אַ קאָמעדיע וועגן היטלערן איז ניט קיין חידוש. וועלט־באַרימט זײַנען טשאַרלי טשאַפּלינס "דער גרויסער דיקטאַטאָר" (1940) און ערנסט לוביטשעס "זײַן, אָדער ניט־זײַן" (1942), וועלכע זײַנען אַרויס, ווען דער נאַצי־רעזשים איז נאָך געווען אין סאַמע ברען. די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אַפֿילו דערקלערט טשאַפּלינען פֿאַר אַ ייִדן, און ער האָט ניט געהאַלטן פֿאַר פּאַסיק דאָס אָפּצולייקענען. פֿון דעם איז אַרויס די גאַנץ פֿאַרשפּרייטע לעגענדע פֿון טשאַפּלינס ייִדישן אָפּשטאַם. דער נײַער אַמעריקאַנער פֿילם "פּראָדוסערס" פֿון מעל ברוקס איז אויך געווען אַ דערפֿאָלג. אָבער דאָס מאָל גייט די רייד וועגן אַ נײַער היטלער־קאָמעדיע, וואָס אַ ייִדישער רעזשיסאָר האָט געמאַכט אין דײַטשלאַנד, און דאָס איז גאָר אַן אַנדערע מעשׂה.
ווי עס פֿירט זיך שוין דאָס דריטע יאָר, זײַנען אין נאָוועמבער אַרויס צוויי וואָגיקע זאַמלביכער פֿונעם מאָסקווער פֿאָרשונג־צענטער פֿון רוסישן און מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. זייער פּובליקאַציע איז צוגעפּאַסט צו דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿונעם צענטער. דאָס יאָר איז די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ געווען "די ייִדישע עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד׃ 1887־2005". ווי געוויינטלעך, האָבן זיך אין דער קאָנפֿערענץ באַטייליקט פֿאָרשער פֿון פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט׃ רוסלאַנד, ווײַסרוסלאַנד, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
דאָס בוך פֿונעם רוסיש־ייִדישן היסטאָריקער פֿון ירושלים אַרקאַדי זעלצער איז אַ פֿרוכט פֿון מער ווי צען־יאָריקער פֿאָרשערישער אַרבעט. דער מחבר מאָלט דאָ אַ פֿילפֿאַרביקן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון סאָוועטישן ייִדנטום אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד אין דער צײַט צווישן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און דעם חורבן. די דאָזיקע פֿאָרשונג באַזירט זיך, קודם־כּל, אויף די מאַטעריאַלן פֿון אַרכיוון און פּרעסע, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט די פֿילזײַטיקייט פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דעם מחבר האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן צוויי אויפֿגאַבעס. זײַן בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אי אַ סאָלידע אַנאַליטישע פֿאָרשונג, אי אַ לעבעדיקע היסטאָרישע דערציילונג, וואָס טראָגט אין זיך דעם טעם פֿון דער תּקופֿה.
אָנהייב 1920ער יאָרן איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אַקטיוויטעט. דערצו זײַנען געווען עטלעכע סיבות, סײַ פּאָליטישע און סײַ עקאָנאָמישע. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה און דעם בירגער־קריג אין רוסלאַנד האָבן זיך קיין בערלין אַ לאָז געטאָן שטראָמען עמיגראַנטן און פּליטים פֿון כּלערליי מינים. צווישן זיי זײַנען געווען צענדליקער טויזנטער ייִדן פֿון רוסלאַנד און פּוילן. צו יענער צײַט האָט די אַלגעמיינע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער דײַטשישער הויפּטשטאָט באַטראָפֿן 170 טויזנט נפֿשות. צווישן ווײַמאַר־דײַטשלאַנד און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך באַלד געשאַפֿן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען, ווײַל ביידע לענדער זײַנען געווען אין דעם דיפּלאָמאַטישן און עקאָנאָמישן "חרם" מצד די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. אַ סך מענטשן, צווישן זיי שרײַבער, קינסטלער, געזעלשאַפֿטלעכע טוער און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, זײַנען געקומען קיין בערלין זוכן גליקן.
אין די אַלטע סאָוועטישע צײַטן איז דער מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יריד געווען אַ זעלטענע געשעעניש — דאָס איינציקע פֿענצטערל אין דער וועלט־קולטור, וואָס האָט דערמעגלעכט אַ קוק צו טאָן אויף דער ביכער־פּראָדוקציע פֿון אַנדערע לענדער. די ייִדישע קולטורעלע, רעליגיעזע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ישׂראל און אַמעריקע האָבן זיך זייער קונציק באַנוצט מיט דער דאָזיקער מעגלעכקייט, כּדי אויפֿצושטעלן קאָנטאַקטן מיט סאָוועטישע ייִדן.
ביז לעצטנס האָט די פֿאָרשונג פֿון סאָוועטישן ייִדנטום געהערט צו דער אַקאַדעמישער בראַנזשע פֿון "סאָוועטאָלאָגיע". דעם טראַף פֿלעגט מען לייגן אויף דעם פּאָליטישן אַספּעקט, דאָס הייסט, אויף דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מלוכה און דעם קאַמף פֿאַר דער עמיגראַציע. דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן האָט באַקומען ווייניקער אויפֿמערק פֿון די מערבֿדיקע פֿאָרשער, בפֿרט אַז זיי האָבן ניט געהאַט קיין צוטריט צו די מקורים אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
דער באַקאַנטער רוסישער קריטיקער מיכאל ריקלין טענהט אין זײַן נײַעם בוך, אַז די רוסישע מאַכט באַנוצט זיך מיט אַנטיסעמיטישע קלישעען, ווי אַ מיטל פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָליטיק. עס איז ניט קיין סוד, אַז די עקסטרעם־רעכטע "פּאַטריאָטישע" באַוועגונגען דרוקן און פֿאַרקויפֿן אַנטיסעמיטישע טעקסטן און בילדער, פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטישע בילבולים. די מאַכט האָט תּמיד געקוקט אויף אַזאַ מין טעטיקייט צווישן פֿינגער, אָבער ניט געשטיצט זי אָפֿיציעל. איצט, האַלט ריקלין, האָט פּוטינס אַדמיניסטראַציע באַשלאָסן אײַנצושליסן די אַנטיסעמיטישע מאָטיוון אין איר אידעאָלאָגישן אַרסענאַל, כּדי צו געווינען מער שטיצע צווישן די "פּאַטריאָטישע" שיכטן.
