָזיקע געשיכטע אינעם ליכט פֿון הײַנטיקן טאָג. בערך דרײַ פֿערטל פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן לעבן הײַנט–צו–טאָג מחוץ די אַלטע סאָוועטישע גרענעצן. זינט 1970, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט דערלויבט די ייִדישע עמיגראַציע, זײַנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַבאַנד אַרויסגעפֿאָרן כּמעט צוויי מיליאָן ייִדן, בערך אַזוי פֿיל, ווי בעת דער גרויסער עמיגראַציע פֿון 1881—1914. אָבער להיפּוך צו דער ערשטער כוואַליע, ווען די מערהייט ייִדן זײַנען טאַקע פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד, איז די הײַנטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די לענדער פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מערסטנטייל אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, אַ גאַנץ קליינע, אַרום אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות. אַזאַ מין מאַסאָווע ייִדישע יציאת־רוסלאַנד איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער שפּיץ פֿון דער עמיגראַציע האָט זיך באַוויזן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1990ער יאָרן. איצט האָט זיך די עמיגראַציע כּמעט אָפּגעשטעלט, און אין משך פֿון די ערשטע צענדליק יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ סטאַביליזירט. אַנשטאָט מאַסן־עמיגראַציע איז געקומען מיגראַציע צווישן די הויפּט־צענטערס פֿון דער רוסיש־ייִדישער צעשפּרייטונג. אַ היפּש ביסל אימיגראַנטן פֿאַרמאָגן רוסישע בירגערשאַפֿט און קומען קיין רוסלאַנד רעגולער, אויף אַ באַזוך אָדער צוליב געשעפֿטן. נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה איז אַרויס דער נײַער נומער פֿונעם מינסקער אַקאַדעמישן יאָרבוך "צײַטשריפֿט". אַ סך האָט זיך געביטן אין משך פֿון די אַכציק יאָר, וואָס זײַנען פֿאַרבײַ צווישן דעם פֿינפֿטן (1931) און דעם איצטיקן זעקסטן (2011) נומער. אַנשטאָט דעם אַמאָליקן ייִדישן סעקטאָר בײַ דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס איז ליקווידירט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, איז דער אַרויסגעבער פֿון דער באַנײַטער "צײַטשריפֿט" דער צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם ווײַסרוסישן ייִדנטום בײַ דעם אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך, צוליב פּאָליטישע סיבות, ניט אין מינסק נאָר אין ווילנע.
Film Ahead of Time, דאָס היסטאָרישע בילד, וואָס מיר האָבן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אין אַ היפּשער מאָס געשאַפֿן געוואָרן דורך די זשורנאַליסטישע באַריכטן און פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן. צווישן די חשובֿע זשורנאַליסטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט פֿאַרנעמט רות גרובער, וואָס האָט ניט לאַנג צוריק אָפּגעמערקט איר הונדערטסטן געבוירנטאָג, אַ ספּעציעל אָרט. געבוירן אין ברוקלין אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, האָט זי שוין צו פֿופֿצן יאָר אָנגעהויבן אירע קאָלעדזש־שטודיעס אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט זי זיך דערמאָנט, ווי אויף דער ערשטער לעקציע האָט דער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש געמאַכט אַ ספּעציעלע דערקלערונג פֿאַר די ייִדישע סטודענטן: "אויב עמעצער פֿון אײַך האַלט, אַז דײַטש איז פּונקט דאָס זעלבע וואָס ייִדיש און עס וועט זײַן גרינג צו לערנען, האָט איר אַ טעות. אײַער קענטעניש אין ייִדיש קאָן קאַליע מאַכן אײַער דײַטש. דאָס בעסטע איז צו פֿאַרגעסן באַלד אַלץ, וואָס איר קענט אין ייִדיש!". רות האָט זיך געחידושט׃ "ווי קאָן איך פֿאַרגעסן ייִדיש, וואָס איך האָב זיך געלערנט בײַ מײַן באָבען?" — אָבער אין גיכן האָט זי באַמערקט, אַז איר ייִדיש ווערט אַלץ מער דײַטשמעריש. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר ליבע מיט דער דײַטשער קולטור (און אויך מיט דעם פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש).
