ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דער דין־תּורה מיטן ווינט׃ ייִדישע ליטעראַרישע מעשׂיות" — צונויפֿגעשטעלט, רעדאַקטירט, הקדמה, נאָכוואָרט און קאָמענטאַרן פֿון וואַלערי דימשיץ. אילוסטראַציעס פֿון אַסיאַ לוקינאַ. ירושלים׃ פֿאַרלאַג "גשרים", 2007.
די מעשׂה איז אַ היימישער זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון אַגדות און מדרשים, היסטאָרישע לעגענדעס, חסידישע און פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס האָבן די מאָדערנע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער אויסגעאַרבעט אַ נײַעם סינטעטישן מין, וואָס הייסט "ליטעראַרישע מעשׂה". דעם גרעסטן בײַטראָג אין דעם דאָזיקן זשאַנער האָט אַרײַנגעבראַכט י. ל. פּרץ מיט זײַנע שעפֿערישע עקספּערימענטן. די ייִדישע ליטעראַרישע מעשׂה איז אַן עקלעקטישע פֿאָרמע, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט פֿאַרשידענע השפּעות און פֿאַרמאָגט דערפֿאַר ניט קיין פֿעסט־באַשטימטע זשאַנער־גרענעצן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
איתּן פֿינקעלשטיין,
"פּרעהס פּאַסטעכער"
(מאָסקווע, 2006) (רוסיש)

דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער פּובליציסט און פּאָליטאָלאָג איתן פֿינקעלשטיין האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ ברייטן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿונעם רוסיש־ייִדישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. דאָס בוך איז באַוווינט מיט הונדערטער היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. ס׳רובֿ פֿון זיי באַווײַזן זיך בלויז אויף אַ פּאָר זײַטלעך און ווערן ווידער נעלם. דער מחבר אַליין דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן ווערק ווי אַ "מישמאַש־ראָמאַן", און דער דאָזיקער באַגריף פּאַסט זייער גוט צו דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס אויפֿלעבן פֿון דער ייִדישער ליטע­ראַטור אין סאָ­וועטן־פֿאַרבאַנד נאָך די רדיפֿות פֿון 1948־1953 האָט געפֿאָדערט אַ נײַעם קרי­טישן קוק אויף דער אַלטער ירושה. דער סאָ­וועטישער רעזשים איז גע­וואָרן מיל­דער, אָבער פֿאַרבליבן בטבֿע אַן אויטאָ­רי­טאַ­רער. דער דערלויבטער שטח פֿון דער קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען זייער באַגרענעצט: צוויי פּע­ריאָ­דישע אויסגאַבעס, עטלעכע יערלעכע ביכער־פּוב­לי­קאַציעס, עטלעכע פּראָפֿע­סיא­ָנעלע זינגער און אַקטיאָרן, און אַ פּאָר ליבהאָבערישע טעאַ­טראַ­לישע און מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון. דער זשור­נאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט גלײַך גענומען אויף זיך די ראָלע פֿונעם קול­טורעלן, אידעאָלאָגישן און עסטעטישן מדריך.

ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Yael Chaver. What Must Be Forgotten: The Survival of Yiddish in Zionist Palestine. Syracuse University Press, 2004.

די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דעם ארץ־ישׂראלדיקן ייִשובֿ און דערנאָך אין מדינת־ישׂראל איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿאָרשונג־טעמע. דאָס האָט צו טאָן אי מיט דעם װוּקס פֿונעם אינטערעס צו ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה בכלל, אי מיט דער רעװיזיע פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע און איר ראָלע בײַם פֿאָרמירן די מאָדערנע יישׂראלדיקע קולטור. דאָס בוך פֿון יעל חבֿר שטײט אין מיטן, צווישן אָט די צװײ טענדענצן. די פֿאָרשערין װײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם קולטורעלן לעבן פֿונעם ייִשובֿ, הגם דער דאָזיקער פֿאַקט איז געװען פֿאַרשװיגן דורך דער אָפֿיציעלער ציוניסטישער היסטאָריאָגראַפֿיע.

פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Matthew Hoffman. From Rebel to Rabbi: Reclaiming Jesus and the Making of Modern Jewish Culture. Stanford University Press, 2007.

קיין געשטאַלט האָט ניט אַרויסגערופֿן אַזעלכע הייסע סיכסוכים און חילוקי־דעות אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, ווי די פֿיגור פֿון ישו הנוצרי. דער סאַמע באַרימטסטער סקאַנדאַל האָט אויסגעבראָכן אין "פֿאָרווערטס" נאָך דער ענגלישער פּובליקאַציע פֿון שלום אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת" אין 1938. פֿאַר דעם האָט אַש באַצאָלט מיט זײַן פֿאַרלאָזן דעם "פֿאָרווערטס", ווי דער ראָמאַניסט נומער איינס.

פּאָליטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי ווײַט קאָן זיך איסלאַם צופּאַסן צו אַנדערע קולטורן? קאָן מען שאַפֿן אַן "אייראָפּעיִשן" אָדער אַן "אַמעריקאַנער" נוסח פֿונעם איסלאַמישן גלויבן, ווי עס האָט זיך אַ מאָל אויסגעפֿורעמט דער אַפֿריקאַנער, אָדער דער מיזרח־אַזיאַטישער נוסח? ווי בייגעוודיק און טאָלעראַנט איז די איסלאַמישע טעאָלאָגיע? די דאָזיקע און אַנדערע ענלעכע פֿראַגעס ווערן מיט ברען אַרומגערעדט אויף די זײַטן פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער פּרעסע. די עקסטרעמע פּונקטן פֿונעם אינטעלעקטועלן וויכּוח זײַנען לעצטנס באַטראַכט געוואָרן פֿון צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ליודמילאַ אוליצקאַיאַ,"דניאל שטײַן, דער איבערזעצער"

צופֿעליק געדענק איך פּינקטלעך דעם טאָג, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט ייִדן-קריסטן. ס׳איז געווען דעם 1טן מײַ 1980, אין לענינגראַד, ווען מײַן ווײַב און איך זײַנען געווען צוגאַסט בײַ איר קרובֿ, וואָס האָט געפֿײַערט זײַן געבוירן־טאָג. צווישן די געסט זײַנען געווען אויך דרײַ יונגע־לײַט, צוויי יאַטן און איין ווײַבל, וועלכע זײַנען, גלײַך ווי מיר, געקומען פֿון מאָסקווע.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעדער דור אַמעריקאַנער דאַרף האָבן זײַן אייגענעם "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן", אַ ווערק פֿונעם עפּישן פֿאַרנעם, וואָס מאָלט דעם סימבאָלישן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט — אַזוי פֿירט זיך דאָ אין אַמעריקע. צו אַזאַ מין ראָמאַנען געהערן "מאָבי דיק" פֿון הערמאַן מעלוויל, "האָקלבערי פֿין" פֿון מאַרק טווען, ראָמאַנען פֿון וויליאַם פֿאָלקנער, סקאָט פֿיצדזשעראַלד, פֿיליפּ ראָט. צו שאַפֿן אַ "גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַן" איז דער גרעסטער אויפֿטו פֿון אַ שרײַבער אין אַמעריקע.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Marci Shore. Caviar and Ashes: A Warsaw Generation

דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון אַ גרופּע פֿון פּוילישע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן געהאַט דרײַ ליבעס אין זייער לעבן: מאָדערנע ליטעראַטור, סאָציאַליזם און די שטאָט וואַרשע. דאָס זײַנען געווען מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געגעבן דעם טאָן אין דער פּוילישער קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַלע האָבן זיי געשריבן לידער, אָבער זייער חלום איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן אין פּוילן און אין דער וועלט. אַלכּסנדר וואַט און זײַן פֿרוי אָלאַ, וולאַדיסלאַוו בראָנעווסקי און זײַן פֿרוי יאַנינאַ, יוליאַן טובֿים, וואַנדאַ וואַסילעווסקאַ, יאַראָסלאַוו איוואַשקעוויטש, אַנטאָני סלאָנימסקי, ברונאָ יאַסענסקי — אַלע זײַנען זיי געווען די דעה־זאָגער פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד אַלבאַהאַרי

דוד אַלבאַהאַרי איז אַ ייִד, וואָס וווינט אין קאַנאַדע און שרײַבט אויף דער סערבישער שפּראַך. דאָס איז אַ קאָמבינאַציע, וועלכע פֿאַרזיכערט אים אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין יעדן פּרט. אַלבאַהאַרי איז גאַנץ צופֿרידן מיט זײַן מצבֿ. ער פּראַוועט זײַן גלות אין דער קאַלטער קאַנאַדע, וווּ ער וווינט שוין מער ווי צען יאָר אין דער שטאָט קאַלגאַרי. אָבער זײַנע ווערק, סײַ די אָריגינעלע, און סײַ איבערזעצונגען פֿון ענגליש, ווערן רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכט אין סערבישע פֿאַרלאַגן. אַלבאַהאַרי האָט זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטערס פֿון דער הײַנטיקער סערבישער ליטעראַטור.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Vladimir Jabotinsky. The Five: A Novel of Jewish Life in Turn-of-the-century Odessa. Translated from the Russian by Michael R. Katz. Cornell University Press, 2005.

דער ענגלישער לייענער האָט, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט איינעם פֿון די מײַסטערווערק פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, דעם ראָמאַן פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי "די פֿינף". דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ שווערן ליטעראַרישן גורל. די ערשטע אויסגאַבע איז דערשינען אינעם רוסישן עמיגראַנטישן פֿאַרלאַג אין פּאַריז אין 1936, און ביז דער לעצטער צײַט איז עס געווען די איינציקע פּובליקאַציע פֿונעם טעקסט.

קינאָ, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿונעם פֿילם "דאָס ייִדישע גליק", 1926

דער טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס האַלט אין איין ענדערן אונדזערע באַגריפֿן ניט נאָר פֿונעם הײַנט און מאָרגן, אָבער אויך פֿונעם עבֿר. הײַנט קאָן מען ניט נאָר לייענען אַלטע ייִדישע ביכער אויף דער אינטערנעץ (אַ דאַנק דער פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט־ און שטאָט־ביבליאָטעק), אָבער אויך באַשטעלן (אינעם ייִדישן פֿילם־צענטער בײַם ברײַנדײַס־אוניווערסיטעט) אַלטע ייִדישע פֿילמען, און צווישן זיי אַזעלכע מײַסטערווערק ווי "בעניאַ קריק" און "דאָס ייִדישע גליק". ביידע שטומע פֿילמען זײַנען אַרויס אַרום 1926, ווען די פּרינציפּן פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם" זײַנען נאָך ניט געוואָרן אָנגענומען ווי די געזעצן פֿון דער סאָוועטישער קונסט. אין די דאָזיקע פֿילמען האָבן זיך באַטייליקט די סאַמע שטערן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור׃ דער שרײַבער איסאַק באַבעל, דער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, דער רעזשיסאָר אַלעקסיי גראַנאָווסקי, דער קינסטלער נתן אַלטמאַן.