- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
Yiddishkeit:
די ייִדישע טראַדיציע פֿון מאָלן קאַריקאַטורן איז רעלאַטיוו יונג, אָבער דער קאָמישער זשאַנער פֿאַרנעמט דערין אַ חשובֿן אָרט. שלום־עליכם האָט געכאַפּט די דאָזיקע טענדענץ אין "מאָטל פּייסי דעם חזנס", ווען ער האָט בדעה געהאַט צו לאָזן זײַן העלד ווערן אַ קינסטלער אין אַמעריקע. מיט זײַן חוצפּה און שאַרף אויג וואָלט מאָטל געוואָרן אַ דערפֿאָלגרײַכער קאַריקאַטוריסט אָדער אפֿשר געמאַכט אַ קאַריערע אין האָליוווּד, ווי אַן אַנימאַטאָר. מאָטל וואָלט געוויס געקליבן נחת פֿונעם נײַעם בוך "ייִדישקייט׃ די ייִדישע רעד־שפּראַך און דאָס נײַע לאַנד" — אַ זאַמלונג פֿון מעשׂיות אין בילדער וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישער קולטור, צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך האַרווי פּעקאַר און פּאָל בולע. צו באַהאַנדלען די דאָזיקע טעמע אינעם זשאַנער פֿון קאָמיקס איז גאָר אַן אַנדערע אויפֿגאַבע, איידער פֿאַרפֿאַסן נאָך איין בוך וועגן ייִדיש און ייִדישקייט. ערשטנס, זענען די קאָמיקס ניט צוגעפּאַסט צו אַ גראָדליניקער דערציילונג, ווײַל דער טעקסט און דאָס בילד געפֿינען זיך אין אַ שטענדיקן דיאַלאָג. דערפֿאַר מוז מען געפֿינען מעשׂיות, וואָס לאָזן זיך דערציילן אויף אַזאַ אופֿן. צווייטנס, דאַרף מען שרײַבן קורץ און שאַרף, אָן טיפֿע טעאָרעטישע חכמות, ווײַל די קאָמישע בילדער וועלן סײַ־ווי חוזק מאַכן פֿונעם געהויבענעם טאָן.
די סאָכע און דער חומש׃ אין מערבֿ איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ייִדן זײַנען געווען די סאַמע דערשטיקטע און רעכטלאָזיקע גרופּע אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. אָבער אין דער אמתן איז די לעגאַלע און עקאָנאָמישע לאַגע בײַם גרעסטן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, די קריסטלעכע פּויערים, געווען אַ סך ערגער. ביז 1861 זײַנען זיי פֿיזיש און געזעצלעך געווען אין רשות פֿונעם פּריץ און האָבן ניט געטאָרט אַפֿילו חתונה האָבן אָן זײַן דערלויבעניש. ייִדן, להיפּוך, זײַנען געווען פֿרײַע שטאָטישע בירגער, הגם זייער וווינרעכט און אַנדערע רעכט זײַנען געווען באַגרענעצט דורך די געזעצן. די באַציִונגען צווישן פּויערים און ייִדן זײַנען געווען קאָמפּליצירטע. די רוסישע רעגירונג האָט זיך געסטאַרעט צו האַלטן אָט די צוויי גרופּעס ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער. די סיבות זײַנען געווען סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און אויך רעליגיעזע׃ די קריסטלעכע מאַכט האָט מורא געהאַט, אַז די ייִדן וועלן "פֿאַרנאַרן" די פּראָסטע פּויערים אין זייער גלויבן. דער דאָזיקער פּחד האָט ניט געהאַט קיין רעאַלן יסוד, ווײַל די ייִדישע רעליגיע זוכט ניט קיין גרים צווישן די אומות־העולם. און עס איז דערפֿאַר גאַנץ מערקווערדיק, וואָס אַ היפּשע צאָל רוסישע פּויערים, און דווקא אין די געגנטן ווײַט פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, האָבן זיך אָנגעהויבן האַלטן בײַ געוויסע מיצוות פֿונעם תּנ״ך. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך אַפֿילו דערקלערט פֿאַר ייִדן און געמאַכט אַן עליה. לויט די רוסישע געזעצן, איז דאָס "אָפּפֿאַלן" פֿון קריסטנטום געווען אַ שווער פֿאַרברעכן, וואָס צומאָל האָט מען באַשטראָפֿט מיט טויט. רוסלאַנד האָט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון ייִדישער היסטאָרישער, עטנאָגראַפֿישער און ליטעראַרישער פֿאָרשונג, אָבער עד־היום זײַנען די בעסטע ווערק געווען פֿאַרבאָרגן צווישן די טאָוולען פֿון אַלטע ביכער און זשורנאַלן. איצט האָט מען, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו זען מיט די אייגענע אויגן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון אָט דעם אייגנאַרטיקן גײַסטלעכן וועלטבאַנעם. דער נײַער ייִדישער מוזיי, וואָס האָט זיך הײַיאָר געעפֿנט אין מאָסקווע, געפֿינט זיך אין אַ באַשיידענעם לאָקאַל אין אַ געוויינטלעכער מאָדערנער געבײַדע ניט ווײַט פֿונעם שטאָט־צענטער. דאָס איז אַ פּריוואַטע אונטערנעמונג, און דערפֿאַר דאַרף מען זיך פֿריִער צונויפֿרעדן טעלעפֿאָניש מיט דער אַדמיניסטראַציע וועגן אַ באַזוך, אָבער דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ און דער מוזיי איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ניט געקוקט אויף דעם באַשיידענעם אויסזען, פֿאַרמאָגט דער מוזיי אַ רײַכע קאָלעקציע מיט אַן אָריגינעלער קאָנצעפּציע. דער מוזיי איז ממשיך די טראַדיציע פֿון ש. אַנ־סקי און ש. דובנאָוו, וואָס איז געווען דער אינטעלעקטועלער יסוד פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט אין פּעטערבורג פֿאַר דער רעוואָלוציע. די עקספּאָזיציע ווערט פֿאָרגעשטעלט פֿון אַ טאָפּלטער, עטנאָגראַפֿיש־היסטאָרישער פּערספּעקטיוו. די עקספּאָנאַטן זײַנען פֿון צוויי מינים. איין גרופּע אילוסטרירט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס־שטייגער׃ פֿראַגמענטן פֿון דער דעקאָראַציע פֿון שילן, מנורות, מיזרחים, כּלערליי אַנומלטן, און אַפֿילו אַ שוואַרצער קאַטאַפֿאַלק פֿון אַ חבֿרה־קדישא. אַ סך פֿון די דאָזיקע זאַכן שטאַמען פֿון בעסאַראַביע און פּאָדאָליע, און דערווײַזן די עקספּרעסיווע טראַדיציע פֿון ייִדישער פֿאָלקסקונסט פֿון יענע געגנטן. זיי זײַנען פֿריילעך, נאַיִוו און קאָלירפֿול.
Der Nister. Regrowth: דעם ניסתּרס ליטעראַרישע ירושה איז כּולל די ווערק פֿון גאָר פֿאַרשידענע סטילן. זײַן סימבאָליסטישע תּקופֿה איז גוט געפֿאָרשט און מער באַקאַנט דעם ניט־ייִדישן לייענער; דער רעאַליסטישער היסטאָרישער ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" איז איבערגעזעצט אויף עטלעכע שפּראַכן אָבער וואַרט נאָך אויף אַ גרונטיקער קריטישער אָפּשאַצונג. אָבער די סאַמע לעצטע ווערק זײַנע, וואָס געהערן צו דעם זשאַנער פֿון "חורבן־ליטעראַטור", זײַנען עד־היום געווען פֿאַרגעסן. די איבערזעצונג פֿון "ווידערוווּקס", דעם זאַמלבאַנד פֿון דערציילונגען און נאָוועלן פֿון די יאָרן 1942—1946, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1969, וואָלט געקאָנט ווערן זייער אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף ענגליש. די דאָזיקע דערציילונגען פּאַסן ניט אַרײַן אין דער אָנגענומענער השׂגה פֿון חורבן־ליטעראַטור, און אפֿשר דערפֿאַר זײַנען זיי אַזוי לאַנג פֿאַרבליבן אויף די ראַנדן פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע ווערק אַ דירעקטער המשך פֿון דער עוואָלוציע פֿון סימבאָליזם צו מאָדערניזם, וואָס דער ניסתּר האָט דורכגעמאַכט אין די 1930ער יאָרן. פֿון איין זײַט באַשרײַבט ער דאָ די ביז גאָר רעאַלע געשעענישן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיט אַ סך קאָנקרעטע פּרטים. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען די דאָזיקע מעשׂיות טיף סימבאָליש, צומאָל אַפֿילו פֿאַנטאַסטיש. זיי זײַנען אָנגעזאַפּט מיט אַלעגאָרישע רמזים און רעפֿערענצן צו דעם ניסתּרס פֿריִערע ווערק. די מאָסקווער אויסשטעלונג פֿון די טעאַטראַלישע ווערק פֿונעם קינסטלער באָריס (ברוך) אַראָנסאָן (1898—1980) איז ממשיך די סעריע פֿון אויסשטעלונגען אין תּל־אָבֿיבֿ און פּאַריז. אַראָנסאָן איז געווען מצליח אין זײַן קאַריערע ווײַל ער האָט באַוויזן צו טאָן אַלץ צו דער ריכטיקער צײַט. געבוירן אין דער שטאָט נעזשין אין