דעמיאַן קודריאַווצעוו, דער אָנהייב פֿונעם ראָמאַן איז ענלעך צו "קינדער פֿון חצות" פֿון סאַלמאַן ראַשדי׃ די צוויי צווילינג־ברידער ווערן געבוירן פּונקט אין דעם מאָמענט, ווען עס ווערט פּראָקלאַמירט אַ נײַע מלוכה. אין ביידע פֿאַלן גייט עס וועגן אַ מלוכה, וואָס קומט אויף פֿון די חורבֿות פֿון דער בריטישער אימפּעריע, אינדיע אָדער ישׂראל. אָבער דער רוסישער ראָמאַן הייבט זיך אָן ניט אין ישׂראל נאָר אין אָדעס, און זײַנע העלדן קומען קיין מאָל ניט אין זייער "היסטאָרישן היימלאַנד". פֿון דעסטוועגן שפּילט מדינת־ישׂראל אַ מכריעסדיקע ראָלע אין קודריאַווצעווס ראָמאַן. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן שפּרינגט כּסדר איבער צײַטן און ערטער, און איז פֿול געפּאַקט מיט כּלערליי אַוואַנטורעס. אָנגעשריבן מיט קורצע זאַצן, מיט אינעווייניקע גראַמען און אַ קלאָרן ריטעם, לייענט זיך דער דאָזיקער טעקסט, ווי אַ מין פּאָעטישער סיפּור־המעשׂה, וואָס דערציילט די מאָדערנע געשיכטע אויף אַן עפּיש־מיטאָלאָגישן שטייגער. פֿון איין זײַט, זײַנען די העלדן געוויינטלעכע ייִנגלעך, וואָס וואַקסן אויף אין דער האַלב־קרימינעלער סבֿיבֿה פֿון דער נאָכמלחמהדיקער אָדעסע. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען זיי סימבאָלישע פֿיגורן, גילגולים פֿון פֿאַרשידענע מיטאָלאָגישע צווילינג־פֿיגורן, אַזעלכע ווי קין און הבֿל, יצחק און ישמעאל, יעקבֿ און עשׂו.
Nieme dusze?
שטומע נשמות? פֿרויען אין דער
ייִדיש־קולטור. אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז פּוילן געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישע לימודים בכלל, און פֿון שטודיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט. עס איז נאַטירלעך, אַז די אינטערעסן פֿונעם נײַעם דור פּוילישע פֿאָרשער געהערן צו דעם פּוילישן ייִדנטום, און עס איז אויך נאַטירלעך, אַז זייער געדאַנקען־גאַנג ווערט באַווירקט דורך די הײַנטצײַטיקע מערבֿדיקע טעאָרעטישע שטרעמונגען. ביידע טענדענצן ווערן בולט פֿאָרגעשטעלט אינעם נײַעם וואָגיקן זאַמלבוך פֿון אַרטיקלען וועגן פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס בוך איז אַ פּועל־יוצא פֿון צוויי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און נעמט אַרײַן צוואַנציק רעפֿעראַטן, וואָס דעקן בערך פֿיר הונדערט יאָר פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע — פֿון סאַמע סוף 16טן יאָרהונדערט (קאַטאַזשינאַ שורמיאַק וועגן דער געשטאַלט פֿון ייִדישער פֿרוי אין "בראַנטשפּיגל") ביז די 1950ער יאָרן. דער טעמאַטישער דיאַפּאַזאָן איז אויך אַ ברייטער׃ פֿון ליטעראַטור און שפּראַך צו רעליגיע, טעאַטער, מאָלערישער קונסט און פּאָליטיק.
מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ "דער זכּרון איז מער ווי דאָס וויסן", זאָגט יאָסל בירשטיין (1920—2003) אין איינעם פֿון זײַנע מאָנאָלאָגן אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער סעריע "ייִדישע שרײַבערס". און בירשטיין האָט טאַקע יאָ פֿאַרמאָגט אַ מעכטיקן זכּרון, וואָס איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט די סאַמע קלענסטע פּרטים פֿונעם מענטשלעכן קיום. חוץ דעם, וואָס ער האָט פֿאַרגעדענקט אַלץ, וואָס ער האָט אַ מאָל געזען, געהערט, אָדער געשמעקט, האָט ער פֿאַרמאָגט אַן איבערמענטשלעכע פֿעיִקייט צו פֿאַרוואַנדלען אָט דעם רוישטאָף אין געטאָקטע מעשׂיות, און דערצו נאָך אין צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש. בירשטיינס שאַפֿונג איז סײַ מאָדערן, סײַ טראַדיציאָנעל. ער איז געווען דער פּיאָנער פֿון דער קיבוץ־טעמע אויף ייִדיש. זײַן ערשטער ראָמאַן "אויף שמאָלע טראָטואַרן" (1958) שעפּט פֿונעם מחברס דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין קיבוץ גבֿת, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע ערשטע צען יאָר אין ישׂראל. אָבער דאָס רובֿ פֿון זײַן שאַפֿונג געהערט צו דעם אַלטן ייִדישן זשאַנער פֿון מעשׂיות. ער האָט זיך גערופֿן אַ "מגיד פֿון מעשׂיות", און אין דעם זין איז ער אַ געטרײַ אייניקל פֿון שלום־עליכם. גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע".