"חילופֿים" איז דער ערשטער אַקאַדעמישער זשורנאַל אין עסטרײַך, וואָס איז געווידמעט דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער קולטור. "די טעמע פֿון אונדזער זשורנאַל איז די ייִדישע קולטור־געשיכטע פֿון אַלטערטום ביז הײַנט, דער לעבעדיקער קולטורעלער אויסטויש צווישן ייִדן און אומות־העולם און די פֿילזײַטיקע פּנימער פֿון ייִדישע אידענטיטעטן" — אַזוי פֿאָרמולירן די רעדאַקטאָרן פֿונעם נײַעם זשורנאַל זייער אויפֿגאַבע. אַ ספּעציעלן טראַף שטעלן זיי אויף דער פֿילזײַטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטורעלער שאַפֿונג ווי אויך אויף די קעגנזײַטיקע השפּעות צווישן ייִדן און זייערע שכנים. דער זשורנאַל דערשײַנט צוויי מאָל אַ יאָר און ווערט אַרויסגעגעבן דורך דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור־געשיכטע בײַם זאַלצבורגער אוניווערסיטעט.
אין רוסלאַנד האָט זיך לעצטנס אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קונסט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. מען "אַנטדעקט" פֿון דאָס נײַ אַזעלכע באַקאַנטע נעמען ווי תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, הערש קראַווצאָוו, דמיטרי ליאָן, מענדל גאָרשמאַן, הערש אינגער. די אויסשטעלונגען און פּובליקאַציעס ווערן באַגלייט דורך אַנאָטירטע קיצורים, אין וועלכע די קינסטלער ווערן פֿאָרגעשטעלט ווי "אומבאַקאַנטע", אָדער "פֿאַרגעסענע" נעמען. אין צווישן, וואַרט דער פֿענאָמען פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער קונסט אויף אַן ערנסטן פֿאָרשער, וועלכער וועט זײַן בכּוח צו באַגרײַפֿן און אַנאַליזירן די רײַכע און פֿילזײַטיקע ירושה פֿון רוסיש־ייִדישע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
|
צװישן אַלע געװעזענע סאָװעטישע רעפּובליקן האָט אַרמעניע געהאַט די קלענסטע ייִדישע קהילה, הגם די סאָװעטישע מאַכט אין אַרמעניע האָט גאָרניט געהאַט קעגן ייִדן. די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין אַרמעניע בערך מיט צװײ טױזנט יאָר צוריק; מיט צען יאָר צוריק האָט אַן אַרמענער ביסקופּ אַנטדעקט אַ ייִדישן בית־עולם פֿון 13טן־14טן יאָרהונדערט ניט װײַט פֿון דער הױפּטשטאָט ערעװאַן. אָבער קײן המשך צװישן די אַלטע קהילות און הײַנטיקע ייִדישע תּושבֿים איז ניטאָ. להיפּוך צו די שכנישע קאַװקאַזישע רעפּובליקן — גרוזיע און אַזערבײַדזשאַן — האָט אַרמעניע ניט געהאַט קײן לאָקאַלע אַלט־באַזעסענע ייִדישע עדה. דאָס רובֿ ייִדן זײַנען דאַרט פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם און געהערן צו דער רוסיש־רעדנדיקער אינטעליגענץ. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געװאָרן אַ סך קלענער נאָך דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון די 1990ער יאָרן, װײַל דער עקאָנאָמישער מצבֿ אין לאַנד איז געװען אַ שװערער. הײַנט װױנען אין דער אומאָפּהענגיקער אַרמענישער מלוכה עטלעכע הונדערט ייִדישע נפֿשות, װעלכע פֿאַרמאָגן צװײ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, װאָס פֿירן אַ מחלוקת צװישן זיך.
זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה האָט דער סוד פונעם יחידישן אַלײן־באַװוּסטזײַן שטאַרק באַזאָרגט די ייִדישע און העברעיִשע דענקער און ליטעראַטן. אין דעם לעצטן װערק זײַנעם, דעם אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "שלמה רב חייִמס", האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים פֿאַרגליכן דעם ייִדישן כּלל מיט מילבן. עס איז גענוג צו באַקענען זיך מיט דער טבֿע פֿון אײן מילב, און מען דערקענט שױן דעם גאַנצן שבֿט, װײַל אַ מילב פֿאַרמאָגט ניט קײן אײגנאַרטיקן כאַראַקטער. אינטערעסאַנט, װאָס מענדעלעס אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונג גײט אַנטקעגן זײַן אײגענער טעאָריע. זײַן יונגער העלד שלמה װערט געשילדערט װי אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט. אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט פֿאַרשפּרײט די מײנונג, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער סבֿיבֿה איז דער "רב ישׂראל" ניט מער און ניט װײניקער װי אַ טײל פֿון דעם "כּלל־ישׂראל".
|