אוקראַיִנע, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, וווּ זײַן טאַטע האָט באַקומען די שטעלע פֿונעם שטאָט־רבֿ. דאָרט האָט ברוך שטודירט צוערשט חומש און גמרא און דערנאָך מאָלערײַ. אין גיכן איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם קרײַז פֿון באַגאַבטע יונגע ייִדישע קינסטלער, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַרום די צענטראַלע פֿיגורן פֿון אוקראַיִנישן אַוואַנגאַרד, אַלעקסאַנדר מוראַשקאָ און אַלעקסאַנדראַ עקסטער. די צײַט פֿון דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג איז געווען זייער פּראָדוקטיוו פֿאַר אַראָנסאָן און זײַנע חבֿרים. אין דער נײַ־געשאַפֿענער "קולטור־ליגע" האָט ער געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן קינסטלער און ליטעראַטן. דער שפּיצפּונקט פֿון זייער טעטיקייט איז געווען די אויסשטעלונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט אין 1920, מיט אַראָנסאָן, ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אויסשטעלונג־קאָמיטעט. אָבער אין גיכן איז די "קולטור־ליגע" געוואָרן "באָלשעוויזירט", און אַראָנסאָן איז אַוועק קיין מאָסקווע און דערנאָך קיין בערלין. אין 1923 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, און בהדרגה איז ער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע באַרימטע קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
זינאָווי זיניק.
זינט דעם אויפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אינעם 19טן יאָרהונדערט באַטראַכט מען ליטעראַטור, ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע סימנים פֿון אַ "קולטורעלער" נאַציע. אָבער ווײַט ניט אַלע ליטעראַטן, וואָס מען האַלט איצט פֿאַר "נאַציאָנאַלע", האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין זייערע היימלענדער. אַ סך פֿון יענע קלאַסישע ווערק, וואָס געהערן צו אַ נאַציאָנאַלן קאַנאָן, זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין "גלות", ווי למשל, אייניקע קלאַסישע רוסישע ראָמאַנען פֿון גאָגאָל, טורגעניעוו, דאָסטאָיעווסקי. בײַ אייניקע איז דער גלות געווען אַ פֿרײַוויליקער; די אַנדערע זײַנען געוואָרן נע־ונדניקעס צוליב פּאָליטישע סיבות. דער רוסיש־ענגלישער שרײַבער זינאָווי זיניק געהערט צו דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע פֿון די 1970ער. נאָכן לעבן איין יאָר אין ישׂראל, האָט ער זיך אין 1976 באַזעצט אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אויף דער רוסישער דינסט פֿון "בי־בי־סי" און, מיט דער צײַט, זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק אויף רוסיש און ענגליש. זיניקס הויפּט־טעמע איז עמיגראַציע און איר השפּעה אויף ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, און זײַן נײַ בוך איז כּולל זײַנע עסייען פֿאַר דרײַסיק יאָר. "עמיגראַציע איז אַ פּערזענלעכע רעוואָלוציע", שרײַבט זיניק. ער קערט זיך כּסדר אום צוריק צו זײַנע אייגענע איבערלעבונגען פֿון אַ "רויטן" אימיגראַנט, וואָס האָט פֿאַרלאָזט זײַן סאָוועטיש היימלאַנד. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער געחלומט וועגן דער פֿאַרווערטער פֿרײַער מערבֿ־וועלט, אָבער אין אויסלאַנד בענקט ער נאָך דעם "פֿאַרלוירענעם גן־עדן". דערבײַ ווייסט ער אַוודאי גוט, אַז קיין גן־עדן איז דאָס סאָוועטן־לאַנד קיין מאָל ניט געווען. "אויבֿ איך טראַכט נאָך אַמאָל זיך אומצוקערן קיין מאָסקווע, איז דאָס די מאָסקווע פֿון מײַן יוגנט, וואָס איך האָב זיך ניט געקענט אויסמאָלן, כּל־זמן איך האָב דאָרט געלעבט" — האָט ער אָנגעשריבן נאָך אין 1983, ווען ער האָט ניט געקענט אַפֿילו חלומען וועגן אַ רעאַלן אומקער.
