- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
Yiddishkeit:
די ייִדישע טראַדיציע פֿון מאָלן קאַריקאַטורן איז רעלאַטיוו יונג, אָבער דער קאָמישער זשאַנער פֿאַרנעמט דערין אַ חשובֿן אָרט. שלום־עליכם האָט געכאַפּט די דאָזיקע טענדענץ אין "מאָטל פּייסי דעם חזנס", ווען ער האָט בדעה געהאַט צו לאָזן זײַן העלד ווערן אַ קינסטלער אין אַמעריקע. מיט זײַן חוצפּה און שאַרף אויג וואָלט מאָטל געוואָרן אַ דערפֿאָלגרײַכער קאַריקאַטוריסט אָדער אפֿשר געמאַכט אַ קאַריערע אין האָליוווּד, ווי אַן אַנימאַטאָר. מאָטל וואָלט געוויס געקליבן נחת פֿונעם נײַעם בוך "ייִדישקייט׃ די ייִדישע רעד־שפּראַך און דאָס נײַע לאַנד" — אַ זאַמלונג פֿון מעשׂיות אין בילדער וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישער קולטור, צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך האַרווי פּעקאַר און פּאָל בולע. צו באַהאַנדלען די דאָזיקע טעמע אינעם זשאַנער פֿון קאָמיקס איז גאָר אַן אַנדערע אויפֿגאַבע, איידער פֿאַרפֿאַסן נאָך איין בוך וועגן ייִדיש און ייִדישקייט. ערשטנס, זענען די קאָמיקס ניט צוגעפּאַסט צו אַ גראָדליניקער דערציילונג, ווײַל דער טעקסט און דאָס בילד געפֿינען זיך אין אַ שטענדיקן דיאַלאָג. דערפֿאַר מוז מען געפֿינען מעשׂיות, וואָס לאָזן זיך דערציילן אויף אַזאַ אופֿן. צווייטנס, דאַרף מען שרײַבן קורץ און שאַרף, אָן טיפֿע טעאָרעטישע חכמות, ווײַל די קאָמישע בילדער וועלן סײַ־ווי חוזק מאַכן פֿונעם געהויבענעם טאָן. די רעדאַקטאָרן שטעלן קלאָר פֿעסט, אַז זיי האַלטן ניט קיין סך פֿון דער "חצי־אָפֿיציעלער ייִדישער געשיכטע", וואָס פֿירט פֿונעם תּנ״כישן ארץ־ישׂראל דורכן חורבן דירעקט צו די אַמעריקאַנער "אָל־רײַטניקעס". דער אַלטערנאַטיווער נוסח, וואָס זיי לייגן אויס אין זייער בוך, דערציילט וועגן דעם ייִדישן קאַמף פֿאַר ווירדע און יושר, און איז דורכגעזאַפּט מיט נאָסטאַלגישער בענקשאַפֿט נאָך דעם לעבעדיקן ייִדישן אַמאָל. דער ציל פֿון זייער בוך איז דערפֿאַר אַ טאָפּלטער׃ צו באַקענען דעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער לייענער מיט די וויכטיקסטע פֿיגורן און פֿאַקטן פֿון ייִדישער קולטור, און צו שאַפֿן אַן אָריגינעל קונסטווערק, וואָס אויף אַן אייגענעם אופֿן וועט ממשיך זײַן די טראַדיציע פֿון ייִדישן קאָמיקס. דאָס בוך באַשטייט פֿון פֿיר טיילן, און יעדער טייל איז כּולל עטלעכע קלענערע קאַפּיטלען, געווידמעט אַ געוויסער טעמע, וואָס ווערט באַהאַנדלט אין אַ ריי בילדער מיט אונטערשריפֿטן. צוערשט, מאַכט מען אַן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער "אַלטער היים". דער סטיל איז אַ ביסל טרוקן און סטאַטעטשנע; דערצו, זײַנען דאָ אַ פּאָר פֿאַקטישע גרײַזן. אָבער עס גייט אַ סך לעבעדיקער, ווען מען