- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוואַנציק יאָר נאָך דעם ווי די קאָמוניסטישע סיסטעם איז זיך צעפֿאַלן, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט אין וואָס פֿאַר אַ מין וועלט מען לעבט. הגם די ביוראָקראַטישע מניעות, וואָס האָבן ניט געלאָזט די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע צו האָבן קאָנטאַקטן מיטן מערבֿ, זײַנען מער ניטאָ, בלײַבן נאָך עד־היום אַ סך פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע און אידעיִשע סיבות, וואָס שטערן די אייראָפּעער צו פֿילן זיך ווי שכנים אין איין הויף. דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם. ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. ווי עס קומט פֿאָר מיט אַלע גרויסע שרײַבער, ווערט שלום־עליכם פֿון דאָס נײַ איבערגעלייענט און אָפּגעשאַצט דורך יעדן נײַעם דור לייענער און פֿאָרשער. מען זוכט כּסדר נאָך נײַע מאַטעריאַלן און קוקווינקלען, מען אַנטפּלעקט נײַע פֿאַרבאָרגענע טײַטשן, און מען געפֿינט נײַע פּאַראַלעלן מיט אַנדערע שרײַבער און קולטורן. נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן אַ שרײַבער בלײַבן לעבעדיק און ניט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שיינעם מאָנומענט. דער צענטראַל־אייראָפּעיִשער אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט געהערט צו די סאַמע געראָטענע פּראָיעקטן פֿונעם וועלט־באַרימטן פֿילאַנטראָפּ דזאָרדזש שאָראָש (Soros). געבוירן אין אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה אין בודאַפּעשט (זײַן מאַמע־לשון איז געווען עספּעראַנטאָ), האָט שאָראָש איבערגעלעבט דעם חורבן און געוואָרן אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון דעמאָקראַטיע און דער "אָפֿענער געזעלשאַפֿט". אין די 1990ער יאָרן האָט ער אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט אין פֿאַרשידענע עפֿנטלעכע און אַקאַדעמישע אונטערנעמונגען אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער. די הײַנטצײַטיקע שיטה אין דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע באַטראַכט רוסישע ייִדן ניט ווי אַ פּאַסיווער קרבן פֿון דיסקרימינאַציע און רדיפֿות, נאָר ווי אַקטיווע "אַקטיאָרן אין דעם אויפֿקום־פּראָצעס פֿון דער מאָדערנער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט", ווי עס דערקערלט די דײַטשישע היסטאָריקערין ווערענאַ דאָרן אין דער הקדמה צו איר נײַעם בוך. איר פֿאָרשונג איז געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם אייגנאַרטיקן פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן פּראָיעקט, דעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע עליט דורך אויסשולן ראַבינערס פֿון אַ נײַעם שניט. דער טיטל פֿונעם זאַמלבוך לכּבֿוד פּראָפֿעסאָר מרדכּי אַלטשולער, דעם פֿאָטער פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שטודיעס אין ישׂראל, כאַפּט אויף דעם סאַמע עצם פֿון דער דרײַ־שטופֿיקער קאָנצעפּציע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער געשיכטע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע האָט לאַנגע יאָרן געהערשט אין דער מערבֿדיקער וויסנשאַפֿט׃ פֿון רעוואָלוציע צו רעפּרעסיעס אין ווײַטער צום אויפֿלעב.
באָריס סאַנדלער,
זינט איר סאַמע אָנהייב איז די ייִדישע ליטעראַטור אַלוועלטלעך אין איר מהות. הגם דאָס רובֿ ייִדישע שרײַבער שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, זאַפּן זיי אין משך פֿון זייער שעפֿערישן לעבן אַרײַּן ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות. דער זכר פֿון דער אַלטער היים קומט אין באַריר מיט נײַע אײַנדרוקן און דערפֿאַרונגען; דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס". טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט. די אַזוי־גערופֿענע "גרויסע" רוסישע עליה פֿון די 1980—1990ער יאָרן האָט געענדערט דאָס פּנים פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ערשט איצט הייבט מען אָן באַזיניקן בהדרגה דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון אָט דעם ריזיקן היסטאָרישן קער אין דער ייִדישער געשיכטע. ביז לעצטנס האָבן די עליה־פֿאָרשונגען געהאַט, דער עיקר, אַ פּראַקטישע כּוונה און באַדינט די געהעריקע מלוכישע אינסטאַנצן און געזעלשאַפֿטלעכע אַנשטאַלטן אין מדינת־ישׂראל. מען האָט, קודם־כּל, געוואָלט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי בעסער, גיכער, און ביליקער צו אַבסאָרבירן די ריזיקע כוואַליע פֿון די נײַע עולים. עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן. |