Tolz. Russia’s Own Orient: דאָס בוך פֿון עדואַרד סאַיִד "אָריענטאַליזם" (1978) — אַן אַמעריקאַנער געלערנטער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון פּאַלעסטינע — בלײַבט עד־היום איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿאַר דער אידעאָלאָגישער קריטיק פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אָבער דאָס בוך אַליין האָט אויך באַקומען אַ סך קריטיק. מען האָט דערוויזן, אַז סאַיִדס אויסטײַטשונגען זײַנען אָפֿט מאָל ניט קיין פּינקטלעכע און ניט אויסגעהאַלטן מעטאָדאָלאָגיש. אָבער דאָס האָט ניט געמינערט זײַן חשיבֿות אין די אויגן פֿון דער לינקער מערבֿדיקער אינטעליגענץ. אין זייער לשון באַטײַט דער באַגריף "אָריענטאַליזם" דאָס אינטעלעקטועלע דינסט־מיידל פֿונעם מערבֿדיקן קאָלאָניאַלן אימפּעריאַליזם. ביז לעצטנס האָבן די קריטיקער פֿון סאַיִד ניט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון זײַן קאָנצעפּציע. אָבער ווי עס האָט דערוויזן די ענגלישע היסטאָריקערין וועראַ טאָלץ אין איר שטודיע פֿון דער געשיכטע פֿון אָריענטאַלע שטודיעס אין רוסלאַנד, דאַרף מען זוכן די דאָזיקע וואָרצלען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין די 1960ער יאָרן האָט זיך דאָרט געלערנט דער יונגער דור פֿון אַראַבישער אינטעליגענץ, וואָס האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף סאַיִדס געדאַנקען־גאַנג. די סאָוועטישע שיטה פֿון אַראַביסטיק האָט קריטיקירט די מערבֿדיקע וויסנשאַפֿט פֿונעם מאַרקסיסטישן שטאַנדפּונקט, און די דאָזיקע קריטיק איז מגולגל געוואָרן אין סאַיִדס "אָריענטאַליזם". דער אָנהייב פֿון די אָריענטאַלישע שטודיעס אין רוסלאַנד איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿונעם רוסישן נאַציאָנאַליזם אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 19טן יאָרהודערט. אָבער די רוסישע פֿאָרשער פֿון איסלאַם און בודיזם זײַנען דווקא ניט געווען קיין נאַציאָנאַליסטן. זיי זײַנען געווען ליבעראַלן, וואָס האָבן געגלייבט, אַז די רוסישע אימפּעריע דאַרף אָנערקענען די קולטורעלע, לינגוויסטישע און רעליגיעזע חילוקים פֿון אירע פֿעלקער, כּדי אָפּצוהיטן איר אימפּעריאַלע פּאָליטישע אייניקייט.
Imre Kertész. Fiasco.