דערגרייכט דעם אַמעריקאַנער באָדן, וווּ די לאַנדשאַפֿט און די פֿיגורן זײַנען בעסער באַקאַנט פֿאַר די קינסטלער. דער אויסקלײַב פֿון ייִדישע ליטעראַטן און קולטור־טוער, און די אויסטײַטשונג פֿון זייערע ווערק איז, נאַטירלעך, שטאַרק אָפּהענגיק פֿון דעם געשמאַק און אידעאָלאָגיע פֿון די רעדאַקטאָרן און מחברים פֿון די קאָמיקסן. אַזוי, למשל, האָט מען אַ פּרטימדיקן קאַפּיטל וועגן ברוך ריווקין, אַ טיפֿזיניקן ייִדישן קריטיקער, וואָס איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, אַפֿילו צווישן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. די אַנדערע העלדן זײַנען מער באַקאַנט׃ משה נאַדיר, משה־לייב האַלפּערן, דוד פּינסקי. באַשעוויס און שלום אַש, להיפּוך, באַקומען ניט קיין סך אויפֿמערקזאַמקייט, און אַּב. כּהן ווערט קוים דערמאָנט. פֿון ליטעראַטור גייט מען אַריבער צו טעאַטער און פֿילם, און פֿון דער קולטור אויף ייִדיש גייט מען אַריבער צו דער קולטור מיט ייִדיש. דאָס איז מסתּמא דער סאַמע אָריגינעלער טייל פֿונעם בוך. מען האָט אַרײַנגענומען עטלעכע דערציילונגען און פֿראַגמענטן פֿון פּיעסעס, און געשאַפֿן אָריגינעלע דיאַלאָגן, וואָס באַהאַנדלען, צומאָל אויף ייִדיש און ענגליש, דעם גורל פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. דאָ הערט דער לייענער אַ מישמאַש פֿון שטימען, וואָס לאָזן ממש שפּירן די אַטמאָספֿער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מיט געשריי, געוויין, געלעכטער און ראָמאַנטישן שמאַלץ. די רעדאַקטאָרן לאָזן ניט פֿאַרבאַהאַלטן זייערע לינקע סימפּאַטיעס, אָבער דערבײַ זײַנען זיי סענטימענטאַל און נאָסטאַלגיש נאָך דער "וועלט, וואָס איז מער נישטאָ". אָבער דאָ גייט עס ניט וועגן דעם אַמאָליקן שטעטל, נאָר וועגן דער גרויסער שטאָט ניו־יאָרק, וווּ ייִדן פֿון פֿאַרשידענע שיכטן האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַמעריקאַנער מאַסן־קולטור און פּאָליטיק, און האָבן דערבײַ אָפּגעהיט דאָס אייגנאַרטיקע ייִדישע פּנים. דאָס בוך אַליין איז אַ מײַסטערווערק פֿון דער פּאָליגראַפֿישער קונסט, וואָס עס ווילט זיך גלײַך אַ מיש טאָן דערין. מען קאָן עס עפֿענען אויף יעדער זײַט און האָבן הנאה פֿון די קלוגע איראָנישע קאָמיקס. אָבער חוץ דער שיינקייט, האָט דאָס בוך אויך אַ געוויסן אידעאָלאָגישן אינהאַלט, וואָס איז באַצוועקט קעגן דער "בירגערלעכער" אויסטײַטשונג פֿון ייִדישער קולטור. דאָס איז אַ שטיקל פּראָוואָקאַציע, אַ מין פּראָטעסט קעגן דער "פֿאַרבירגערלעכונג" פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. די פֿראַגע איז, ווער וועט באַמערקן די דאָזיקע פּראָוואָקאַציע? אָט קען מעןSubmitted by skilja13 on Thu, 2011-09-15 17:02.
אָט קען מען געבן אַ קוק אינעם ביכל |