Nadia Kalman. דער ראָמאַן "קאָסמאָפּאָליטן" פֿון דער יונגער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם נאַדיאַ קאַלמאַן געהערט צו דעם מין עמיגראַנטישע משפּחה־ראָמאַנען, וואָס זײַנען לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע. דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, אויפֿגעוואַקסן שוין אין אַמעריקע, האָט אָבער אָפּגעהיט אַ היפּשן טייל פֿון זייער רוסישער קולטורעלער ירושה, האָט פֿעסט פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. די מחברים פֿון דער דאָזיקער גרופּע, אַזעלכע ווי גערי שטיינגאַרט, אַניאַ אוליניטש, לאַראַ וואַפּניאַר, דייוויד בעזמאָזגיס, שרײַבן אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס, אָבער איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות. אַלע ווערק זייערע זײַנען שטאַרק באַווירקט פֿון דער ליטעראַרישער קלאַסיק, דער עיקר, דער רוסישער. דער סאַמע בולטער מוסטער פֿון אַזאַ ליטעראַטור־איבערניצעווען פֿון אַ קלאַסישן מוסטער איז דער ראָמאַן פֿון אירינאַ ריין "וואָס איז געשען מיט אַנאַ ק.", וועלכער דערציילט די געשיכטע פֿון אַנאַ קאַרענינאַ אין די דעקאָראַציעס פֿון הײַנטיקן ניו־יאָרק. די צווייטע, פֿאַרברייטערטע און באַנײַטע אויפֿלאַגע פֿון י. האָבערמאַנס געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿילם "די בריק פֿון ליכט" איז אַ שיינע מתּנה פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור. ווי אַ צוגאָב צו דעם בוך באַקומט מען אַ ווידעאָדיסק, וואָס אילוסטרירט דעם טעקסט מיט בילדער און אויסשניטן פֿון פֿילמען. די ערשטע אויפֿלאַגע איז דערשינען ווי אַ באַגלייטונג־באַנד צו דעם ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿאַר מאָדערנער קונסט אין 1991. דעמאָלט האָט דער ברייטער עולם באַקומען, נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה, אַ מעגלעכקייט צו זען אַלטע ייִדישע פֿילמען, דאָס רובֿ געמאַכט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן; אייניקע פֿון זיי האָט מען שוין לאַנג געהאַלטן פֿאַר פֿאַרלוירענע.
קבלה, די געהיימע מיסטישע ייִדישע תּורה, האָט לאַנג פֿאַרכּישופֿט דעם קריסטלעכן כּוח־הדמיון. מען האָט זי אויסגעטײַטשט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים׃ ווי אַ מעטאָד פֿון מאַכן ניצלעכע און פּראַקטישע נסים, אָדער ווי אַ געהיימע וויסנשאַפֿט, וואָס דערקלערט די יסודות פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג. אַ היפּשער טייל פֿון יענע פֿאָרשטעלונגען זײַנען געווען ריינע בויך־סבֿרות, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין שײַכות צו דער קבלה גופֿא. אָבער אייניקע באַגריפֿן פֿון עכטע קבליסטישע ספֿרים, אַזעלכע ווי "זוהר" אָדער "פּרדס רימנים", האָבן טאַקע יאָ געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויף דער "קריסטלעכער קבלה".
דער רוסישער אַוואַנגאַרד איז אַדורך דרײַ היסטאָרישע תּקופֿות. זײַן מעשׂה־בראשית איז געווען דער רעוואָלוציאָנערער אימפּעט פֿון באַשאַפֿן אַ נײַע וועלט. דערנאָך איז געקומען די צײַט פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, און דער אַוואַנגאַרד איז פּסול געוואָרן ווי "פֿאָרמאַליזם". דער נײַער אינטערעס צו דער אַוואַנגאַרדיסטישער ירושה האָט זיך האָט זיך צוריק באַווויזן אין די 1960ער יאָרן, אָבער ערשט אין די 1990ער יאָרן איז די דאָזיקע קונסט אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע תּקופֿות אין דער רוסישער קונסט־געשיכטע. |