דער ראָמאַן "פֿיאַסקאָ", וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער ענגלישער איבערזעצונג, פֿילט אויס דעם בלויז אין דער אויטאָביאָגראַפֿישער טרילאָגיע פֿון אימרע קערטעס, דעם איינציקן אונגאַרישן שרײַבער, וואָס האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע. ער איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק דעם ערשטן טייל פֿון דער טרילאָגיע, דעם ראָמאַן "גורללאָזיקייט" — דעם "סאַמע אומגעוויינטלעכן חורבן־ראָמאַן", ווי עס האָט באַמערקט איינער, אַ קריטיקער. אין 1944, אינעם עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר, איז קערטעס, מיט טויזנטער אַנדערע אונגאַרישע ייִדן, דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ און דערנאָך קיין בוכענוואַלד. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער זיך אומגעקערט קיין בודאַפּעשט און פֿאַרדינט זײַן חיונה פֿון איבערזעצונגען און קאָמעדיעס. זײַן ערשטער ראָמאַן איז אַרויס אין אונגאַרן נאָך אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה און האָט ניט אַרויסגערופֿן קיין סך אינטערעס. "פֿיאַסקאָ" שילדערט, אין אַן אייגנאַרטיקן איראָנישן משל־סטיל, דעם מחברס נעבעכדיקן מצבֿ אינעם קאָמוניסטישן אונגאַרן. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ לאַנגער הקדמה, דעם מחברס שמועס מיט זיך אַליין וועגן דעם צוועק און דער צוועקלאָזיקייט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג. קערטעס ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון די קלאַסיקער פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם, אַזעלכע ווי קאַפֿקאַ, בעקעט, קאַמיו. ער פֿאַרמאָגט אַ ביטערן איראָנישן חוש און אַ נטיה צו אַבסורדישקייט. דאָס שרײַבן איז פֿאַר אים "אַ מאָדנער און אומפֿאַרשטענדלעכער באַגער צו געבן אַ פֿאָרעם און אַן אויסדרוק צו אונדזערע לעבנס", אָדער אַ "פֿאַרפֿירערישן נסיון", וואָס מען איז ניט בכּוח אויסצושטיין.
Shachar M. Pinsker.
"גייענדיק איין מאָל פֿאַרטראַכט איבער די גאַסן פֿון האָמלע, איז פֿאַר מײַנע אויגן פֿאַרבײַגעפֿלויגן עפּעס אַ משונהדיקע פֿיגור. [...] עפּעס אײַלט זי שטענדיק, ווי זי וואָלט מורא געהאַט צו פֿאַרשפּעטיקן. וווּהין? וואָס? — ווייס איך נישט. וויל איך זי נענטער באַטראַכטן — קאָן איך נישט. דער מענטש לויפֿט דורך זייער שנעל און האַלט שטענדיק דעם קאָפּ אַראָפּגעבויגן." אַזאַ אײַנדרוק האָט הלל צייטלין געהאַט נאָך דער ערשטער באַגעגעניש מיט יוסף־חיים ברענער. סוף־כּל־סוף, האָט צייטלין געפֿונען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אָט דעם מערקווערדיקן יונגערמאַן. אָבער עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז צום ערשטן מאָל האָבן זיי זיך געזען אויף אַ שטאָטישער גאַס, ניט אין אַ שיל, ישיבֿה אָדער אויפֿן מאַרק. אַזאַ מין באַגעגעניש אויף דער גאַס איז אַ סימן פֿון מאָדערנע צײַטן, און ברענערס באַזוכן האָמלע איז געווען דער סאַמע אָנהייב אויף זײַן וועג אין דער מאָדערנער ליטעראַטור, וואָס האָט אים געפֿירט דורך לעמבערג און לאָנדאָן קיין יפֿו, וווּ ער איז אומגעקומען בגוואַלד בעת אַ פּאָגראָם אין 1921. צייטלינס ערשטער אײַנדרוק גיט איבער דעם עצם פֿונעם גאַנצן ליטעראַרישן דור; ברענער איז געווען דער בולטסטער פֿאָרשטייער זײַנער. דאָס איז געווען דער דור, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט מאָדערנע אידעען און טעמעס אין דער העברעיִשער ליטעראַטור. צייטלין זאָגט ווײַטער וועגן ברענערן׃ "מיט וואָס די פֿיגור צייכנט זיך אויס, האָב איך נישט באַמערקט׃ זי איז צו גיך פֿאַרשוווּנדן". און דאָס איז ווידער אַ גוטער סך־הכּל פֿון דעם, וואָס אָט די מחברים האָבן אויפֿגעטאָן פֿאַר דער העברעיִשער ליטעראַטור, ווײַל זייער תּקופֿה האָט געדויערט ניט מער ווי צען־פֿופֿצן יאָר.
A Captive of the Dawn: The Life and Work of Peretz Markish (1895-1952).
פּרץ מאַרקיש איז מסתּמא די סאַמע באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן שם באַזירט זיך ניט בלויז אויף זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, נאָר אויך אויף זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן אימאַזש פֿון אַ דיכטער — אַ בונטאַר. מאַרקיש איז געווען זייער פּראָדוקטיוו, אָבער ניט אַלע ווערק זײַנע זײַנען אַרײַן אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אין תּוך גענומען, גייט כּסדר די רייד וועגן אַ באַגרענעצטער צאָל לידער פֿון זײַן יוגנט־פּעריאָד, און עטלעכע לידער פֿון די סאַמע לעצטע יאָרן זײַנע. זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק און דראַמעס פֿאַרמאָגן הײַנט ניט מער ווי אַ ליטעראַריש־היסטאָרישע ווערט. אַזאַ אָפּשאַצונג ווערט באַשטעטיקט אין דעם נײַעם זאַמלבוך, פֿאַקטיש די ערשטע אַרומנעמיקע פֿאָרשערישע באַהאַנדלונג פֿון מאַרקישעס שאַפֿונג אויף וואָסער ניט איז שפּראַך. אַוודאי, שעפּט דאָס דאָזיקע בוך ווײַט ניט אויס די גאַנצע ירושה פֿונעם דיכטער. מחוץ דעם גערעם זײַנען פֿאַרבליבן אַזעלכע גרויסע ווערק זײַנע, ווי דער ראָמאַן "דור־אײַן דור־אויס", די פּאָעמעס "מלחמה" און "דער פֿערציק־יעריקער מאַן". חנה קראָנפֿעלד כאַראַקטעריזירט די לעצטע פּאָעמע, גאַנץ ריכטיק, ווי "אַ שליסל צו מאַרקישעס גאַנצער שאַפֿונג". דאָס איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ ווערק, וואָס אַ סאָוועטישער ייִדישער מחבר האָט געשריבן "אין דעם טיש אַרײַן", ניט ריכטנדיק זיך עס אַמאָל צו פּובליקירן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
Antony Polonsky.
דער צווייטער באַנד פֿון פּראָפֿעסאָר פּאָלאָנסקיס "געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן און רוסלאַנד" באַהאַנדלט דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן די יאָרן 1881 און 1914. אין משך פֿון אָט די 33 יאָר האָט די ייִדישע וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע דורכגעמאַכט ריזיקע שינוים, וואָס האָבן באַווירקט דעם כאַראַקטער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדנטום אויף די קומענדיקע הונדערט יאָר. דווקא דעמאָלט זײַנען אויסגעפֿורעמט געוואָרן אַלע וויכטיקע אידעאָלאָגישע שיטות און קולטורעלע שטרעמונגען, וואָס בלײַבן, טיילווײַז, אַקטועל הײַנט. די מאָדערניזאַציע איז געקומען אויף דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער גאַס גאַנץ שפּעט, און איר אָנקומען איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיטן אויפֿקום פֿון דער אַנטיסעמיטישער רעאַקציע. אַזוי אַרום האָבן זיך די ייִדישע מאַסן געפֿונען צווישן האַמער און קאָוואַדלע. פֿון איין זײַט האָבן זיי געדאַרפֿט זיך צופּאַסן, עקאָנאָמיש, קולטורעל און געזעלשאַפֿטלעך צו דער נײַער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער צוּוווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם צווישן אַלע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע גורם געווען נײַע מניעות פֿאַר ייִדן אויף דעם דאָזיקן וועג. צום סאַמע סוף פֿון זײַן בוך דערמאָנט אונדז יהודה באַוער, אַז בערך יעדער פֿינפֿטער ייִד, וואָס איז אומגעקומען בעתן חורבן, איז געווען פֿון אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע אָדער מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויף פּויליש רופֿט מען דעם דאָזיקן שטח "קרעסי" — ראַנדן. היסטאָריש איז דאָס געווען אַ מין "צווישנלאַנד" מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג, צעטיילט לויט די עטנישע, רעליגיעזע און פּאָליטישע גרענעצן. צוויי אָקופּאַציעס, די סאָוועטישע אין 1939 און די דײַטשישע אין 1941, האָבן נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואָרן דער הויפּט־קרבן פֿון דער טראַגישער געשיכטע. |